אפשר וואלט איך געברויכט מאכן א עקסטערע אשכול פאר די ביידע זאכן, נעמליך
1. די וואונדער פון די בריאה.
2. פראגעס וואס ווערן שווער ווען מען פארטראכט זיך איבער זיי.
וויבאלד זיי זענען מיר אויפגעקומען אין איין שאס, לייג איך עס צוזאמען אריין אזוי ווי עס שטייט און גייט.
איך וועל זיין דער מתחיל במצוה.
Proxima Centauri איז די נענטסטע שטערן צו אונזער וועלטל (היינט זאגט זיך עס אזוי וועלטל, אין א אנדער געלעגנהייט וועט מען זען פונקטליך ווי קליין עס איז...).
וואס הייסט נאנט?
לייגט צו קאפ אביסעלע.
עס איז בערך 24 טריליאן מייל ווייט פון דער ערד. וואס מאכט עס די שטערן וואס איז די נאנטסטע צו אונז נאך די זון (די זון איז פון זעלבן מאטעריאל ווי די שטערנס).
די פיצעלע... שטערנדל, איז בערך א צענטל גרויס ווי די זון, און פיל ווייניגער ליכטיג ווי אים.
*******
מיין שאלה איז וואס איז די סיבה פון די שטערנס? אין די תורה שטייט אז דאס איז צוצוהעלפן די ארבעט פון די לבנה צו מאכן ליכטיג אונזער וועלט, ביינאכט.
דאס איז גוט פאר די וואס זענען נאנט צו אונז, אריינגערעכנט די אויבענדערמאנטע שטערן, אבער וואס איז איבער די וואס זענען מיליאן מאל די ווייטקייט? וואס די ליכטיגקייט קומט ניטאמאל אן דא אהער?