היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » גאב"ד י-ם אנטלויף פון רעבישע חתונה

גאב"ד י-ם אנטלויף פון רעבישע חתונה

7 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1724151

SIM89 » 20/12/2005 01:32

היינט איז פארגעקומען אין ירושלים אן רעבישע חתונה אין הויפ'ן פון שידלאבצא-מאקאווא, וואו גאב"ד ירושלים ההגה"צ רבי טוביה וייס שליט"א איז געקומען באשיינען די שמחה.
ווען ער איז אריין צום חתונה זאל, אין ארויף געגאנגען אויף בימת הכבוד, איינער איז צוגעגאנגען צו איהם אין געזאגט אז דער מעיאר פון ירושלים דער באקאנטער פון דגל, אשליח פון הר' אלישיב, ה' אורי לופוליאנסקי, זיץ אויבן אן, דער גאב"ד שליט"א איז אין רגע כמימריה, ארויס געדרייט אין אנטלויפן פון זאל.
לקדש שם שמים

אלבערט » 20/12/2005 02:03

ממנו ילמדו וכן יעשו!

SIM89 » 20/12/2005 03:03

ס'איז געווען ברוב עם, און גאנץ ארץ ישראל רעדדט פון דעם.
מ'האט דאס אויך געזאגט איו 'הקול החרדי'
ס'האט געמאכט אן מוראדיגע רושם

hotwire » 20/12/2005 16:58

די מעשה איז ליגענט, ער איז בכלל נישט געווען און זאל.

הגה"צ ר' משה האלבערשטאם איז געזעצען מיט לופליאנסקי, אין אזוי אויך הגה"צ ר' חיים צבי ט"ב רב דקהל סאטמאר ירושלים

פומבדיתא » 20/12/2005 20:39

די מיינסט אוודאי חיים צבי מייזליש פון אלעד.

ס'קען נישט זיין הרב הצדיק החסיד הקדוש חיים צבי טייטלבוים

HOTWIRE פארצייל דעם אמת.

מענדלדרעי » 20/12/2005 20:52

זיין טאטע האט זיך געראפען מיט א חבר הכנסת

אין ער איז דער ממשיך.

natrul » 21/12/2005 01:49

א זא קידוש שם שמים!
די גאנצע וועלט רעדט מען יעצט פון די מוראדיגע קידוש השם!
אזש די דגל פירער זיכען זיך צו באהאלטען פון די מוראדיגע מעשה,
און ווי מ'הערט... פלאנט הרב אורי לופוליאנסקי מער נישט צו קיין צו קיין חתונות...
אשרי חלקם שזכו למקדש שם שמים!?!