היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א פארשלאג: א גוטע פרנסה אין ווילי

א פארשלאג: א גוטע פרנסה אין ווילי

11 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1724135

aaatozzz » 20/12/2005 01:13

איך בין היינט געווען אין ווילי האב איך באמערקט די

נייע איינוואוינער וואס מען רופט ארטיסטען שפאצירן אין

די גאס מיט הונטלעך. איז מיר איינגעפאלען א געדאנק, אז

היות עס איז נישטא קיין געשעפט וואס דינט די געברויכען

פון הונט אין אויך קעטץ וואלט עס געווען א גוטע פרנסה

פאר א אינגערמאן צו עפענען אזא סטאר.

ויה"ר אז ווער עס וועט עס טועהן זאל מצליח זיין.

kutchma » 20/12/2005 01:18

איך האב גראדע אלץ געהאלטן אז די איינציגסטע מעלה וואס וויליאמסבורג האט איבער למשל בארא פארק איז אז עס איז דא ווייניגער הונט געמויזעכץ אויף די גאסן.


ווילסטו די איין מעלה אויך אוועק נעמן?

jid_613 » 20/12/2005 02:24


קוטשמע,

פארקערט. אין דער געשעפט וועט מען אויך קענען קויפען ספעציעלע בעגיס פאר די ....!

מנחתאלעזר » 20/12/2005 02:27

אינטערסאנט אז דער פותח האשכול האט געמאכט אזא סארט געשעפט דא ביי אונז.

אטאז די האסט אונז נישט ווייניגער פארעקלט ווי ווען די האסט אויפגעמאכט דעם שמוציגער פרי מיט א ווערים.

ביטע האלט דיינע עקלדיגע אשכולות אין בויך.

גראף » 20/12/2005 02:38

מנחת, לאמיר דיר מסביר זיין אבער זיי נישט אזוי בייז
הער אויס וואס דא גייט פאר, מאך נישט קיין גרייז
ס'פשוט, אאאטוזזז'ס פלונית איז פון שפייז אויסגעלאפן
האט ער א נייע רעסטוראנט פאר זיך אויסגעטראפן

JETBLUE » 20/12/2005 23:55

א יונגערמאן איז אמאל אריין אין אזא סטאר אין געבעטן פאר 10 מייז אין5 ראטען 50 ראטשעס פרעגט דער געפטסמאן פארוואס ער דארף עס זאגט דער יונגערמאן אז ער מופט יעצט אין זיין ליעס שטייט אז ער דארף צוריק געבן די דירה פונקט אזוי ווי ער האט עס געדינגען

מענדלדרעי » 21/12/2005 00:00

איך מיין אז איטאז האט געזוכט ווי ארויסצוגיין אין נישט געטראפען, האט ער למען העתיד געמאכט דעם אשכול.

סעמיהאלי » 21/12/2005 00:00

ער זןכט א ארבייטער


[בילד – נישט אפגעהיט]

סעמיהאלי » 21/12/2005 00:03

לאמיך פרויבירן עס צו מאכן גרעסער


[בילד – נישט אפגעהיט]

jrelocate » 21/12/2005 17:01

א ספרים סטאר אפשר?

Baachi » 21/12/2005 21:31

סעמיהלי

דאס איז THE PAPERLESS OFFICE?