היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » אנטי שרון - ביים חזנות קאנצערט

אנטי שרון - ביים חזנות קאנצערט

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1723441

סעמאן_פיש » 19/12/2005 17:28

זיכנדיג אין די פרעסע עפעס א ווארט וועגן דעם נעכטיגן העלפגאט קאנצערט, טרעף איך אט דעם ארטיקל.

http://www.ynetnews.com/articles/0,7340,L-3186694,00.html

Anti-Sharon outburst in New York
Dozens of cantorship concert attendees in Manhattan yell anti-Sharon slogans upon receiving word of PM's hospitalization Sunday

Yitzhak Benhorin

A choir against Sharon: Dozens of participants at a cantillation concert held at New York city Sunday cheered when they heard the news of Prime Minister Ariel Sharon's hospitalization after he suffered a mild stroke.


The incident occurred during a concert at Manhattan's Lincoln Center, attended by about 2,000 people. Cantor Yitzhak Meir Helfgot of Bnei Brak, along with New York's Philharmonic orchestra and the Yuval Choir from Israel participated in the prestigious event.


The high-profile concert was also attended by Israeli Consul in New York Arye Mekel, and Tel Aviv's Chief Rabbi Meir Lau.


At a certain point in the concert, Rabbi Arthur Schneier, one of the city's most prominent rabbis, took the stage and told the crowd about the prime minister's hospitalization, wishing him a complete and full recovery.


In response to these words, dozens of crowd members exploded into shouts, and yelled in chorus, "Gush Katif, Gush Katif." Some of the spectators screamed "this is because of what Sharon did in Gush Katif."


Rabbi Schneier, who was infuriated over the outburst, silenced the shouters and told the crowds it was a Mitzvah to wish a Jew full recovery.


Notably, right-wing Jewish extremists in Israel and gunmen in the Palestinian Authority celebrated Sharon's deteriorated medical condition Sunday and prayed for his death.


http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1722630



אגודיסט » 19/12/2005 17:29

די קונצרט בעם איז געווען עפעס מוראדיג געוואלדיג

סעמאן_פיש » 19/12/2005 17:36

ביזט געוועהן?

איך הער ס'איז געוועהן עפעס מוראדיג.



tzvibp28 » 19/12/2005 17:46

איטשע מאיר (מיט די הויזען זאקען) איז געווען אויסגעצייכענט, עפעס נישט מזה העולם אינגאנצען. די עולם איז געשטאנען מיט אן אפענער מויל.

worldwar » 19/12/2005 18:21

וואס איז מיט שלמה אייזענבאך בן ציון מילער חיים אדלער ועוד
פאקען זיי עם נישט איין

tzvibp28 » 19/12/2005 18:38

WORLDWAR
are you kidding me? בן ציון מיללער איז שוין אויסגעוועפט, און ער פאקט זיי אלע איין נישט איין מאל!

worldwar » 19/12/2005 18:45

איך האב גיהערט א שטיקל פון אייזענבאך סליחות אויף צדיק ה' ביי אשרי פון יאסעלע און ער האט עס אזוי מעכטיג אראפגילייגט אז מאנכע זאגען עס איז בעסער פון יאסעלע איך מיין לענ"?ד אז העלפגוט האט ווייט נישט אזא מעכטיגע שטימע ובפרט זיין טיהר אופן טעיפ איז עפעס זייער רוי
אבער מיט דעם אלעם האט ער גיוואלדיגע מעלות

עפשטיין » 19/12/2005 19:09

צו זיי פאקען איהם נישט אן ווייס איך נישט, אבער דער באליבסטער חזן איז ער זיכער.

עס איז געווען בעסערע חזנים ווי יאסעלע ראזענבלאט אויך, אבער די המון עם האט אים געגליכען.

jewboy » 19/12/2005 19:19

הלפגט
[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 19/12/2005 19:22

ער האט נעכטן געזונגען נאר משה קוסעוויצקי , ממילא קען איך דיר נישט זאגען וועגען ראזענבלאט מיט אייזענבאך. די שטיקלעך וואס ער האט געזונגען איז געווען בעסער ווי מ.ק. NO QUESTION

worldwar » 19/12/2005 19:26

ער האט זייער א ענליכע קול ווי קאסיוויצקי א טינור קול אבער ארויפציען אזוי הויך ווי קאסיוויצקי אליין איז נישט מעגליך האסטו גיהערט זיין רבוש"ע מנהג בית דינך ניגון ווי אזוי ער ציט ארויף ביי לא ממש לא יאומן כי יסופר וכפי השמועה איז ער גיראטעוועט גיווארן ביי די צווייטע וועלט קריג א דאנק זיין מעכטיגע שטימע
איך האב גיהערט אז וועגען דעם איז העלפגוט וועלטס בארימטע חזן ווייל ער מאכט טעיפס און קאנצערטס ווען אנדערע אינטערעסירט עס נישט אגב לעצטענס האב איך גיהערט א דואט פון אים מיט דודו פישער וואס זאל איך זאגען דודו פישער איז נישט אוועקצומאכען

jewboy » 19/12/2005 19:27

אייזנבאך
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 19/12/2005 19:32

קאסיוויצקי
[בילד – נישט אפגעהיט]

worldwar » 19/12/2005 19:34

מילער זינגט אלס יונגעל און קאסוויצקי שעפט נחת
[בילד – נישט אפגעהיט]

אגודיסט » 19/12/2005 19:44

נאך אלעמען איז ער כהיום הזה פון די בעסטע אויב נישט די בעסטע און זינגט שטארק און שיין און רייסט זיך נישט איבער און מעכטיגער קול
עס איז דא פון וואס נתפעל צו ווערן אוודאי איז געווען בעסערס פון עם אבער היינט...
גיי זעה אז עס איז די ערשטע מאל וואס מען מאכט א קונצרט אליינס מיט איין חזן

worldwar » 19/12/2005 19:50

די דריי גרעסטע
[בילד – נישט אפגעהיט]

אגודיסט » 19/12/2005 19:51

ווער איז דאס
יוסלה
קווארטין
קוסבצקי?
הרשמן?

worldwar » 19/12/2005 19:54

פון רעכטס צו לינקס יאסעלע קווארטין קאסוויצקי

אגודיסט » 19/12/2005 19:58

אויב אזוי האסטו א גרויסען טעות ווייל הרשמן איז אויך געווען גאר א גרויסער חזן
נאכדעם איז דא א חזן משה גענטשאף וואס די אלע וואס ווייסן פון עם זאגן אז ער איז ריזיג
איך האב נישט קיין צייט יעצט איך וועל שרייבן שפעטער

worldwar » 19/12/2005 19:59

די וועלטס בארימטע חזנים זענען נאר זיי דריי פרעג די וועלט
[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 19/12/2005 20:22

איר האט פארגעסען גרשון סירוטה!

סעמאן_פיש » 19/12/2005 20:45

במחילת כבודך, וועלטס קריג,

ס'איז דא אמאל איינער וואס ווייסט וואס ער רעדט, ווידער אמאל איז דא איינער וואס רעדט וואס ער ווייסט.

אויף ענגליש זאגט מען A little knowledge can be dangerous


תוקן על ידי - סעמאן_פיש - 19/12/2005 20:46:06

worldwar » 19/12/2005 23:24

גראדע האב איך ליב מרדכי הירשמאנס הארציגע ניגונים
(על טעם וריח וניגון אין להתוכח)
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=14617
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=10889
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/forum.asp?forum_id=14339





תוקן על ידי - worldwar - 19/12/2005 23:35:05

worldwar » 19/12/2005 23:35

דא
[בילד – נישט אפגעהיט]

worldwar » 19/12/2005 23:44

גיהערט אז הירשמן האט אמאל גיהאט א קארט קעיס מיט יאסעלע איבער די ניגון אשמנו מכל אום און ער האט געוואונען
דא איז יהושע ווידער אויך א גרויסע חזן גיווען
[בילד – נישט אפגעהיט]