היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » תפילין לייגן--וואס איז די הלכה?

תפילין לייגן--וואס איז די הלכה?

8 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1722601

בחצר_הקודש » 19/12/2005 01:42

וואס איז די הלכה צי לייגן תפילין פאר א איד וואס האט נישט געלייגט תפילין זייט זיין בר מצווה?

איז דא שאלות אלץ גוף נקי? אדער מען דארף נישט חושש זיין?

tzvibp28 » 19/12/2005 17:16

פרעג YOHCEE718 ער איז בקי אין די הלכות........

yohcee718 » 19/12/2005 17:28

עס איז א גרויסע מצוה דעם איד מזכה זיין מיט די מצוה תפילין.

לויט א סאך פוסקים איינער וואס לייגט איין מאהל תפילין אין זיין גאנצען לעבען איז שוין נישט א אקרקפתא דלא מנח תפילין און ער איז שוין נישט פון די וואס זענען גערעכנט אלס פושעי ישראל בגופן

לויט דעם ספר סמ"ג (אין תח"י עכשיו) בהקדמה. איז מצות תפילין געגעבען געווארן פאר רשעים. כדי זיי צו דערמאנען צו מצות. (ווי אזוי דער לובאוויטשער רבי האט דאס פארזעהן איז א חידוש)

לגבי גוף נקי איז א ודאי א חיוב אויף דיר איהם מעורר זיין פון גודל קדושת תפילין און אז מ'דארף זיין זהיר בכל הדברים כגון גוף נקי ונטילת ידים וכו' לפני הנחתם.

yohcee718 » 19/12/2005 19:03

קבלתי באישית

מי אומר שהרבי לא הביא הסמ"ג עיין לקוטי שיחות חלק ו' (ועוד)עמוד 273
וגם מסביר למה לכתחילה לא הביא הסמ"ג כשהכריז על מבצע תפילין מפני שרובם ככולםשל הרחוקים לע"ע מתומ"צ היום הם בגדר תינוק שנשבה
~~~~~~~~~~~

וזה מה שעניתי לו

אז טעיתי
אני לא בקי גדול בד"ת שלו אבל אני זוכר ששאלתי חסיד חב"ד וענה לי שהרבי לא מביא את הסמ"ד
תודה על הערה
והנני מביא דבריך להאשכול
_______________



תוקן על ידי - yohcee718 - 19/12/2005 19:03:37

chaimson » 19/12/2005 19:56


פאר דיין מודה זיין מיט דיין "טעיתי"

בחצר_הקודש » 20/12/2005 04:37

יוחי שכויח פארן ענטפערן

וואס איז לגבי אז איך בין א געלינקטע און ער איז א רעכטע? יעצט לייג איך עם אויפן לינקע האנט אין איך דריי עס אויס,
איז עס כשר אזוי? אדער דארף איך עם עס לייגן אויפן רעכטע האנט?

וואס איז די הלכות?

שלוםשטוב » 20/12/2005 05:41

מיט די רעכטע לינקע שאלה,
מען דארף לייגען די תפילין אויף די האנט די פארקערטע וועג, דאס הייסט פין אונטען ארויף, אזוי קומט אויס אז ער וועט לייגען די רצועות די זעלבע וועג. אזוי פסק'נט די שו"ע הרב.
אנדערע האלטען מען זאל בעסער אוידרייען די רצועות.

בחצר_הקודש » 20/12/2005 16:57

וואס איז לגבי "נגד הלב"?