א איד פרעגט מיך נעכטן, אפשר זאגסטו מיר, אין וועלכע גראסערי קען מען קויפען ביליג חזיר פלייש?
איך קוק אים אן מיט צוויי אפענע אויגן ווי איינער וואס איז נעבעך געטאטשט אביסל, א חסידישע איד מיט שמונה בגדים און זוכט צו קויפען חזיר...
ער לאזט מיך נישט לאנג טראכטען, ער געבט מיר צו פארשטיין, ער איז אין די לעצטע טעג ארום געגאנגען אין אסאך אידישע גראסעריס און סופערמארקעטס אין מערערע שטעט, און ער זעעט אז שוין איבער א וואך נאך א גרויסע קול קורא פון רבנים פון אלע קרייזן חסידישע אשכנזישע און ליטווישע, אז אלע ראומעין לעטוס איז ווערעמיג, און ער זעעט נאך פיל דעפון אין די שעלווס און פריזשערעיטארס פון די סטארס.
]אפילו א בעל מכשיר אליין האט אראפגענומען זיין השגחה פון אלע מינים ראמעין, און דער בעל מכשיל אליינס געבט ווייטער א זיין השגחה אויף גיוויסע ראמעין הארטס. כאילו ער געדענקט נישט אז נעכטן האט ער אונטערגעשריבן אז סאיז נישט מעגליך צו געבן אויף דעם א הכשר[
און דאס ווערט געהעריג פארקויפט אין אסאך כשרע סטארס.
אויך איז דער בעל הבית וואס פארשפרייט און פראדעצירט די אלע ווערעמיגע סחורה ארויסגעקומען מיט א נייע קאמפאני ראמעין סעלעדס במזיד מכשיל צו זיין אידן, און ער האט געטראפען עפעס א השגחה אזוי ווייט ווי סט. לואיס מיזורי, (וואס זיי האבן שוין אויך אראפגענומען די השגחה- אבער ביי אונז פארקויפט זיך עס געהעריג ווייטער מיט זייער חותם)
דערציילט ער, איך בין צוגעגאנגען צו די סטאר מענידשערס און בעלי בתים און פארגעהאלטן אויף דעם מכשיל זיין דעם רבים, האבן זיי געענטפערט, דאס איז די דאגה פון דעם קאסטומער...
פרעגט ער זיי, נו, אפשר פארקויפט איר אויך חזיר פלייש וואס איז ווייניגער לאווין ווי בלויז איין ווארים!
און אפשר טריפה טשיקן, דאס איז סאך ביליגער ווי די כשרע, און זאל זיך דער קאסטומער קראצן..
האבן זיי פון מיר אפגעלאכט אויפן קול, און מיך אנגעקוקט ווי א שוטה און םפאנאטיק וואס פארשטייט נישט צו ביזנעס.
גיי איך יעצט ארום אין די גאסן פרעגן יעדן איינעם פארוואס חזיר איז ערגער ווי צענדליגער און הונדערטער ווערים אין יעדע איינציגע פעקל פון די ראמעין?
וואס האב איך אים געענטפערט?
איך האב אים געגעבן גערעכט! ליידער.