היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » נחמן נטע איז דא מיטן געהילץ. כאפטס נישט.

נחמן נטע איז דא מיטן געהילץ. כאפטס נישט.

38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1717623

נחמן_נטע » 15/12/2005 21:58

א גוטן שלום עליכם

איך בין נ נא נאכ נאכמ נאכמע נאכמענ נאכמענא נאכמענאט נאכמענאטע
דער האלץ האקער פון דארף

איך בין דא מיט דאס געהילץ!
כאפטס נישט... כאפטס נישט... ס'דא גענוג!

הא, יעצט קומסטו מער?, ווי א שירעם נאכן רעגן, די קעלט האט שוין ענדליך אביסל נאכגעלאזט, און שוין, ברוך הבא ביסט מער אנגעקומען...

שרייט נישט, שרייט נישט, איך ווייס, איך ווייס, איך בין גארנישט שולדיג, פשוט דער שיף האט זיך פארזוימט אויפן ים צוליבן שווערן שניי.

און... און... כ'מיין... איך מיין דער ווינטער איז דאך נאך נישט אריבער, מ'האלט דאך הערשט ביים אל"ף...

גראף » 15/12/2005 22:17

נחמן נטע, קיין ברעקל געהילץ ווערט נישט פארקויפט איידער דו צאלסט מיר אויס די צינזן פון די פאריעריגע חובות.

אגב, ווערט פארגעזאגט פארן גאנצן צפון-מזרח טייל פונעם דארף א שטורמישע שניי און שווערע ווינטן.

נחמן_נטע » 15/12/2005 22:30

כע... כע... גרויסער 'חכם' דער גראף...

שוין צום וויפלטן מאל ער פרובירט זיין מזל צו טשפענען מיט מיר נאכמע נאטע...

* דא האט ער מיר נישט געוואלט געבן דעם דערנעבנדיגן וואלד פאר דאס היי יעריג געהילץ.
* דא האט ער מוציא לעז געווען אז איך בין א בר מינן.
* דאן האט ער פרובירט צו פארדרייען א קאפ אז ער גייט שטערן די לוי'.
און וואס האט זיך אויסגעלאזט?... א גרויסער בוידעם!...

* געשניטן געהילץ האב איך
* לעבן לעב איך
און... דא בין איך...!
און... איך פייפ דיך אן!!!

מיט אזא גראפישן איי קיו האסטו שוין געמעגט ערפינדן עפעס בעסערס...

טשאלענט » 15/12/2005 23:14

סטאפט שוין מיט די זויערע זשוקס, האלץ אין קרעטשמע, סאיז קאלט אין קרעטשמע, קרעטשמע אהער און קרטשמע אהין, רעד אביסל צו די זאך, די זשאוקס פאסן פאר קינדער אינטער 7 יאר...

יאנאש » 15/12/2005 23:24

וואס איז?? האסט זיך אנגעגעסן מיט טשאלענט?? ברויכסט זויערע פיקעל??
טו די פוינט, דאס איז די סיסטעם דא און קענסט שטארבן פאר קנאה. אויב דארפסט עפעס צו טרינקן זאג מיר וואס און איך העלדיר געבן.

קרעמער » 15/12/2005 23:26

אין נאמען פון ראש הקהל בין איך מוחה אויף דאס וואס דער טעפל טשאלענט איז איבערגערינען און האט אנגעשמירט א תגובה אויף די פאדלאגע פון די קרעטשמע, מיר וועלן פרובירן דאס זאל מער נישט געשען.

חיים חייקל, ברענג וואסער אפצושווענקן די קלעפיגע בונדלעך דא, נחמן נטע האט זיך שוין שיער אויסגעגליטש דערויף.

קרעמער » 15/12/2005 23:29

יאנאש שערקויעך פארן זיך אננעמען פאר די כבוד פון די קרעטשמע.

איך קען אייך איין זאך צוזאגען, אז דער ראש הקהל וועט דעם טשאלענט נישט שולדיג בלייבן, איך האב באקומען א "911" ביפ פונעם ראש הקהל אז ער פלאמט פאר כעס און שימפט און זוידט אזש די שוים גייט אים איבער די בארד... ער זאגט צו אז ער וועט דאס נישט פארשווייגן..

רבותי! האלט אייך געשפאנט!

נחמן_נטע » 15/12/2005 23:35

זאג נאר די 'טשאלענט' דריקט דיר היינט אויפן מאגן?

שריי נישט אזוי, זיי נישט אזוי נארוועז, אביסל רואיגער ר' איד, ס'נישט די ערגסטע פאל, מ'האט שוין געהערט אזעלעכס...

פארוואס קוקסטו אלעס אן אזוי זויעריש?

אה, יא, איך כאפ שוין, האסט געעפענט אן ערוואקסן אשכול..., און אנגעווארנט קיינער זאל נישט אריינקומען דארט, זיצט דעך דארטן אזוי איינזאם.
שיינע מעשה, נו אוודאי ביסטע אזוי נערוועס און זויער...
דריי דיך מער צווישן מענטשן...

און אז דאס דרייען צווישן מענטשן העלפט נישט פאר דיר, וועלן מיר מיזן רעדן פון געהילץ מיט קרעטשמע, אפשר אזוי וועט מען הערן פון דיר...
ווייל אזוי אין אלגעמיין האט מען דיך זעלטן געמאכט רעדן...

פארשטייסט שוין פארוואס מ'מוז רעדן פון געהילץ?

טשאלענט » 15/12/2005 23:43

שעלטס אלע לעבעדיג!!!!

אז די הינט בילט איז א סימן אז די שטיין איז געלינגען,

די אמת האט אלס א גיטן אפקלאנג.....

איינער זאגט ענק צו מזל דעם אמת, סציפט הא????

יאנאש » 15/12/2005 23:45

יו איך קען נישט סטאפן צו לאכן
איך האב נישט געכאפט אז ער האט גע'עפנט נעכטן דעם ערוואקסענעם אשכול כאכאכאכאכאכאכא חחחחחחחחחחח
נאכמען נאטע יו אר די מען פאר דיס מאמענט

טשאלענט » 15/12/2005 23:54

איך גלייב עטץ ליידער נישט קוקן אויפן פאקט, אבער הכל מודים אז די זויערע זשאוקש, קרעטשמע-א גלעזל וואדקע-האלץ האקער- א.א.וו. רינט שוין פון די נאז. אין א ראי' דערצו קוקט וויפיל שרייבער עס איז דא אין דעם קרעטשמע, און וויפיל מענטשן עס קוקען אריין דא.

אמאל איז עס בעסער געווען ווייל עס איז געווען א נייע זאך, היינט רינט עס שוין פון די נאז...


שעלטס נישט, רעגט אייך נישט, דאס איז די פאקט.....


אדרבה קוקט אריין אין חדשות אנש, עס האלט זיך שוין זייער לאנג, די קרעטשמע איז אנפאנג געווען זייער אינטרעסאנט, אבער עס האט שוין אנגעהויבן וועפן!!!!!!

נחמן_נטע » 15/12/2005 23:57

איך פארשטיי נישט?
ס'הערשט דאנערשטאג נאכמיטאג, די 'טשאלענט' איז נאך פריש, ס'האט נאך נישט געהאט קיין צייט צו זיין אווערנייט, און שוין דריקט דאס דיך?

קום לאמעך דער מסביר זיין:
אונזער מיטגלידער טשאלענט שרייבט אין זיין איינזאמען אשכול, ווי ער שימלט אפ א גאנצן טאג וזל"ק:

אוי!. דו האסט נאך אלץ נישט אויפגעהערט צו ליינען.. דאן הער אויס וואס איך וועל דיר דאן זאגן. דו ביסט גוט צודרייט. ווייל אז דו זעהסט אז איינער בעט זיך ביי דיר אזוי שטארק, אין די ווילסט נישט פאלגן.. קען נישט זיין אז די ביסט א נארמאלער מענטש...

אמת? אבער ווער נישט צובראכען.. רואיג... וויסן זאלסטו אז איך בין נישט קיין סאך בעסער פון דיר. איך בין נאך מער צודרייט. א סאך מער... אז איך האב נישט בעסער וואס צו טון נאר זיך משוגע מאכן מיט דיר.


הא, נו, וואס זאגסטו צו טשאלענט'ן? אה יא כ'אב פארגעסן ער האט דאך נישט בעסער וואס צו טאן נאר זיך מעשוגע מאכן מיט מיר...

JOB WELL DONE




תוקן על ידי - נחמן_נטע - 15/12/2005 23:57:02

קרעמער » 15/12/2005 23:59

טשעלאנט טאפ;

ווען דו גייסט פון די קרעטשמע ארויס
דריי נישט דיין קאפ צוריק אויס
ווען דו פארהאקסט אונטער דיר
דעם גרויסן שווערן אייזערנעם טיהר
פארהאק דאס נישט שנעל, נאר איידל
זאלסט נישט ח"ו פארקלעמען דיין וויידל

טשאלענט » 16/12/2005 00:02

נישט אימזינסט קומט יעדן טאג ארויף א פרישער וואס שרייט "זייטס געזינט טייערע אידן דא שלאפט"


פארוואס שלאפט עס הא?????????????????????

וועקט אייך אויף פון ענקער שלאף, די אלע תירוצים נעמען נאך נישט אוועק דאס שווערסטע וואס ליגט אייך אלע אויפן הארצן: פארוואס ציהט יעדער אפ פון דא..

איין תירוץ ווייל
קרעטשמע שמעטשמע - דאס איז גיט צי שפילן ביי "ריסעס" אין חדר....



וועקט אייך אויף!!!!!!

נחמן_נטע » 16/12/2005 00:18

אהה... גוט מארגן, ענדליך איך דערוועק מיך שוין.

וואס איז? וואס הייסט, א קלוגער מאן, איינער מיטן נאמען 'טשאלענט' האט מיך אויפמערקזאם געמאכט.

פשש... טאקע א קלוגער מענטש, אזאנס צו כאפן...

איז לאמעך אים נאר פרעגן, איך זע דאך אז דו ביסט גוט מעשוגע, אפשר נאך מער פון מיר, ווי דו אליין זאגסטעך דאס, טא אויב אזוי אפשר ביסטע מסביר מיט דיין קלוגן קאפ וואס דו האלסט מ'וואלט יא געדארפט רעדן?

למשל, אפשר וואלט מען ווען געדארפט יעדער מאכן פאר זיך אן אשכול און דארט זאל יעדער באזונדער זיך אויסגעבן זיינע שיגעונען, אזוי ווי מעלת כבוד חכמתך הרמה האט געטון? דאס וועט ברענגען מענטשן... קיינער וועט נישט דעמאלט אנטלויפן.

ביטע שיין ענטפער...

טשאלענט » 16/12/2005 00:33

א אינטרעסאנטע זאך, א גיטן וויץ , גיטע קרעמער - יענטאאש מעשיות, אבער סתם משוגענע קליין קעפיגע משוגעת'ן איז פאר קיינעם נישט אינטרעסאנט.....


אין נאכאמאל תירוצים האסטו זיכער איבערן קאפ, אבער באטראכט די קרעטשמע היינט ציטאגס אין קוק אביסל אויף צירוק,

יענטאאש » 16/12/2005 01:09

ווי א 'טשולענט' אן אלטער,
א פארטריקענעטער און א קאלטער,
א זויערער און א פארשימלטער,
א פארקלעפטער און א הארטער.

נישט צום עסן און פארדייען,
נישט צום שלונגען נישט צום אויסשפייען,
נישט צום שמעקן נישט צום שפירן,
נישט צום קוקן נישט צו פרובירן.

אויף אזא בחינה אויף אזא שטייגער,
קומט ער דא אריין דער גרויסער צולייגער,
ווי א ריכטיגער פעגער,
דעם עולם צו געבן א צעגער.

נאך פון אים קיין ערנסט גוט ווארט נישט געטון הערן,
קיין פרייליכקייט נאכנישט געטון דא פארמערן,
יעצט קומט ער א פשט געבן א לערן,
אז מ'שטיינס געזאגט מ'זאל זיין מער ערוואקסן אין די העכערע ספערן.

דעם עולם טוט ער נערווירן,
און טוט קריכן אויף די געהירן,
דאס געדולד מען טוט פארלירן,
ווי א פארדארבענער טשולענט טוט זיך עס שפירן.

אין 'אנ"ש' איז בעסער,
מען פירט זיך דארט אויף ערנסטער און גרעסער,
ווי 'ערוואקסענע מענטשן' טוט מען זיך שלאגן,
און לשון און רכילות טוט מען ווי 'נארמאלע מענטשן' ארומטראגן.

ר' טשולענט טייערער הערט אויס אן עצה א געניטער,
פון א פריינד א גוטער,
איך זאג דיר אויב עס איז דיר דא ביטער,
און עס איז צו שיטער,

גיי ערגעץ אנדערש ווי עס איז בעסער,
באקוועמער און איטערעסאנטער,
ווי עס איז דא מענטשן מער,
און עס איז נישט אזוי לער.

סתם יענעם צו קריטיקירן,
איבערדרייערן און פארפירן,
זאלסטו דא נישט פרובירן,
ענדערשט טו פון דא ארויסמארשירן.

דא זענען מיר קינדער גאר קליין,
קלוג און ערוואקסן טוען מיר נישט זיין,
אונז איז וואויל און פיין,
ווען 'למשל' א קרעטשמע טוט דא זיין.

אונז איז בעסער און געשמאקער,
ווען עס איז דא א 'האלץ האקער',
ווי אויך א 'וואסער טרעגער',
און וועמען עס געפעלט נישט שעלטן מעג ער.

מיר האבן ליב ווען עס איז דא פארהאן א כלומר'שטער דייען,
און וועמען עס שמעקט נישט קען זיך איבערדרייען,
אבער 'דא' צו טומלען און שרייען,
טוען מיר נישט פארצייען.

kraitchmer » 16/12/2005 01:21

בשם די הנהלת קרעטשמע ווילן מיר אפגעבן א דאנק פאר אונזער חשובער ראש הקהל, וועלכער - ווי אלעמאל, איז אנגעקומען ריכטיג, פונקט אין די גוטע מינוט, און אויפגעהויבן די קעפ פון אונזערע מיטגלידער וועלכע זענען שיער באגאסן געווארן מיט א טעפל ....טשאלענט.

טשאלענט » 16/12/2005 01:27

יענטאאש

דאס האב איך געמיינט, ברענג נאך

we need more

אבער פארוואס פיצט יעדער אפ פון דא?????

טראכט אריין אין שעלט נישט...

ענטפער צו די זאך....

זארעכפעפער » 16/12/2005 01:47

טשאלענט;

אלס אן אפטער באזוכער דא אין דעם פורום וואלט זיך מיר געלייגט אויפן שכל דיינע דיבורים, דען דו פרעגסט דאך מעגליך אן אויפריכטיגע פראגע.

אבער ווייסט דאך דעם מאמר חזל טול קורה מבין עיניך...

אזוי ווי איך האב געזען דיין פראגע, מיט די אלע תגובות דא, האב איך זיך נישט געפוילט און איך בין געגאנגען נאכקוקן דיינע תגובות, פשוט צו זען און זיך צו באקענען אביסל מיט דיין מהלך המחשבה.

ווי ערשטוינט בין איך געווארן, ווען איך האב זיך באגעגנט מיט דיין אשכול, וואס דו האסט נישט לאנג צוריק געעפנט דא אין דעם פורום.

ס'הייסט אזוי, ווען דו האסט נישט וואס צו טוהן, שטעלטסטו דיך אראפ דמיונ'ען כאילו איינער שטייט אנטקעגן דיר, און דו זאגסט אים שטיי נישט נעבן מיר, גיי אוועק פון דא, נו, נאך אלס ביסטו דא, און צום סוף פירסטו אויס צו דעם יעניגן... עה, איך בין נאך מער מעשוגע ווי דו...

אין אנדערע ווערטער, דו רעדסט צו דיר אליין! און דיין הוילער דמיון ארבעט אויף טויזנט, אז דו פארטרייבסט איינעם, ביז דו קומסט צו די החלטה - גראדע די ריכטיגע... - אז פשוט און גראד, נישט מער און נישט ווייניגער, דו ביסט א גוטער משוגענער!, און נישט נאר דאס, נאר ביסט מער מעשוגע פון יענעם, ווער איז יענער? פון וועם?...
אויך א מעלה, כאטש א מכיר את מקומו...

איז מיין פראגע, פארוואס ווען די אנדערע חברי הפורום טוען דאס זעלביגע, נאר מיט איין קליינטשיגער חילוק, אז אנשטאט צו רעדן צו זיך אליין און דמיונ'ען אז איינער שטייט נעבן דיר און קומען צו די מסקנא אז דו ביסט מעשוגע, דמיונ'ט יענער ברבים מיט נאך מענטשן אז ס'דא א קרעטשמע אא"וו?
טול קורה מבין עיניך...

און פאר איך ענדיג:
זאג דו וואס איז מער קינדעריש, איינער וואס ביי ריסעס זיצט ער אין ווינקל און פליט אריין אין עולם הדמיון אריין, און נישט סתם אין דמיון, נאר אזש ער פירט גאר א געשפרעך מיט איינעם... ביז צו דיין מסקנה...
צו ווען צוויי קינדער שפילן זיך ביי ריסעס דמיונישע שפילן?

אה יא און דו דארפסט נאר א גוטן וויץ... איך פארשטיי...

קרעמער » 16/12/2005 01:50

אוי טשאלענט טשאלענט ווי איינגעקאכט ביסטו
נאך טעם נאך טעם ווי געדעכט ביסטו
וואלט די טשאלענט ווייניגער געקאכט
וואלט די מאגען ווייניגער געברענט

משנה_למלך » 16/12/2005 01:53

אייעמסארי גייס, איך האב נישט געקענט דא זיין צוליב די דרינגענדע מיטינגען בחצר המלכות בנוגע די בעפארשטייענדע סטרייק וואס די לאקאמאטיוו טרייבער ווילן ארויפצווינגען.

אין איינע פון די געשפרעכן מיט די פירער איז אויסגעקומען צו רעדן טאקע פון די קרעטשמע וואס שטייט ביים עק דארף, מען האט פארהאנדלט מיטן גראף אז מער וועט ער נישט טשעפען די קרעטשמע קיינמאל און אונטערגעשריבן א קאנטראקט דערויף.
האפנטליך וועט ער דאס נישט ברעכן אזוי ווי ער האט שוין געטון אין די פארגאנגענהייט.

און יעצט בנוגע דעם טשאלענט, איי איי... איי... טשאלענט ווען ער טויג נישט איז עס ממש נישט אין מויל צו נעמען.
עס ליגט מיר נאך אין די ביינער די מעשה פון זומער...

טשאלענט » 16/12/2005 01:59

משנה.


נאכן דאווענען שבת אינדערפרי זוכטו א קידוש מיט טשאלענט


נישט אזוי


און צו פעפער, נאכאמאל:

עס רינט שוין פון די נאז, קוק דיר גוט ארים, עס פאסט פאר קליינע קינדער, איך גלויב אז די ביסט עלטער פון דעם........

שעלטס נישט טראכט אריין...

יענטאאש » 16/12/2005 02:04

טשאלענט טו נישט מיט די ציין קריצן,
און פרעג נישט פארוואס דער עולם טוט פון דא אפפיצן,
איבערהויפט ווען די קרעטשמע טוט הערשט לעצטנס גאר וואקסן און שטייגן,
וואס אט דער פאקט טוט דיין גאנצע טענה אין דר'ערד לייגן.

איך וואלט דיר ענדערשט געראטן זיך אביסל אויפצופרישן,
דעם טשאלענט אביסל אויפמישן,
לייג צו פעטנס פעפער און זאלץ,
אזוי אז עס זאל זיך פון דיר גיסן דאס שמאלץ.

דאן וועסטו האבן א שטיקל טעם און אביסל זאפט,
און וועסט זיך קענען דא ענדזשויען מיט קראפט,
וועסט זיך קענען ארומדרייען אזויווי אונז אלע מיט א גרויסן ברייטן שמייכל,
וואס איז צושפרייט פון אלע זייטן ביז איבערן בייכל.

זארעכפעפער » 16/12/2005 02:14

איך זע דו פארשטייסט נישט וואס מ'רעדט צו דיר, זאגסט איבער דיינע דברי פקחות פון שעלט נישט, שעלט נישט, צוואנציג מאל.
קיינער שעלט נישט.

דו קענסט ענטפערן "ווי א נארמאלער מענטש" אויף די צוויי קליינטשיגע פראגעלעך וואס איך האב דיר געפרעגט?

אבער ביטע, "ענטפער נארמאל", ווי א נארמאלער מענטש, ווייל דאס מאל שטייט באמת יא איינער נעבן דיר...

איך ווארט צו הערן א ענטפער, "צום פוינט", אויף מיינע פראגעס.
נישט זאלסט מיר צוריק פרעגן מיט די זעלבע אויסגעדראשענע פראגע נאכאמאל און נאכאמאל, נאר "ענטפערן"...

יענטאאש » 16/12/2005 02:35

זארעכך;

טו נישט ברויזן און כעסן,
אויף דעם טשאלענט וואס זאגט אז ער איז ערוואקסן,
באזעסן הויכגעשעצט און רעספעקטירט,
און אז מיר זענען בייביס ער פארפירט.

לאך זיך פון אים אויס מיט א הויך געלעכטער,
סייווי איז ער אן אפגעפרעגטער.






תוקן על ידי - יענטאאש - 16/12/2005 2:35:54

טשאלענט » 16/12/2005 02:42

יעטאאש רעדט צו די זאך....

פעפעריגער, ס'וועט דיר גארנישט העלפן, ענטפער מיר אויף מיין פראגע וואס איך האב געפרעגט גאנץ אנפאנג:


פארוואס קומט ארויף יעדן טאג פרישע אשכולות אז די קרעטשמע שלאפט???...

ענטפער צו די זאך............

זארעכפעפער » 16/12/2005 02:47

איך טוה זיך אויף אים ח"ו נישט בייזן
איך טוה נאר פון אים קאטאווע טרייבן

איך וויל זיך מיט אים נישט איבער דעם טענה'ן
איך וויל נאר זיין פארמאכטע קאפ עפענען

ער זאל זיך אין 'שפיגל' גוט קוקן
אין מיט זיינע אייגענע תגובה'ס זיך דערשטיקן

אזוי ארום וועט זיין קאפ אפשר כאפן
און ער וועט אויפהערן פלאפן

ווייל אז ער וועט זיינע דמיונות איבערליינען
וועט ער אויפהערן וויינען

ער וועט זיך דערזען מיטן פאקט
אז מען האט אים געפאקט

ער איז משלנו אין דא איז זיין מקום
און אינטער אן אנדער ניק איז ער זיך מתעקם

און אפילו אויב נישט
האבן מיר אים אבער דערווישט

ווייל איינער מיט אזעלכע קינדערישע געדאנקען ווי ער
באלאנגט אפי' נישט אהער...

----
זאג נאר אצינד
ביסט טאקע אזא קינד?

ביסטע טאקע אקינד טאטאל
איך האב דיר דאך געבעטן נארמאל

נישט מיט קיין פראגע זאל זיין דיין תגובה
נאר ענטפערן א ערוואקסענע תשובה...



תוקן על ידי - זארעכפעפער - 16/12/2005 2:51:11

התאחדות » 16/12/2005 02:48

שפאצירט דער דאיען אריין
ווארים טוט שוין זיין
נאך די אלע בקשות שוין לאנג
טוט שוין קיינעם נישט באנג
נאחמען נאטע מיט די געהילץ זיינע
איז די קרעטשמע שוין נישט קיין ריינע
די דאמפ און רויעך טוט זיך דרייען
די ווינט הערט מען שוין נישט ווייען
אבער דא האט עפעס פאסירט אינטערסאנט
וואס קעגן דעם יעדע שטימע קאונט
האט זיך דא אן עלטערער איד אריינגערוקט
און בייזע בליקן ער שיקט
ער פארשטייט נישט די קליינע קינדער
כאילו ער איז געבוירן פון וואונדער
ער מאכט א גאנצע טאראראם
באלד ענדיגט זיך שוין מיין גראם
אבער דאס זאגן איך וויל
ער זאל זיי מוחל גיין אין שוהל
א תהלימ'ל נעמן אין די האנט
ווייל ער איז צו שפאט און צו שאנד
תשובה טוהן אויף זיינע רייד זאל ער
אין דאן זיך אומקערן אין קרעטשמע,ר
און נעמן א גלעזעלע יי"ש ביז אויבן
דאן עט איהם יעדערער לויבן
אויפהערן מיט זיינען דומי תגובות
נאר שרייבן אויפריכטיגע תשובות
ער איז נישט דער ערשטער אין צאל
וואס איז אזוי באקאנט געווארן אמאל
אבער תשובה העלפט אייביג
אפילו ווען די קאסע איז שוין ליידיג
אוקיי דאס איז דאס..........

קרעמער » 16/12/2005 02:50

דייקא איך בין נישט בייז אויפן 'טשאלענט', פרעגט מיר ניט פארוואס, ווייל איך ווייס אויך נישט, איך פרוביר זיך צו דערמאנען, אפשר האט מיר דער טשאלענט געטאן אמאל עפעס א גענאדע וואס איך בין אים מכיר טובה דערפאר, אדער גאר וועט ער נאך צוניצקומען אינעם עתיד, אזוי ווי די מעשה פון די פאר'סמ'טע ברויט... לאמיר אים נישט מרחק זיין, קום אהער שעפעלע, זעץ זיך אנידער לאמיר הערן וואס דו האסט צו זאגען, האסטו אפשר אישוס? ברויכסט זיך דורכרעדן מיט א פראפעסיאנעל? באלד וועט קומען דער גראף, ער וועט דיר האפנטליך קענען העכערן דיין אייקיו (פאר די ריכטיגע פרייז), ביזדערווייל, האב'דזשע נאר א קאפוטשקע געדולד, די שווערע אומעטיגקייט וועט פארבייגיין (איך רעד פון עקספיריענס).

יענטאאש » 16/12/2005 03:01

נו שוין אז קרעמער אליין,
טוט נישט ברוגז זיין,
וועט יעדער באשטיין,
אים מוחל צו זיין שיין.

נחמן_נטע » 16/12/2005 03:04

כא... כא... כא... לאך איך מעך אונטער.

ער פרעגט פארוואס יעדער רעדט זיך אפ די קרעטשמע איז טויט?

וואס הייסט פארוואס? איך ווייס פארוואס!
ווייל איך - נאכמע נאטע דער האלץ האקער - קומט זעלטן אריין דא.
קוק נאך מיינע פיס טריט וועסטו זען אז איך בין זעלטן דא...

היינט איינמאל בין איך ענדליך אריינגעפאלן דא, און קוק ווי לעבעדיג דא איז...

קרעמער » 16/12/2005 03:23

דער עולם ברויך וויסן מיט וועמען מיר האבן צוטאן, האב איך פארשאפט עטליכע בילדער פונעם טשאלענט אליין:
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 16/12/2005 03:23

כאפט נישט, זיצט שיין, יעדער וועט באקומען
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 16/12/2005 03:24

רוי ווי אונזער 'טשאלענט'
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 16/12/2005 03:25

לאזט אים קאכן, מיט די צייט וועט ער בעסער ווערן
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 16/12/2005 03:26

READY TO EAT
[בילד – נישט אפגעהיט]

טשאלענט » 16/12/2005 05:33

קרעמער.

ישר כח פאר די בילדער..