היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הר"ר שמאול פארגעס ז"ל נפטר געווארען

הר"ר שמאול פארגעס ז"ל נפטר געווארען

13 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1716428

upstate_2 » 15/12/2005 05:18

הר"ר שמאול פארגעס פין מאנטריאל איז נפטר געווארען אין עלטער פין 85 יאר, ער איז געווען א משב"ק ביי כ"ק אדמו"ר מהר"א מבעלזא, די לווי איז פארגעקימען אין מאנטריאל, אין מארגען 9 אינדערפרי וועט דאס פארקימען אין פארענט פין בעלזא ביהמ"ד 43
יהא זכרו ברוך

90pct » 15/12/2005 06:16

,Hey

Is he the person who found a few years ago in europe some old monos from the old belzer rebbe
?

upstate_2 » 15/12/2005 07:09

יא דאס איז ר' שמאול ז"ל
דער זכות זאל מיגן זיין אויף עם

מאנטריאלער » 15/12/2005 07:27

ר' שמואל פארגעס איז געווען א חשובער איד, א גרויסער עסקן, און פון די גרעסטע פערזענליקייטען אין מאנטריאל.

א ריזיגער ציבור האט זיך באטייליגט ביי דעם לויה. מען האט אריינגעטראגעם דעם מיטה אין בעלזער בית המדרש.

עס האבען מספיד געווען פאפאר רב, הגאון הישיש רבי יעקב יצחק ניימאן.

דער בעלזער דיין הרב וואלף בער לערנער.
זיין אייניקל דער בעלזער דיין ר' לוי ראטה.
הרב יוסף אונסדארפער
ווי אויך אנדערע מספידים.

מארגען גייט די לויה זיין ביי בעלזער בית המדרש בארא פארק, אויפן וועג קיין ארץ ישראל.

jewboy » 15/12/2005 11:38


ברוך דיין האמת

lakish » 15/12/2005 13:03

ר' שמואל ז"ל איז געווען א גרויסער עסקן לטובת הצלה אין די צייטען ביי די צווייטע מלחמה, ער הא געהאט א חלק און אויסבאהאלטען זייער אסאך אידען.

ער האט געהאט א גרויסע בעקעריי אין מאנטריאל

עפשטיין » 15/12/2005 19:10

אין קול מבשר זאגט מען אז ער איז געווען 68 יאר אלט.

מיר האט ער אויסגעזען אסאך עלטער, בפרט אז א 68 אלטער איד האט נאך נישט געקענט זיין א עסקן ביים קריג.

lakish » 15/12/2005 19:13

ער איז שוין מן הסתמא געווען העכער די ניינציג.
ער איז געווען חתונה געהאט לויט מיין אינפארמאציע פאר די מלחמה.
איך האב נישט געוויסט אז מענטשען הערן אויס קול מבשר

קיסנער » 21/12/2005 21:03

ברוך דיין האמת

אין ירושלים איז היינט נפטר געווארען זיין ברודער הר"ר מעכל פארגעס ז"ל אין דער עלטער פון 95 יאהר מען האלט נאך אין מיטען פון די שבעה פון זיין ברודער הר"ר שמואל ז"ל

ער איז געווען פון די אלטע בעלזער חסידים א גרויסער תלמוד חכם ער איז געווען 10 יאהר עלטער פון זיין ברודער הר"ר שמואל ז"ל

ער איז געווען געזונט אין שטארק ביז זיין לעצטע טאג


תוקן על ידי - קיסנער - 21/12/2005 21:03:07

shia550 » 21/12/2005 21:07

ר' מיכל פארגעס וואס האט געוואוינט אין וולי אלע יארען?

קיסנער » 21/12/2005 21:12

ער איז פון ירושלים אויף רחוב קדושת אהרן 12 קרית בעלזא

טובעין » 22/12/2005 06:36

יא איך געדענק אים פון וויליאמסבורג אלע יארען, ער איז געווען א מתפלל אין פאפא.

אויפן עלטער האט ער זיך געצויגען קיין ארץ ישראל.

באמת געווען א גרויסער תלמיד חכם אין א מתמיד.

תוקן על ידי - טובעין - 22/12/2005 6:35:42

ChaimShia » 23/12/2005 03:05

Anybody has a picture of him? Please upload