היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » גרויסע פארברייטונג צו ניטל אין קרעטשמע

גרויסע פארברייטונג צו ניטל אין קרעטשמע

36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1716397

קרעמער » 15/12/2005 03:02

פרטים יבואו

זארעכפעפער » 15/12/2005 03:03

קוידעם קומט דאך כאניקע. נישט אזוי?

תוקן על ידי - זארעכפעפער - 15/12/2005 3:03:11

יענטאאש » 15/12/2005 03:04

פאלגט נאך ווייטערדיגע מודעות

קרעמער » 15/12/2005 03:04

די זאך איז אזוי, מאנכע האלטן דעם פינעף און צוואנציגסטן אין דעצעמבער (עלף טאג ארום), אנדערע האלטן דעם פינפטן אדער זעקסטן אין יאנואר. מיר דא האלטן חול המועד צווישן די ביידע...

יענטאאש » 15/12/2005 03:05

און יעצט איז דאך שוין שלשים יום קודם החג.....

זארעכפעפער » 15/12/2005 03:05

צווישן ביידע מיינט צווישן איין יאר אין צווייטן...?

קרעמער » 15/12/2005 03:05

דעצעמבער 25 (וואס קראצט מיך?) קומט אויס מוצאי שבת קודש פרשת וישב, א נאכט פאר די ערשטע חנוכה ליכטל.

דער זעקסטער פון יאנואר קומט אויס ליל ששי ויגש, און דער זיבעטער איז פרייטאג צו נאכטס פרשת ויגש.

יענטאאש » 15/12/2005 03:06

מוסיפין מחול אל ה.... אקעי וואס רעד איך דא???

זארעכפעפער » 15/12/2005 03:07

הקיצור מירן האלטן ניטל פון דעם יאר מוצש"ק וישב ביז איבעראס יאער ליל שישי ויגש?
יוצא זיין לכל הדעות

יענטאאש » 15/12/2005 03:08

אדער גאר פון פאראיאר מוצש"ק וישב ביז איבער צוויי יאר ליל שישי ויגש?

זארעכפעפער » 15/12/2005 03:10

נו קרעמער פירש דבריך, דערוילעם ווארט אויף דיר.

יענטאאש » 15/12/2005 03:13

ניין רעב זארעך,
אויף דיר ווארטעך,
איך ווארט אויף דיין ענטפער,
צו די אידן אין די דערפער,
א שטייגער ווי חיים חייקל דער וואסער טרעגער,
וואס ער זאל טון וויסן מעג ער,

זארעכפעפער » 15/12/2005 03:16

כאשעווער ראשאקאל ווייסטעך דעם עמעס
אז כאב דאס איבער געגעבן פאר סאכדעס

ער איז דאך דער ראש האמעדארעם
בכל מקום

כי לו נאה כי לו יאה
ער האט זיך דאך געפרייט צו דעם ווי צו א מציאה...

קרעמער » 15/12/2005 03:19

דענק איך - נישט מער געדאכט - אין ישיבה פלעגן זיין חסידים פון אלע סארט רבי'שע הויפן, פלעגט מען נישט וועלן זיין פון די "דברים המותרים ואחרים נהגו בהן איסור אי אתה רשאי להתירו בפניהם" און מען פלעגט נוהג זיין חומרי מקום שיצא משם וחומרי מקום שהלך לשם...
==

סארי איך בין געווארן דיסקאנעקטעד

יענטאאש » 15/12/2005 03:19

זארעך כ'על דיר זאגן עכט,
ביזט גערעכט,
סאכדעס פירט דאס רעדל וואויל און שיין,
צוזאמען מיט אונז אלע אין באד אריין.

אבער אז איך נעם דיר אפיר,
צווישן מיר און דיר,
מעגסטו זאגן,
וואס דו טוסט אין דיר פארמאגן.

נאך אלעם פארמאגסטו דאך די הוראעה,
נישט אזעה?

קרעמער » 15/12/2005 03:21

אז מען רעדט שוין פון ניטול
לאמיר צולייגן א קוויטעל
אז מאנכע מאכן ביטול
פון חצות היום - אינעם טאג דער מיטל

יענטאאש » 15/12/2005 03:24

שוין נו אזויווי יעצט איז דאך נאכנישט ניטול,
מוז איך לעצמי שליסן דעם קאפיטל,
גיין שנעל לערנען די תורה די הייליגע,
און נישט זיך פארעווען מיט די קריסטן די שמייליגע.

זארעכפעפער » 15/12/2005 03:25

איך פארמאג קיין הוראה ניט
אבער כ'מיין אז פאר חיים חייקלען איז סאדעס אויך גוט

און אפשר גאר פארקערט איך טראכט
אז חיים חייקל האט סאכדעסן מיט מיר פארפאקט

איך וואלט סאכדעסן געלייגט אין דערערד
ווייל חיים חייקלס טעגיוועס זענען מער פון אלעם ווערט

קרעמער » 15/12/2005 03:29

גם אני מצטרף
גיין דאווענען מעריב
לערנען א בלאט
נישטא צופיל צייט
גוטע נאכט
שיין פארבראכט
אויף ווידערזעהן
ונאמר אמן

נאטורליך » 15/12/2005 04:47

שכויעך ר' קרעמער פאר'ן אויפברענגען דעם געשפרעך פון ניטל אויפן סדר היום. נישט נאר ווייל עס גיט מיר היינט א חשק צו גיין צום שיעור.
נאר ווייל, איין יאר האט זיך געמאכט אז איך האב שיעור נישט געלערענט, פשוט קיינער האט מיך נישט מעורר געווען, גאנצע טעג נאכדעם בין איך געווען א שברי כלי אז איך בין כמעט נישט נכשל געווארען.

דער קאלענדער איז שוין געמארקט מיט א גרויסען X און רויטע טינט, נישט לערנען!
ווען? קודם האב איך געשטראכען דער דאטום פון קומענדיגע וואך ביז נאך חנוכה, אז עמיצער ווייסט פון א זיטשובע ניטל אדער רבינו תם, זאל ער מיר מעלדען איך וויל נישט ח"ו מגולגל ווערען פאר'ן לערנען ווען מען טאר נישט.
לא יעשה כן במקומינו

cano » 15/12/2005 19:44

ווען איז דער אותו האיש געבוירען און פארוואס מאכט מען נישט ניטול יענע טאג ?

שייןהויך » 22/12/2005 20:57

דער אותו האיש איז נישט געבוירן ניטל. פאר די קריסטן קומט אויס בעסער אזוי צו זאגן.

* * *

שאלה: וואס איז דער באדייט פון דעם ווארט ניטל?
לכאורה מיינט עס ניטש געהאנגן אדער אוועקגענומען פון די וועלט, ווייל דאס האט פאסירט ערב פסח.
אויב אזוי, וואס מיינט דאס ניטל?
איך האב אמאל געהערט אז אין געוויסע שפראכן מיינט ניטל = ממזר, ווי אלע ווייסן דאך די מעשה באריכות ווי אזוי זיין מאמע האט געוואוינט מיט א רוימישע סאלדאט מיטן נאמען "פאנדירא" (זיין נאמען ווערט דערמאנט אין די רומישע היסטאריע ביכער).
עס איז דא כמה נסחאות אין די מעשה: יש אומרים אז ער איז גאר געווען א איד, און ער האט פארשלעפט איר מאן צו פראווען שלש סעודות. ער האט אים אנגע'שיכור'ט און דערנאך ביינאכט געקומען צו איר און געזאגט אז ער איז איר מאן. פון יענע נאכט איז ארויסגעקומען דעם אלעמען באוויסטן "יאשקעלע פאנדעריק"!
אגב: פאנדעריק הייסט ער נאך זיין מאמעס.... (פאנדירא)
עס איז פאראן אסאך נסחאות אין די מעשה. ווער עס ווייסט די אנדערע מדרשים אדער מראי מקומות זאל מזכה זיין דעם עולם.

א פרייליכן ניטל!!!

cano » 22/12/2005 21:42

פארוואס קימט אראפ א קליפה אויף דער וועלט יענע נאכט פארוואס טאר מען נישט לערכען פארוואס טאר מען נישט טרינקען וואסער וואס איז נישט געווען באדעקט מיט אייזען פאר וואס איז די הלכה לגבי געוויסע זאכען פינקט אזוי הארב ווי יוה''כ אלעס נאר ווייל די קריסטען האבען אויסגעפאפט די וועלט מיט זיין געבארטס טאג
והשנית וואס איז אזוי גיט אז ער איז געבוירען ניטול

בןהרחמן » 23/12/2005 19:43

קנא;
וואסער וואס איז נישט צוגעדעקט מיט אייזן דאס איז ביי די תקופה נישט ניטל.

cano » 23/12/2005 20:06

אפשר נישט גיט מסבר געוועו די קשיא
איך וויל וויסען איז ער געבוירען ד פינעף און צוואנציג'סטער זאל מען מאכען יענע טאג ניטל און אויב איז די זעקסטער פין יאנעווער זיין געבארטס טאג זאל מען יענע טאג מאכען ניטל
איך וויל באמת פארשטיין

שייןהויך » 25/12/2005 07:22

דיין קשיא ווערט פון זיך אליין פארענטפערט:
ניטל מאכט מען נישט ווען ער איז 'געבוירן' נאר ווען זיי האלטן זייער חאגא.

cano » 25/12/2005 18:38

איך בין א סאטמערער און ביי אינז מאכט מען ניטל דעם זעקסטער טאג אין יאנאווער און איך ווייס נישט פון קיין חוגא אין יענעם טאג מיין בעה''ב געבט מיר נישט off יענע טאג אפשר איז עס פשוט סאטמער אין מען דארף זיין פארקערט פין די גאנצע וועלט אדער מאכסט'ו פשוט א טעות

קרעמער » 25/12/2005 18:56

קנאי;

ס'וואלט כדאי געווען אז דו זאלסט זיך איינהאנדלן די קאסעטעס פון הרב סיני מאלעוויצקי, וואו ער שילדערט אויף א מייסטערהאפטן אופן דעם גאנצן ניטל (איך האב עס נאכנישט געהערט, אבער איך הער אז ער שילדערט זייער גוט דעם גאנצן עסק).

אויך איז דא א ספר "ניטל ומאורעותיו" (איך מיין אבער אז עס איז נישט דא צו באקומען).

שייןהויך » 25/12/2005 19:40

א גרויסן יישר כח הרב קרעמער פאר די מראה מקומות.

איך וויל נאר צולייגן עטליכע באמערקונגען:

ווי באוויסט האט זיך געשאפן די צוויי ניטל'ן צוליב דעם וואס די קריסטן אין רוים האבן מחליט געווען צו ריקן דעם לוח פאראויס מיט אפאר טעג (מיר וועלן נישט אריינגיין יעצט אין די פרטים פארוואס, עס איז צו א לאנגע שמועס).

די רוסישע 'פראטעסטאנטן' זענען געווען אפגעטיילט פון די קריסטן פון רוים. דערובער האבן זיי ממשיך געווען צו ציילן לויטן אלטן לוח.

דאס איז די מקור פון די צוויי ניטל'ן!

פארוואס האט מען אין געוויסע פלעצער געהאלטן דעם ערשטן, און אין אנדערע פלעצער דעם צווייטן?

אין די מקומות וואס די גוים פון יענע פלאץ זענען געווען קריסטן, האבן זיי געמאכט זייער 'חאגע' אין דעם צווייטן, ממילה האבן די אידן פון יענע פלאץ געהאלטן ניטל דעם צווייטן. משא"כ די פלעצער וואס די גוים זענען געווען פראטעסטאנטן, האט מען געמאכט 'חאגע' דעם ערשטן, ממילה האבן אויך אידן אין יענע פלאץ געהאלטן דעם ערשטן.

עס זענען געווען פלעצער ווי עס האבן געוואוינט גוים, סיי קריסטן, סיי פראטעסטאנטן. אין יענע מקומות האט מען געמאכט צוויי ניטל'עך.

ווען דער ליובאוויטשער רבי (מהריי"ץ) איז געקומען קיין אמעריקא האט ער געטוישט דעם ניטל, ווייל די גוים אין 'קראוינהייטס' האבן געהאלטן דעם 'חאגע' אנדערש ווי די גוים פון אוקריינא.

אין בעלזא האלט מען ניטל דעם 'דריטן', משום מעשה שהיה, די לעצטע יאר פון כ"ק מהר"א האט ער געזאגט פאר זיין משמש ר' שלום פויגל אז היינט איז ניטל. זינט דעמאלט האלטן בעלזער חסידים ניטל דעם דריטן.

אכטונג! אונזער פורום איז נקי מחשש פאליטיק, ביטע זיך האלטן צו די תקנות הפורום
עס זענען דא וואס - אין געוויסע יארן - האלטן זיי דעם בעלזן ניטל, דאס ווענדט זיך אין די תקופה, אבער דאס איז שוין ווייטער א לאנגע שמועס, ואכמ"ל.

געוויסע פלעצער האלטן ניטל נאר אין חוץ-לארץ, אבער אין ארץ ישראל זענען די חיצונים נישט שולט. דער זעלבע ווערט געזאגט אויף מאכן קידוש צווישן זעקס און זיבען.

מען קען אפשר זאגן א ריאה צו די אויבענדערמאנטע מנהג:
די ספרדים,און אזוי אויך אלע אנדערע פלעצער וואס די גוים פון דארט האבן נישט געהאלטן דעם 'חאגע', האבן די אידן פון דארט נישט געהאלטן ניטל. אויב אזוי איז ארץ ישראל נישט אנדערש.

תוקן על ידי - kraitchmer - 26/12/2005 14:28:19

קרעמער » 26/12/2005 14:34

שייןהויך;

יישר כח פאר די נוצליכע ידיעות.

הגם איך האב געמיינט אז אין בעלזא האלט מען פונעם פינפטן אויפן זעקסטן אין יאנואר, איין נאכט בעפאר מיר האלטן.

cano » 26/12/2005 15:50

יישר כח קרעמער איך האב נאר געהערט א ביסל פינעם טעיפ אבער עס קיקט אויס אינטערעסאנט איך האב ליב זיין עריטאָט ביים אפאנגען

קרעמער » 26/12/2005 17:29

קנאי;

ווען דו ביסט פארטיג מיטן טעיפ, שיק עס מיר אריין - זיי מוחל - איך האב עס נאכנישט געהערט. יישר כח!

RebMechel » 26/12/2005 18:49

דער א ספר "ניטל ומאורעותיו" האט מען גע'אסר'ט ווייל עס האט געהאט א R רעיטינג.

שייןהויך » 26/12/2005 19:32

איבער לערנען ניטל:

איך וועל מיך נישט אריינלאזן דא אין די טיפע סוגיא וואס אסאך טינט זענען שוין פארגאסן געווארן דערויף. איך וויל נאר ארומרעדן איבער א צווייטע נושא:

לערנען חסידישע ספרים:

עס זענען דא מקומות וואס מ'לערנט דוקא יא אין חסידישע ספרים, וטעמם ונימוקם עמם:

ווי באוויסט איז איינע פון די עיקר דיפרענצן צווישן חסידים און נישט חסידים, בנוגע תורה. ד.ה. נישט חסידים האלטן אז דער עיקר פליכט אויף די דאזיגע וועלט איז די הייליגע תורה. א מענטש וואס זיצט און לערנט א גאנצן טאג איז א אדם השלם, ער טוט וואס פון אים פאדערט זיך.

חסידים האבן נישט אזוי געהאלטן. ביי חסידים ווייסט מען אז דער עיקר אויף די דאזיגע וועלט איז צוצוקומען צו שלימות דורך דביקות (איך וועל נישט מעריך זיין אין אזעלכע טיפע ענינים), און דביקות קען מען נאר צוקומען דורך לימוד התורה און קיום המצוות, אבער תורה אליין איז נישט קיין ציהל, נאר א מטרה צוצוקומען צו דעם ציהל.

ניטל איז אראפגעקומען א טמאה אויף דער וועלט, און דערפאר מוזן מיר זיך אנשטרענגן אראפצוברענגען וואס מער קדושה. דערפאר דארפן מיר זעהן צו זיין וואס מער דבוק אין באשעפער. דעריבער האט מען מתקן געווען אז מען זאל נישט לערנען נאר זיך אריינלייגן אין דביקות.

(אמר הכותב: אויב דאס איז טאקע די סיבה, האלטן מיר גאנץ שמאל!)

דערפאר זאגן זיי אז חסידישע ספרים מעג מען לערנען, ווייל זיי רעדן בעיקר ארום אין זאכן וואס איז נוגע דביקות. דאס שטערט נישט צום מטרה.

דער ליובאוויטשער רבי ז"ל איז געווען ברוגז אויף די וואס זאגן אזוינע סברות ער האט גע'טענה'עט אז חסידישע ספרים עיקר תורה הן.

בנוגיע מעשיות, איז אויך דא מצדדים לכאן ולכאן, אבער נישט פאר יעצט, אפשר א צווייטע מאל וועט מען מער מאריך זיין איבער דעם.

קרעמער » 26/12/2005 19:49

rebmechel

ווען עס וואלט געהאט אן R רעיטינג וואלט גוט געווען... עס איז געווען UNRATED...

פעדעקס » 8/1/2006 23:51

שוין מיט אריבער א מאנאט בעפאר ניטל איז קרעמער ארויס געקומען מיט א מעלדונג איבער די 'גרויסע פארברייטונג צו ניטל אין קרעטשמע'.

למעשה איז ניטל אנגעקומען און אוועקגעגאנגען און גארנישט האט פאסירט.

ס'איז אריבער די רוימישע ניטל, די פראטעסטאנטישע ניטל, דער זעקסטער דער זיבעטער, און 'אין קול ואין עונה'...

אפשר האב איך עפעס פארפאסט דא?