היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » אידישע נייעס אפסטעיט ניו יארק » אלע צדקה וחסד אקציעס אין קרית יואל

אלע צדקה וחסד אקציעס אין קרית יואל

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1715560

אלסווייסער » 14/12/2005 18:06

אין דעם אשכול וועלן אלע חשובע פארק זיצער נאטירן "אלע" צדקה וחסד אקציעס וואס ווערן אפגעראכטן אין דעם עיר החסד קרית יואל.

אזוי ווי מען הערט ליידער אסאך צרות ביי אחינו בני ישראל, איז אפשר א ענין צו מעורר רחמים זיין, ביים אבינו אב הרחמן, ער זאל זיך אויף אונז דערבארימען, דורך האלטן חשבון איבער די אומצאליגע צדקה וחסד אקציעס וואס אידישע קינדער געבן זיך אוועק פאר אן אנדערן אידנס וועגן.

אלזא :

יעדער, דינער\ פארטי\ אפיל\ טיי אווענט\ טישל\ וואס ווערט אפגעראכטן אין קרית יואל זאל מען דא נאטירן, און מען וועט האלטן א חשבון וויפיל אקציעס עס קומען פאר אין דעם הייליגן שטאט,

נ.ב. מען זאל זיך האלטן צו די פאלגענדע כללים

1) פאר מען איז מגיב, זאל מען קוקן צו א צווייטער האט עס נאך נישט נאטירט.

2) מען זאל שרייבן אויף די אקציע א נומבער לויטן חשבון ווי מען האלט.







תוקן על ידי - אלסווייסער - 14/12/2005 18:06:29

אלסווייסער » 14/12/2005 18:11

ד' וישלח

1) א מסיבת "ידאגו" אין שאפינג סענטער דורך הרב החסיד ר' אלי' שלמה קאהן מנהל בית רחל.

זכר » 14/12/2005 18:41

ווען גייט זיין אין ק"י די מסיבה פאר תולדות אברהם יצחק היי יאהר

אלסווייסער » 18/12/2005 18:27

2) ד' וישלח

הרב אברהם שלום פריעדמאן

3) ה' וישלח

מסיבת "כיבוד אם" דורך יצחק פאגעל

4) אפיל ד' וישלח

לטובת "מפעל חסדים טובים" דורך בערל הערשקאוויטש.