היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » עס קען אייך צונוצקומען

עס קען אייך צונוצקומען

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1714767

taty11 » 14/12/2005 09:23

ווען די ווילסט בארגן געלט פון איינעם פרעג איהם נישט אויב ער האט אצענער צו בארגן, ווייל דאן וועט ער נישט האבן. פרעג איהם ענדערשט אויב ער האט צו קראכען א צוואנציגער. אויב יא דאן "דערלאנג אהער א צענער"....


ווען דו דארפסט א ציגארעטל פון איינעם, פרעג איהם נישט אויב ער האט א ציגארעטל ווייל דאן וועט ער נישט האבן, נאר פרעג איהם "צו דארפסטו א ציגארעטל". ער וועט דיר ענטפערן "כ'האב אייגענע". "אזוי? דערלאנג מיר נאר אהער איינס"!!!!....

חי_וקים » 14/12/2005 10:44

אויב איך האב א חשד אז טאטי טשולענט און איוואן זענען נישט מער ווי דריי פינגערס פון איין מענטש, ווי אזוי דארף מען דאס צו פרעגן אז זיי זאלן נישט קענען אפ לייקינען ???





קענסט שרייען פון היינט ביז מארגן "חי_וקים", ס,וועט דיר גארנישט העלפן...!!!

גראף » 14/12/2005 15:38

טאטי, כ'מיין אז עס איז א שאלה פון גניבת דעת, פרעג זיך נאך ביי קאמפעטענטע רבנים. אויב דו קענסט נישט אליין גיין פרעגן, קענסטו שיקן איוואן'ען (זאג אים צו א טאפ טשאלענט, ער וועט לויפן אויף אלע פיר).

חי וקים. איך בין נייגעריג ווער די אנדערע צוויי פינגער זענען.

איוואן » 14/12/2005 19:20

טאטי, חי וקים, גראף, הער אויס:

דאס אז די ביסט איין מענשט מיט 3 (אויב נישט מער) ניקס דארפסטו נישט אויספאמפען פאר א יעדן איינעם, אין כדי דיר צו פארוואשן ריקסטו מיר אריין אין דיין פלאנטער.

הערזסע שיין אויס, יאך האב מיט דיר נישט גארנישט, שטויס דיר אפ פון מיר, צו הייסטו טאטי11, צו חי וקים, אדער גראף, (און נאך). אין איך וועל ניצן די פסוק וואס יעקב אבינו האט גענוצט:


ובקהלם אל תחד כבודי!!!!!!

קרעמער » 14/12/2005 20:08

ווער איז 'הער אויס'?

איוואן » 14/12/2005 20:27

קרעמער טייערער.

דוכט זיך מיר אז צו איין מענשט זאגט מען "הער מיך אויס", אין צו צוויי אדער דריי זאגט מען "הערטס מיר אויס"....

גראף » 14/12/2005 21:27

איוואן, ווען דריי מענטשן רעדן זאגן זיי געווענליך "הערט אונז אויס"

hi2all » 14/12/2005 21:31

הער גראף
איך געדענק אז ס'איז שוין געווען א אשכול איבער אידיש כללים, איך מיין אז דאס איז געווען פון קרעמער, ווילט איר דאס ארויפברענגן אויף דעם אויבערפלאך?

איוואן » 14/12/2005 21:54

גראף !!! אז דו ווייסט שוין יא ווי אזוי מען רעדט יודיש, איז ווען דו ניצט דיינע אלע שמות ווי: חי וקים, טאטי11, גראף,
זאג ****הערטס מיר אויס****

גראף » 14/12/2005 23:39

איוואן, ווער האט דיר אויסגעניכטערט? גיי כאפ א פלעשל און לייג זיך צוריק אונטערן טיש וואו דו באלאנגסט.

gishmoker » 27/7/2010 07:44

JR האט יעצט א סעיל אויף א 8גב פלעש דרייוו פאר $19.88
פרייע שיפפפינג
http://www.jr.com/kingston/pe/KGS_DTI8GB/

scy4851 » 27/7/2010 07:52

אויף דעם דרייוו איז דא פלענטי פלאטץ פאר איוואן, גראף, הער אויס, חי וקים, וכו' וכו' וכו' דער גאנצע חד גדיא.......