היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ר' שמואל פריינד זצ"ל _איש החסד

ר' שמואל פריינד זצ"ל _איש החסד

34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1714126

glickman » 13/12/2005 20:37

אזא טייערער יוד

polish » 13/12/2005 20:38

פארהאלטנמעסיג א יונגער מענטש

א וואוילער איד

taty11 » 13/12/2005 20:41

לווי' איז געווען היינט 8 אידערפרי אין ווילי, אין 11 פארמיטאג פארענט פון עטרת זקינים איןקר'י

(געהערט:קול מבשר)

פייפער » 13/12/2005 20:44

פייוויל וייס האט געזאגט אז ר' שמואל איז פילא פריינד

און זיין זון שראל יענקל איז פלאי פלאים

שם_אחר » 13/12/2005 20:54

איי איז דאס געווען א געשמאקער איד, א זכרון נפלא, ער איז נאך יעדעס יאר געפארן אויף אונגארן 11 טאג נסיעה, ער פלעגט אנווייזן אלעמען וואו דער האט געוואוינט און וואו דער, בקיצור ער איז געווען א איד צום געדענקן, נאך פאר איך פארגעס, געשטאנען יעדן דינסטאג אדער מיטוואך אין ראדני סט', און געקעשט פאר אידן טשעקס, איי זכרונו לברכה, יהא זכרו ברוך, ונשמתו צרורה בצרור החיים.

ekstein » 13/12/2005 22:47

i dont have yiddish now on my comp but a line i will spand for theis eish hchased


50 years in chavra kadisa dsatmar
Who remember his voice
Slichas gelt for the rebazin

הטקסט שלך כאן



פייפער » 13/12/2005 23:19

איך געדענק ווי ר' שמואל עליו השלום
פלעגט שטיין מיט די רעבעצן און ר' יעקל שווארץ
בעטן געלט פאר די רעבעצן

אזוי אויך ווען דער רבי זיע"א איז אוועק האט ער געקעשט טשעקס און זיך אונטער געווינט אוי נא לנו כי חטאנו

מי יתן לנו תמורתו

polish » 13/12/2005 23:21

פייפער: כאפ א פייף.

דאכענע » 13/12/2005 23:22

וואס האט פאסירט מיט אים?

mechel19 » 13/12/2005 23:25

ווער איז געווען דער ר' שמואל, איך זע מען שרייבט אויף עם זצ"ל אין איש החסד, איז ער געווען א רב, מיט וואס איז ער געווען א איש החסד, וואס איז געשען מיט עם איז ער קראנק געווען, ווי אלט איז ער געווען, שרייבס פרטים. אפשר גאר א בילד.

וואסענייעס » 13/12/2005 23:31

פאריגע וואך האט מען אים געמאכט א קישקע אפערעישן און סוף וואך שוין נאכן ווערן בעסער איז ער צוריק געפאלן די לעצטע פאר טעג איז ער שוין נישט געווען ביי זיך ל"ע און נעכטן 12 בערך איז ער אוועק ת,נ,צ,ב,ה,

דאכענע » 13/12/2005 23:32

מיכל'טשע.

פרעג איעדן סאטמערער איד ווער עס איז געווען "פילא פריינד" וועסטו שוין אלעס הערן.

פשטידא » 13/12/2005 23:48

איך בין אמאל געפארן מיט אים מיט א נסיעה צו קברי צדיקים מיט רייכבערג טראוועל.

ר' שמואל איז מיטגעקומען מיט די נסיעה. איך קען זאגן אז אלעס האט זיך געדרייט ארום אים ער האט געוויסט צו פארציילן פון יעדן פלאץ און אינטערגעהאלטן יעדן.

נישט דורך קיין טאג וואס ער זאל נישט מאכן קיין לחיים גלייך נאכן דאווענען, און געבן פאר יעדן אביסל משקה. (די לעיקעך איז נישט געווען צו פריש...)

א גרויסער חלל ליידער געשאפן

mechel19 » 13/12/2005 23:49

אין ווער איז פילא פריינד, איז דאס זיין מאמע, אדער וואס א שייכות האט ער צו איר, אין פארוואס שרייבט מען נישט קיין פרטים, איז ער טאקע א זצ"ל אדער מאכט מען ליצנות, איך ווייס נישט צו מען מיינט ערענסט צו נישט איך האב עם נישט געקענט.

דאכענע » 13/12/2005 23:53

ניין פילא איז נישט געווען זיין מאמע...

פון "שמילא" (שמואל) איז געווארן "פילא".

לשון חיבה.

ער איז באמת געווען א טייערער איד.

חבל על דאבדין.

תוקן על ידי - דאכענע - 13/12/2005 23:53:50

polish » 13/12/2005 23:55

דאכענע איך מיין אז דאס איז נישט געווען א לשון חיבה...

מער א צונאמען אן דאס איז אן אונגארישער טבע...

weiss321 » 14/12/2005 02:25

אסאך אלטע הייסען מיטן ניקנעם

bal_hanes » 14/12/2005 04:53

פיקטשער הרר' שמואל פריינד ע''ה
[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 14/12/2005 05:05

וועלכע איז ער?

bal_hanes » 14/12/2005 05:11

רעכטע זייט

ארגינעלער » 14/12/2005 05:18

שקויעך בעל הנס.

פאר'ן ארויפלייגן דאס בילד פון געלבערמאן, וועמען רבינו הקדוש זי"ע האט אזוי ליב געהאט און אים גערופן בלשון חיבה: דער געלער בדחן.

KJfireman » 14/12/2005 05:21


דער בילד איז ביים אריינגאנג צו די רביצין'ס ביהמ"ד "בית יואל" אין קרית יואל.

דעם שמועס וועט מען זיכער קענען ליינען אינעם נעקסטן מושיען של ישראל, אויף וואס סאטמאר'ער חסידים ווארטן שוין בכליון עינים.




יענקעלע11 » 14/12/2005 05:35

אה יעס!!! דער ספר וואס דער רבי שליט"א פלעגט צורופן (פאר ער איז געזונט געווארן) היימישע געבעקטס!!!

KJfireman » 14/12/2005 07:19

יענקעלע גראדע האב איך געהערט וויאזוי דער רבי האט משבח געווען דעם ספר און נאכגעזאגט דערפון:

אבער לאמיר ענדערש זען וואס ער האט געשריבן אין תשמ"ח
[בילד – נישט אפגעהיט]

אמת_זיגט » 14/12/2005 08:19

פייערמען, וואלסט דיך שוין געמעגט אויסלערנען נאך אזויפיל יארן אז לויט די מאנראו פארטיי זענען דא גאנצע שיטות אויף די יארן ווען מ'מעג יא אננעמען וואס דער רבי האט געזאגט און ווען ס'איז פשוט בטל.

פון תשל"ט ביז תשמ"ה - גענצליך בטל.

פון תשמ"ה ביז תשמ"ט - רוב בטל.

פון תשמ"ט ביז תשנ"ד - אין קראפט (עכ"פ דאס וואס לוינט פאר די היינטיגע אהרונישע פאליטיק).

פון תשנ"ה ביז תשנ"ט - רוב בטל (נאר דאס וואס לוינט פאר די היינטיגע אהרונישע פאליטיק עקסעפט מען נאך אפשר יא).

פון תשנ"ט מאנטאג חוה"מ פסח ביז תשס"ו ועד בכלל - גענצליך בטל.

hi2all » 14/12/2005 21:27

וואו זיצט מען שבעה?

מי_אלה » 14/12/2005 23:56

איך בין איינמאל געווען ביי א לויה ל"ע און ר שמואל איז אריינגעקומען און געזהייסן יעדן זאגן די תפילה פאר די טהרה

נאכדעם האט ער געזאגט מיט זיין זיסן קול

"ווער עס איז נישט פון די חברה קדישא זאל ארויסגיין"

התאחדות » 15/12/2005 00:09

איך האף אז דאס איז נישט געווען נעכטן ביי די לוי'

yakovber04 » 21/12/2005 22:52

פאטאקי איז מנחם אבל די פריינד משפחה
[בילד – נישט אפגעהיט]

משהוואלף » 21/12/2005 23:06

פאטאקי קוקט דא אויס צו זיין זייער דערביטערט.

פדן_ארם » 22/12/2005 01:13

וואס האסטו געוואלט ער זאל זיצן מיט א שמייכל בבית האבל?

yakovber04 » 22/12/2005 02:35

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

yakovber04 » 22/12/2005 02:35

'
[בילד – נישט אפגעהיט]

yakovber04 » 22/12/2005 02:36

'
[בילד – נישט אפגעהיט]