אין היינטיגען דף היומי עירובין ס"ט ע"א שרייבט דער ריטב"א וזה לשונו:
דמשום דחלל שבת פעם אחת אין אדם נעשה משומד, דאם כן כל העושה עבירה במזיד יהיה משומד לאותו דבר, והא ליתא, שאין משומד אלא הפורק עול הדבר ההוא מעליו, ורגיל לעבור בו תמיד !
די ברענגסט לשון הריטב"א
"דמשום דחלל שבת פעם אחת אין אדם נעשה משומד, דאם כן כל העושה עבירה במזיד יהיה משומד לאותו דבר, והא ליתא, שאין משומד אלא הפורק עול הדבר ההוא מעליו, ורגיל לעבור בו תמיד!"
אויב אזוי זענין די לומדי דף היומי ריכטיגע משומדים טאקע כלשון הריטב"א: "ורגיל לעבור בו תמיד" ווייל כידוע פארפעלען זיי נישט קיין איין טאג דעם "דף היומי"!
טרעקטער:
א פיצקעלע נארמאלקייט ביטע,
עס איז נישט קיין דזשאוק...........
נאך אן אינרעסאנטע זאך, היות היינט זיינען מענטשען נישט מקפיד און בויט הייזער ווי מען פארבויט דעם שכן'ס פענסטער, דארף מען וויסען אז ווען טוט דאס פאר א בית המדרש איז דאס זייער הארב, און דאס איז דער לשון פון ספר חסידים אות תתי"ג
מעשה באדם אחד שהיה ביתו סמוך לבית הכנסת והיו מתים הילדים שלו, ואמר לו חכם אחד לפי שביתך למעלה מחלון בית הכנסת ומזיק לאורה שלא יוכל להכנס בו, ועוד אתה ..... סמוך לבית הכנסת, [ותיקן] ונתקיימו בניו מאותה שנה ואילך.
דאס גייט נאך אן היינטיגע צייטן ווען אלע שולן זענען אויסגעשטאט מיט לעקטערס און מען דארף שוין נישט אנקומען צו זין ליכט?
דרייניץ, די שרייבסט:
"א פיצקעלע נארמאלקייט ביטע,
עס איז נישט קיין דזשאוק..."
וואס זאגסט די אז דף היומי איז נישט אסור
אדער אז, באמת איז עס יא אסור נאר ס'איז
נישט אזוי הארב ווי חילול שבת?
תורה היא ולימוד היא צריך!
atoz
דאס איז נאר נוגע ווען עס איז נישט געווען קיין לעכטיגקייט.
היינט גייט עס לפי חוקי המדינה.
רעב טרקעטער איך וועל ענטפערען דיין איבעיא
די וואס לערנען מיט דעם דף היומי זיינען זיך כולל מיט די אלא לומדי הדף
און די וואס לערנען נישט דעם דף זיינען זיך כולל מיט די אלע וואס לערנען נישט דעם דף
במחילת כבודך: "לא אמרת כלום"
דער איסור פון דף איז וועגען התחברות .... ניין? סא ווענד עס זיך וועלעכע זיינען די ....
ועוד, ווער האט ג'אסרט דעם דף?
טרעקטער גיי טשעק דיינע טייערס איידער די דשעק נייפסט
תורה היא ולימוד היא צריך!
ATOZ
ס'דאך א מחלוקת הראשונים. פארוואס ברענגסט דו נאר איין שיטה?