היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ווילי איד זעלבּסטמאָרד פאַרמיטן

ווילי איד זעלבּסטמאָרד פאַרמיטן

2 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1712340

וואלדמאן » 12/12/2005 17:51


ביטע נישט שרייבן קיין פּרטים אדער נאמען צוליב כבוד האדם.

אבער אזוי פיל קען מען יאָ באַריכטן אז אלעס האט זיך ב"ה גענדיגט בכי טוב, און מען האט מציל געווען דעם איד, נאָכדעם וואָס די צרות האבן אים אראפגעטריבן פון געזנוטען צושטאנד זיך צו הרגענן ה"י.

נעכטן נאכט ארום צען אזייגער ביינאַכט האָט זיך אַ אינגערמאַן ארויפגעכאַפּט אויפן דאַך פון א וויליאמסבורגן בילדינג, אין "הארץ" פון שטאט ווען די גאסן זענען געווען געפּאַקט מיט טויזענטע אידן, אויפן דאַך פון ר' שלום לויפער'ס הויז ביי ליע עועניו קאָרנער ראָדני סטריט, און געסטראַשעט זיך אַראָפּציווארפן צום טויט ה"י, בשעת ווען טויזענטע זענען געשטאנען אומבאַהאָלפן און געשריגן צו אים ער זאָל זיך באַרעכענען.. ביז עס איז געלונגען פאר די פּאָליציי אים אראַפּצוכאַפּן פון דארטן אין צייט, מען האָט אים אריינגעפירט תיכף אין שפּיטאָל פאר באהאנדעלונגן אים אויסציהיילן.

און יעדער איינער האט אָפּגעאַטעמט מיט שמחה אז דער קירזיס איז דורך.

שפּעט אויף דער נאַכט האט זיך דער טראַפיק צוריק געפענט נאַך דעם וואס דער עולם איז זיך צוגאגענן.

תוקן על ידי - jewboy - 12/12/2005 18:15:22

טרעקטער » 12/12/2005 17:54

אינטרעסאנט איך בין דארט געווען בערך 10:45
און גארנישט געזען.

איך ווייס נישט צי ס'איז סתם א געבעקס
אדער א מעשה פון 10 יאר צוריק.