די וואך דאנערשטיג קומט פאר די חתונה פון אן אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מקאליב שליט"א, מיטן זון פון כ"ק אדמו"ר מ'חאליסע שליט"א
דער עולם איז מכובד מיט באריכטן / בילדער.
כ"ק אדמו"ר מ'חאליסע שליט"א
ווער?
וואו איז דאס חאליסע?
הר"ר פרץ טובי' דייטש בן הרב שמריהו וחתן הרב רוטנער מחליסה.
צבי
כאליסע?
1) א ציגאנער שטאט אין אונגארן
2) ארוטעניש דארף אין רומעניע
3) א רוסישע קרעטשמע אונטער לעמבערג
4) איין אראבישע געגענט אין חיפה
דער געווינער קריגט דעם נאמען פון די אבי שושולת כאליסע
רבי באטשי
דו ביסט מורא'דיג, א דאנק פאר די אינטערטעינמענט.
איין סאטמאר
100%
געשאסן אין געטראפן
אקעי, דער נאמען פון אבי השושלת איז רוטנער, דעם ערשטן נאמען קריגסטו נישט אזוי שנעל, דו מוזט פעססן נאך א טעסט
פרטים יבואו
זעהט אויס איך האב זיך פארמישט מיט "אחוזה" וואס די שושלת ציהט זיך מבית סיגעט, אגב ווער פירט אהן היינט מיט מלכות אחוזה?
איין סאטמאר:
אויסגעגרעפסט?
אין חליסה חיפה וואוינען שוין היינט נישט קיין אידען.
איך גלייב נישט אז דער רב שליט"א איז נאך דארט היינט צווישען די אראבער.
אין קאליב וואינען יא אידען?
ריכטיג
חליסא איז אן אראבישע געגענד אין חיפה
אמאהל האבען דארטן געוואוינט א גרויסער טייל חרד'ישע אידען וואס זענען אנגעקומען קיין ארץ ישראל נאכען חורבן.
זיין טאטע איז געווען רב אין חליסה חיפה, אמאל האבין אסאך אונגערישע יודן געוואינט דארט, שפעטער איז ער אריבער קיין פתח תקוה
HOTWIRE טעות בידך
זיין טאטע איז ארויפגעקומען פון ראמעניע און גלייך געווארן רב אין חוג פתח תקוה.
זיין שווער הגאון ר' בן ציון רוטנער איז געווען רב אין חליסה.
בילדער פון די חתונה.
[בילד – נישט אפגעהיט]