היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » *********מי כעמך ישראל*********- משביע

*********מי כעמך ישראל*********- משביע

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1711281

אגודיסט » 11/12/2005 22:57

איך האב דאס באקומען און די פאסט דעם שבת קודש איך טראכט אז עס קען זיין אז אסאך מענטשען האבן דאס נישט באקומען ממילא האב איך עס געסקענט פארן עולם דא.
און אזויווי איך בין אביסעל באקענט מיט די הייליגע פעולות פון דעם בית התבשיל "משביע" וויל איך אביסעל דא אינפארמירן דעם חשובען ציבור.
משביע איז אזויווי עס הייסט עס מאכט זאט די צענדליגע היימישע טאטעס\ מאמעס\קינדער וואס קומען אריין דארט טעגליך פשוט און גראד היימישע בארא פארקער מענטשען וואס האבן נעבעך נישט וואס צו עסן איך קען אסאך פון זיי, וואס זאגן מיר אז משביע האט זיי ממש געראטוועט ווען נישט משביע וואלטען זיי געגיינגען שלאפען אנע עסן, אזויווי מען ליינט און די מעשה ביכלעך אז מען האט אמאל און דערהיים געהאט נאר ברויט מיט וואסער ליידער און בארא פארק איז דא די זעלבע זאך מענטשען האבן נישט וואס צו עסן.
עס איז אפען טעגליך פון 4 נאכמיטאג ביז 9 ביינאכט open to the public און ווער עס וויל אריינשיקן געלט דארט איז וועלקאם.
אויך איז יזכר לטוב דער גרינדער פון משביע, הר"ר מרדכי מאנדלבוים הי"ו וואס האט עס אויף געפענט און מייסד געווען.
מי כעמך ישראל!!!!!!!!!!

דא האט איר א לינק פון דעם בית התבשיל:
דא איז פאר בראודבענד:http://www.brooklynx.org/bcat/multimedia/video/brooklyn_review/110/food_hi.wmv
דאס איז פאר דיילאפ: http://www.brooklynx.org/bcat/multimedia/video/brooklyn_review/110/food_lo.wmv
[בילד – נישט אפגעהיט]

אגודיסט » 11/12/2005 22:58

2
[בילד – נישט אפגעהיט]

אגודיסט » 11/12/2005 22:59

3
[בילד – נישט אפגעהיט]

אגודיסט » 11/12/2005 22:59

4

אגודיסט » 11/12/2005 23:00

4
[בילד – נישט אפגעהיט]

אגודיסט » 11/12/2005 23:58

איך האב געמיינט אז די עולם דא וועט מגיב זיין אויף מיינע ווערטער און ביז דערווייל זעה איך אז מען איז פארנועמן מיט נארישע פאליטיק

כשריקע » 12/12/2005 01:13

מהאט געוואלט מגיב זיין, נאר מהאט געזען אז דו ביסט היינט אויך פארנימען מיט פאליטיק אין די אשכול פון רביןס מעדיקעל רעקארדס, האט יעדער דיך נאכגעטין...

Baachi » 12/12/2005 20:24

אגודיסט טייערער

דו ווילסט א תגובה?
נאדיר! זאלסט נישט האבן קיין טענות שפעטער

וואס איז דער גרויסער אויפטוה פון משביע?

לויט ווי איך קען עואב"י בארא פארק האט מען געקענט עסען פליישיגס אהן געלט לכל דכפין ביי רובאשקין .CROWN אויף 13 עוועניו

אין מילכיגס ביי מענדל יארוסלאוויטש פיצא אויף 18 עוועניו,

זיי האבן געגעבן בדרך כבוד פאר יעדן איינעם.

צו דעם איז געווען כסדר צו עסען אין שומרי שבת (נישט צו אפעטיטלעך...)

מה הועילו חכמים בתקנתם?

תוקן על ידי - baachi - 12/12/2005 20:45:33

אגודיסט » 12/12/2005 21:10

מסוד חכמים ונבונים....

באטשי טייערער איך וועל דיר ענטפערן אויפן סדר על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.

דיינע ווערטער לייג איך און שווארץ און מיינע ווערטער און בלוי

לויט ווי איך קען עואב"י בארא פארק האט מען געקענט עסען פליישיגס אהן געלט לכל דכפין ביי רובאשקין .CROWN אויף 13 עוועניו
דארט האט מען געמיזט ווארטען אויף די בעל הבית און נאר אויב ער איז דארט געווען האט מען באקומען, און חוץ פון דעם נאר משולחים וכדו' האט מען געדארפט צו גיין צום קאונטער און מירמלען שטילערהייט "איך האב נישט גיין געלט איך האב נישט וואס צו עסן וכדו', משא"כ משביע איז כל דכפין ייתי ויכול מען פרעגט מען זאגט נישט מען קומט אריין און מען זעצט זיך אוועק און א וועיטער קומט צו און ברענגט עסן.

אין מילכיגס ביי מענדל יארוסלאוויטש פיצא אויף 18 עוועניו,
איז דארט האט מען געגעבן נאר מילכיגס און נישט פליישיג און טאמער איינער וויל עסן פליישיג זאל ער הונגערן?!

צו דעם איז געווען כסדר צו עסען אין שומרי שבת (נישט צו אפעטיטלעך)...
דעס איז געווען נאר פאר מענער און נישט פאר פרויען און קינדער און די זאגסט אליין אז דאס נישט אפעטיטלך

למעשה משביע איז א פלאץ ווי כל דכפין ייתי וייכול אנע קשיות

יעדער איז Welcome מען פרעגט נישט קיין שאלות

און מען געט צו עסן יעדען טאג פון 4- ביז 9 יעדן טאג פרישע עסן

און א ריינע לעכטיגע זויבערע פלאץ

Baachi » 12/12/2005 21:46

אגדיסט

לגבי רובאשקין ביזטו נישט גערעכט, דער בעה"ב איז קיינמאהל נישט דארט נאר די בעה"בסטע, מרס רובאשקין א אידענע א צדיקת וואס גיט מיטן גאנצן הארץ,

דארט איז א פלאץ פאר דער וואס שעמט זיך צו עסען ווי א שנארער אבער נישט צו בעטן

ביי אייך איז א פלאץ פאר דעהם וואס שעמט זיך צו בעטן ווי אשנארער אבער נישט צו עסען

אימא לכו מילתא דשוויא לתרוויכו

בעהט דעם חשובן עולם ווי אברכי כולל השכנים צו קומען עסען אהין פון מאהל צו צאהל און באצאלן איש כמתנת ידו. וועט דאס אוועק נעמן די בושה פון די וואס עסען פאר בחנם

אגודיסט » 13/12/2005 00:14

קודם כל איך בין נישט משביע (ביי אייך) איך קען נאר דער זאך פון דערנאנט
צווייטנס און Crown האסטו מיך געכאפט אויפן ווארט איך האב געמיינט מיס. רובאשקין ווען זי איז דארט געט מען צו עסן און ווען נישט נישט. און לויט מיין ידיעה האט מען נאר געגעבן דארט שפעט ביינאכט
דריטנס ליידער ליידער זענען שוין געווען און זענען דא און משביע יעדען טאג היימישע בארא פארקער איינוואוינער וואס קומען עסן זייער אפט און משביע און ווער עס שעמט זיך איז דא מחיצות צו זיצן אונטער זיי אז קיינער זאל דיך נישט זעהן

Baachi » 13/12/2005 00:18

ירבו כמותכם

אבער רובאשקין'ס קרעדיט נעם נישט אוועק. יעדער גיט נישט נאר די בעה"בוסטע

אגודיסט » 13/12/2005 00:24

Thank you very much
און יעצט אז די האסט שוין איינגעזען די געוואלדיגע טוהעטען פון משביע געב איבער פאר אלע דיינע פריינט און ידידים
און מען זאל אנפאנגען אריין צו שיקן די נדבות

APPLE » 13/12/2005 00:25

משביע איז א חשובע זאך.

איך גיי דארט אריבער, אין איך זע פון מאל צו מאל היימישע אידען {לכאורה משולחים} קומען ארויס מיט זעקלעך עסען.

ירבו כמותם בישראל. מען דארף זיי מחזק זיין.