היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » דער קעניג איבער אלעם

דער קעניג איבער אלעם

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1711157

התאחדות » 11/12/2005 21:48

דערוועקט זיך סאכדעס אויף איין אינדערפרי, און ווי געווענדליך גייט ער אריין אין קעניג'ס פאלאץ, זעהן צו דער קעניג האט נישט אפשר קיין שאלעס וואס איז געבוירן געווארן איבערנאכט, נו דער קעניג באמערקט דעם דאיען, און עס הילכעט אפ א גוט מארגן מיט א ווידער קול אין גאנצן פאלאץ.

שוין מיט אימה און פחד גענענט דער דאיען צו צום קעניג מיט א מאוו פון הכנעה, און ער רופט אויס: צום באפעל, רופט זיך דער קעניג אהן מיט א ליבליכע מינע, איך בין היינט אין א גוטע גיסטע, קומזשע אריין אין מיין חדר מיוחד.

דער דאיען האפט צום אלעם בעסטן, און ווי איר שטעלט זיך פאר, ער איז נישט געווארן אויסגעשפילט, דער קעניג מיט א שמייכל אויף די לעפסען, זאגט איהם אזוי מיט א פרייליכע מינע, קום וועלמיר שפילן טשעקערס.

שטעלט אייך פאר די פרייד פון דעם דאיען סאכדעס, ס'טיטשט דער קעניג אליין וויל שפילן מיט עמען, אבער סאכדעס איז אין א פארגעלעגענהייט ער האט נאך אין זיין לעבן קיין טשעקערס געשפילט, נו וואס זאגט מען דעם קעניג, ער וויל דאך עם נישט טשעפען, נאכדערצו נאכ'ן באקומען אזא כבוד, וואס קען לויט אלע מפרשים ווערן אנגערופן קאוועד מאלאחעם.

סאכדעס בארעכנט זיך וואס קען ער דערלייגן, זיין איי קיו סקאר האלט טאקע נישט ביי 141 אבער ער דארף זיך נישט שעמען, ער דערגרייכט לכאורה איבער זיבעציג, נו ער זעצט זיך צו.

דער קעניג איז פארשטייט זיך ערשט, דער קעניג גייט ארויס מיט איינע, און סאכדעס שפאצירט ארויס מיט איינע, אזוי גייט מען און גייט מען, "שיער" נישט האט סאכדעס נישט געוואונען, און לבסוף שטעלט אייך אליין פאר, ער האט טאקע נישט געוואונען.

דער קעניג איז ארויס מיט פינף קעניגן און סאכדעס מיט קיין לעבעדיגן קעניג, זעהט סאכדעס אז דער קעניג איז נישט נאר קעניג אין הייד פארק נאר אין טשעקערס אויך, און מיט סטאז שרייט דער דאיען סאכדעס אויס:

יחי אדוננו מלך הטשעקערס יחי


און דאן האפט סאכדעס אז דער גאנצער אוילעם אין דארף וועט ספאנטאניש ארויסגיין אין א העפטיגע טאנץ עד עלות השחר.

jewboy » 11/12/2005 23:39


עס איז מיר געווען א גרויס כבוד זיך צו שפילען מיטן דיין שליט"א.

דא האט איר א בילד ממש פונעם אנהייב ענדע, פון איין שפיל.
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 11/12/2005 23:43

און דא האט איר דעם צווייטן שפיל
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 11/12/2005 23:47

אההה כ'האב פארגעסען ציצולייגן.

די רויטע איז דער דיין שליט"א

קרעמער » 12/12/2005 02:55

דזשובוי;

אין דעם פאל זעהט יעדער אז "בייקער" איז די רויטע, און די לעצטע מאל דער דיין שליט"א האט זיך ארויפגעזעצט אויף א בייק האט זיך דאס איבערגעבראכן אין האלב, איז וועמען'זשע ווילט איר דא איינרעדן באבקעס?

תוקן על ידי - kraitchmer - 15/12/2005 19:14:23

התאחדות » 12/12/2005 03:47

קרעמער אוי זייט ניט אזעה שארף

jewboy » 12/12/2005 22:43

דא האט איר א היינטיגע געים.
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 12/12/2005 23:53

שיין קוק איך אויס

היינט ווען איך האב איהם שוין כמעט געווואונען, איך רעד שוין נישט פון דעם אז ער האט די לעצטע מינוט אפגעהאקט, האט ער אויסגעמעקט זיין נאמען אויך.

נו אבער תנו כבוד למלכות.


תוקן על ידי - התאחדות - 12/12/2005 23:54:59

jewboy » 13/12/2005 00:04

איך האב דיר געזאגט (נישט געשריבן) אז אלע מיינע מסנג'ר זענען סטאק געווארען, "נאט ריספאנדינג"

איים סארי

קרעמער » 13/12/2005 01:13

אויב איך מעג פרעגן - און אויב נישט, זייט מיר מעורר - וויאזוי איז געשאפן געווארן דער בונד(ל) צווישן דעם קעניג מיטן דיין???

איך געדענק נאך ווען דער קעניג האט אפגעשטאט א באזוך ביי מיר אין קרעטשמע, האט ער זיך צווישן אנדערע אינטערסירט אויף דעם "התאחדות", ווער איז דאס - פרעגט מיר דער קעניג, כאילו איך ווייס אלעס - איך גלייך זייער זיינע ארטיקלן.

איך האב גארנישט געטאן צו דערנענטערן די הערצער, איך וואלט סיי ווי נישט געקריגן שדכנות (אויך ווייל ווען איך האב יא פרובירט איינעם אריינצוברענגן אין בילד, האב איך געהאט שברי לב און עגמת נפש, מיטן קעניג אינאיינעם), און פלוצלינג, איין שיינעם טאג, ווערט איר מיר עפעס אזוי געקניפט און געבינדן ווי "איידענטיקל טווינס" (צווילינג וואס מען קען שווער פונאנדערשיידן).

וויאזוי איז דאס געשען??? ווער איז שולדיג??? וואס האט איר געמיינזאם אז די חברותא 'קליקט' אזוי שיין ב"ה??? (איך רעד נישט פון קנאה ח"ו, נאר פון נייגער...).

התאחדות » 13/12/2005 01:21

קרעמער אזא שוואכן קאפ קוקט אויס אז דו האסט ניטאמאל קיין 70 אין אייקיו

דו ביסט דאך געווען דער שדכן.

קרעמער » 13/12/2005 01:24

התאחדות;

ווען דו נעמסט זיך רעדן פון אייקיו (און דו הערסט נישט אויף) קוקט אויס ווי דו ביסט שוין דורכגעפאלן מערערע טעסטס אויף "TICKLE.COM"... שטארק זיך אידעלע, האלט זיך פעסט, וועסט נאך איין שיינעם טאג PASS'ן אלע טעסטס און אלע וועלן זעהן אז דו ביסט יא ראוי לאותו איצטלא.

איך בין אפשר געווען דער וואס האט אויסגעטוישט די GOOGLE TALK אדרעסן אייערע, אבער איך האב נישט צוגעלייגט קיין פינגער אין הייס וואסער אז איר זאלט טאקע ווערן אזוי היימיש און שפילן טשעקערבאורד כסדר.

התאחדות » 13/12/2005 01:29

אה דאס איז געקומען דערנאך, ווען דער קעניג האט געזעהן אן אמת'ן בילד פון סאכדעס, און ער האט געזעהן אז חכמת אדם תאיר פניו, האט ער זיך בארעכנט אז ער נעמט מיר פאר נומער 2 פריינט.

חוץ מזה קוקט אויס אז מיר זענען ביידע נישט צו פארנומען.

דריטנס אז דו גייסט אויסן פאר קנאה די ברירה איז ביי דיר זיך נעמען שפילן טשעקערס מיט'ן קעניג.

פערטנס איבער דיין איי קיו שאלע, יאך האב דאס נאך קיינמאל (צו מזל) נישט געמאכט, אבער איך האב שוין געבעטן דעם גראף עטליכע מאל ער זאל מיר איבערטייטשן די שווערע ענגלישע ווערטער פון טריקל, ביזדערווייל איז נאו ריספאנס.

תוקן על ידי - התאחדות - 13/12/2005 1:29:10

קרעמער » 13/12/2005 02:02

נאר מיר פארגינסטו נישט אן אמת'ן בילד

natan101 » 13/12/2005 17:35

נאר מיט מיר וויל דער קעניג שוין נישט שפילען קיין טשעקערס

jewboy » 13/12/2005 18:02

ר' נתן.

דא איז איינס פון די געים'ס וואס מיר האבן געשפילט.

קוק גוט אנהייב / ענד פון די נאמען.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 13/12/2005 18:07

נתן;

מען קען נישט אלעס האבן, התאחדות שפילט טשעקערס, און דו פארברענגסט אינאיינעם א שבת צום געדענקן

natan101 » 14/12/2005 23:35

אכן נודע הדבר????????

התאחדות » 16/12/2005 02:30

נו נאט אייך איינע וואו דער קעניג איז אונטער אלעם
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 16/12/2005 02:42

און איך האב זיך נאך געוואונדערט ווי א נאר פארוואס ביי דיין מ.ס.נ. מעסענדזשער - סאכדעס - שטייט היינט א גאנצן טאג אז דו ביסט פארנומען.

התאחדות » 16/12/2005 02:52

ביטע מיט מער רייד אויפריכטיגע
זאלסטע מסביר זיין דיין תגובה די פארדעכטיגע
איך ווייס נישט ביי וועמען א גאנצן טאג איז אפליין
איך מיין דאס איז נאר ביי דיר אליין
די שפיל איז שוין פון היינט אינדערפרי
ווען אלעס איז ננאך געווען פריש און טרי
סאו ביטע זיי נישט מוציא לעז אויף מיר
ווייל דאן וועל איך פארציילן איבער דיר

קרעמער » 16/12/2005 03:06

התאחדות איך געב דיר דעם אוקיי
הייב אן דערציילן איינס צוויי
פראק מיר אויס לעיני העדה
אלעס וואס ליגט דיר אין געביידע

התאחדות » 18/12/2005 23:21

אונד הויטע ווידער דער הויכגעשעצטער קעניג אונטער אלעמען
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 5/1/2006 22:01

און נאט אייך נאכאיינס ממש פארן ענדיגן
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 5/1/2006 22:02

און דא דער חשובער דיין לאזט אראפ דאס אייזקרים פון פארלוירענקייט.
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 6/1/2006 19:43

אוי האט דער דאיען געוויינט.



מ'קען דא איבערלאזן טרייסט ווערטער פאר דעם דאיען ווער עס וויל.

קרעמער » 6/1/2006 20:33

חשובער דיין התאחדות;

קיינמאל קיין ערגערס.

שם_אחר » 8/1/2006 23:05

המקום ינחם אותך בתוך שאר אבילי ציון וירושלים