היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » מיין רעזיגנאציע בריוו

מיין רעזיגנאציע בריוו

20 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1710741

שנאפס » 11/12/2005 18:22

א גוט מארגן,

יענע וואך האט פאסירט א מעשה שלא יעשה, נאך א זיצונג פון די טובי הקהילה אוואו מען האט דן געוועהן די ענין בכובד ראש האט מען באשלאסן אז מען גייט מיך אנכאפן אזוי ווי איך שטיי און גיי און ארויסווארפן פון דארף, איך האב מיר אויסגעבעטן אז מעןזאל מיר נישט ארויסווארפן ווי א הונט אויף דער גאס, איך וויל נאך חתונה מאכן מיינע קינדער, איז געבליבן אז טאמער איך רעזיגניר זאפארט האט איך א שאנס ארויסצוגיין פון די גאנצע סומאכטע בדרך כבוד.

על כן טוה איך מעלדן געצוואונגענהייט אז;
[color=#FF0000]איך רעזעגניר פרייוויליג פון די קרעטשמע[/color]

האטס מיר און זייטס מיר

שנאפס

גראף » 11/12/2005 19:14

פאר דו רעזיגנירסט, מוזטו אונז מעלדן וואס דיין פאזיציע איז געווען, מיר ברויכן וויסן וועלכע שטעלע עס ווארט איבערגענומען צו ווערן.

התאחדות » 11/12/2005 22:14

מיט גרויס ווייטאג, און גרויס צער, טוען מיר צו וויסן טוהן, פאר דעם כאשיווען ציבער, אז דער גאנצער עולם ווערט געלאדענט צו די לוי' וואס עט פארקומען בחצר הקרעטשמע, 25:11 בדיוק שעון אר"י, נאך דעם גרויסן פארלוסט, פון ידידינו
שנאפס בן וואטעווער ז"ל

וואס האט זיך אזוי אינג מאבד עצמו לדעת געווען, ווי פארשטייט זיך וועט מען איהם אזוי ווי די הלכה איז לייגן אחורי הגדר שטייענדיגערהייט, און ווי אויך וועט פארקומען א הספד מר ובכי תמרורים דורכ'ן ראב"ד און דעם מו"ץ, סיז צום האפן אז כ"ק אדמו"ר הגה"ק רשכבה"ג עט"ר שליט"א וועט ערשיינען און לאזן זיינע דברי הספד והערכה, אויף דעם אינגען שנאפס נ"ע, ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו.

jewboy » 11/12/2005 23:50

א חלק פונעם עולם ביי די לוייה.

עס ווערן געזעהן די חשובע קרעטשמע מיטגעלידער.
[בילד – נישט אפגעהיט]

יאנאש » 12/12/2005 17:38

נעכטן נאכט איז פארגעקומען א גרויסארטיגן וואך נאכט אינעם קרעטשמע, אוי האט זיך אנגעמערקט דעם חלל פון שנאפס'ן נ"ע. not2bz האט געמוזט טרינקן הייניקען אנשטאט שנאפס, אבער רבותי ער איז נישט אהיים אויף די אייגענע פיס.
דא קענא איר זעהן א חלק פון די פלעשער וואס יאנאש האט צוגעשטעלט ברייט (אויף יענעמ'ס חשבון)
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 12/12/2005 17:41

יאנוש;

איך האב געמיינט... שוין, נעווער מיינד.

יאנאש » 12/12/2005 18:43

ניין עס איז געווען א מיידעלע

פארברענגן » 12/12/2005 18:54

יאנאש פארוואס האסטו נישט געריפן צים קידוש,
ני ווי אזוי איז עס געווען?

קרעמער » 12/12/2005 18:54

זינט ווען מאכט מען א וואך נאכט ווען עס ווערט געבארן א מיידעלע???

שם_אחר » 12/12/2005 21:56

זינט די לוי' פון שנאפס ז"ל מאכט מען וואכנאכטס ביי מיידלעך אויך.
לעילוי נשמתו

קרעמער » 12/12/2005 23:24

וואס פארדרייט איר א קאפ??? עס איז געווען א הערליכע מסיבת וואכנאכט, מיט כל מיני משקאות און משתאות, געטראנקן פון אלע ערליי סארטן, מיט מזונות און טארטן, וויין געברענגט פון בארטן, אלעס איז געווען דארטן.

קוקט און איבערצייגט אייך אליין!
[בילד – נישט אפגעהיט]

cano » 12/12/2005 23:43

jewboy אזא שיינע בילד פינעם צאתכם לשלום האסטו פארגעסען א בילד פונעם קבלות פנום אדער פארגונסט אים פשוט נישט

jewboy » 13/12/2005 00:08

און דא האט איר די בעיבי ממש.
[בילד – נישט אפגעהיט]

פענסטער » 13/12/2005 00:21

איך מיין אז מ'דארף טוישן די שילד וואס הענגט אויף די דרויסענדיגע טויער פונ'ם קרעטשמע, "קומט אריין פאר א שנאפס און א גוט ווארט", אונז האמיר דאך שוין ליידער פארלוירן אונזער שנאפס.

קרעמער » 13/12/2005 01:16

קנאי/CANO;

דו רעדסט צו JEWBOY אדער צו מיר? די בילד קומט נישט פון דזשובוי.

natan101 » 13/12/2005 17:39

heyyyyyyyyyyyyyyyyyyyyyyyyyyy

ווער האט אייך געגעבען רשות ארויפצולייגען די בילד פון מיין בעבי???


ס'איז קעגען די תקנות!!!

שם_אחר » 13/12/2005 19:34

ווער וויל לערנען אביסל משניות לעילוי נשמת שנאפס?
אויך ווער האט זיין טאטעס נאמען?

whats_up » 8/2/2006 22:24

שנאפס

וואס איז געבליבען מיט דיין רעזיגנאציע?

שנאפס » 8/2/2006 23:38

זעהסט דאך... <IMG SRC="ImagesMessage/wink1.gif" border="0" alt="">

צייטליך » 9/2/2006 00:54

איך פארשטיי נישט די אלע קאודס וואס דער שנאפס [זי"ע] לייגט דא מיט מיט זיינע ווערטער

אפשר געט עס איינער צו פארשטיין ?