איך האב געקויפט א נייע / אלטע בוך
24 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1706937
די בוך איז אין יידיש, ארויסגעגבען דורך פראפעסער "מיכאל לייבאוויטש" אין 1954 עטץ מיינטס איך וועל עס קענען פארקויפן אין אפאר יאר פאר טייערער, אלץ אנטיק?
אפשר פאר טאפלט ווי דו האסט יעצט געצאלט...
אויב איז אין יידיש איז עס נישט ווערט קיין ניקל. ווייל יידיש ליינען נאר חסידישע אידן און זיי וועלן נישט אריינעמען א זא ביכל אין זייער שטוב.
לעקיש, פארוואס זאגסטו אזוי?
אין ביהמ"ד ווי איך דאווען יעדע שבת (נישט חסידים) רעדן כמעט 80% יידיש.
און טאקע אזוינע יידיש ווי ס'שטייט אין בוך.
JEWBOY
ווארט ביז שנת 2354 וועסטו עס קענען פארקויפען מיט רווח.
שיע, דעמאלטס גייט שוין די וועלט חרוב. שוין נאכען אלף השישי. ניין?
ער מוז עס פארקויפען פריער...
דשויבוי, ווי אלט זענען די אידען אין יענעם שיל?
ס'איז דא יונגע, און ס'איז דא באטשיס.
ביידע רעדן זיי א געשליפענעם יידיש.
יידיש איז נישט א שפראך וועלעכע גייט וואקסען ווי עברית צו ווי ענגליש. והא ראיה דער איד און דער בלאט און די צייטונג דרוקען נישט העלפט וויפיל עס דרוקט דער המודיע.
אבער האלט דעם בוך און פארקויף עס נישט אפילו ווען דיר זעט אויס אז איצט איז די צייט. ווייל מיט די צייט וועסטו דאס קענען פארקויפען פאר סאך מער, אזוי ווי ריעל עסטעט
lekish becuse thay did not hire jewboy
לעקיש אויב האב איך נישט קיין טעות ובמחולת כבודך, וואלט איך דיר געזאגט אז דיין מיינונג, מיט משיח השם'ס (ווער געדענקט אים נאך?) מיינונג איז די זעלבע, פון ווי ווייס איך? ווייל ער פלעגט אויך ספעלן אידיש מיט א י' אנשטאט אן א' יידיש, וואס אזוי שרייבן מער ווייניגער די יידישיסטן, וואס איך האלט אז דו ביסט איינע פון די, און ממילא וויל איך דיר מודיע זיין אז די זאלסט גיין פון דאנעט ווי שנעלער, איידער מהעט דיך ארויס שייגעצן
ולידועתך בעלמא, אז העברעש וועט אינטערגיין נאך סך שנעלער ווי אידיש, ווייל אין רוב ישיבות ווי מפלעגט ביז יעצט לערנען העברעיש, האט מען לעצטענס געטוישט צו אידיש, ואידך זיל גמור
תוקן על ידי - טאגליכט - 08/12/2005 21:45:58
טאגליכט, דו רעדסט ווי איינער וואס איז איינגערעדט אז ווייל עברית איז אסור לשיטת רביה"ק וועט דאס אונטערגיין אין גלות.
בדרך הטבע ביז משיחס אנקום, וועט ליידער עברית שוין זיין שטערקער ווי יידיש
טאגליכט
זיי נישט נאיוו
נישט יעדער וואס שרייבט ייודיש איז א משכיל
גיבוי אפשר בריינגסטע א בילד דערפון, רצונינו לראות את הספר, אפשר קאן מען דאס ערגעץ וואו קויפן אויף איבעי
טאגליכט,
וואס איז דאס רודפ'ן א ניק אהן א סיבה?
ער האט געשריבען עפעס וואס טויג נישט? ער זאגט תיכנת שבת מיט א "קוף"?
דא איז נישט ווילי!
דז'ובוי ברענג שוין אהער א בילד פונם ביך!
טאגליכט,
וואס איז דאס וואס די שרייבסט "במחולת" מיט א וי"ו?
צו וואס פונקטליך ביסטו דא מכוין, הע?
איך האב מורא ס'וועט נישט נעמען לאנג, און...
טאגליכט
מיינסט אז די היינטיגע משכילים זענען אידישיסטען?
עס איז שוין כמעט 70 נישט דא קיין זכר פון זיי.
דער טאג מיט מארגען זענען שוין לאנג היסטאריע, און די ביסט נאך מיט א פחד פון די אידישיסטען.
JEWBOY
post every day one page so the pearle here in the park will have what to do
אזוי אז מען רעדט שוין יא פון יודישע ביכער, ווייסט אפשר איינער ווי עס איז דא צובאקומען אלטע יודישע ביכער מיט ווערטלעך..
מיין זיידע פלעגט צו האבן אסאך דערפון, ווייסט איינער ווי מען קען דאס באקומען, דיכט זיך מיר אז עז איז דא א גרויסע פעלד דערפון....
i take out yiddish books in the liberary, very good ones,i personally never heard of ur book jewboy, my question to u is , are u done with sholem aleichm? shulem asch? issac bashevis? m.n. bialik? y.l. peretz...... that u go to a no name? enjoy anyway
what about Chaim Grade ?
טאטי,
איך האב אויך געקויפט א בוך וואס הייסט "געזאנגען אין שייער" ס'איז שיינע געזאנגען.
נישט לאנג צוריק האב איך געליינט א בוך וואס הייסט "דער בדחן'ס דייעריע" מחבר א היינטיקער לאנדאנער.
דא איז די מזלות בוך.
[בילד – נישט אפגעהיט]
ישר כח זשובוי.
אבער ווי קען מען קויפן די ביכער, די בדחן'ס דייערי איז א היינטיגע בוך, איך זוך די אלטע מיט די אלטע יודיש..