היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » א גרוס אייך פונעם לובאוויטשער רבין זצ"ל

א גרוס אייך פונעם לובאוויטשער רבין זצ"ל

28 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1704708

איןבעיה » 7/12/2005 09:19

עס איז מיר לעצטענס אויסגעקימען צי זיין אין קווינס אין געגענט פונעם לויבאוויטשער רבין זצ"ל ציון, האב איך באשלאסען אפצישטאטען א באזוך, איך בין נישט קיין לובאוויטשער חסיד, אבער וואס קען דען שאטען א קוויטעל, אריין קומענדיג אינעם שאטער פארענט פינעם אוהל זעה איך א שיינע פאר היימישע פנים'מער, יא ביבער הוטען, נאך א צוויי אינעם אוהל, א דריטער ווייקט זיך אינעם מקוה.....

אינדערויסען האב איך געטראפען א באקאנטער מיינע פין פלעטבוש בכלל נישט קיין חסיד, געקימען מיטען טאכטער זיך אויסבעטען א טאג פאר די חתונה......

איך ברענג אייך דא אפאר בילדער אין דירעקשאנס, עס איז אפען 24/7 עס איז שטענדיג דא ווארימע אין קאלטע משקאות אין מזונות.

תוקן על ידי - איןבעיה - 07/12/2005 9:33:44
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 7/12/2005 09:20

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 7/12/2005 09:20

הקדוש ארי האלבערשטאם הי"ד א צאנזער אייניקעל

תוקן על ידי - איןבעיה - 07/12/2005 9:27:24
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 7/12/2005 09:23

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 7/12/2005 09:23

ווער האט דען געגלייבט? א טייטעלבוים הארט לעבען דעם אוהל

תוקן על ידי - איןבעיה - 07/12/2005 9:29:51
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 7/12/2005 09:24

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

איןבעיה » 7/12/2005 09:26

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

90pct » 7/12/2005 09:31

"גדולים" במיתתם

אוי!!!! ער לעבט נאך

tzvibp28 » 7/12/2005 16:33

אין בעיה

ערשטענס: יישר כחכם פאר די שיינע בילדער

איך גלייב אז דו מיינסט נאר גוטס, אבער איך האב מורא אז פון דעם גאנצען אשכול וועט ארויסקומען נאר חילול השם מיט בזיון ת"ח וצדיק

אבער דאך איז כדאי......

אפשר ווייל דו מאכסט אז די שונאי ישראל ווייזען דעם אמת'ען פנים זייערען...............

yohcee718 » 7/12/2005 16:53

90

וואס הייסט ס'איז שווארץ אויף ווייס - חקוק באבן א איד וואס איז נהרג געווארן עק"ה אחר משיח.

נעבעך דער קדוש קען נישט האבען קיין מנוחה מיט אזא ליצנות מצבה

הי"ד ות.נ.צ.ב.ה.

tzvibp28 » 7/12/2005 16:59

Yohcee is exhibit A

I rest my case

chaimson » 7/12/2005 18:10

יוחי

אפשר קענסטו מסביר זיין וואס איז דיין אפסעשען מיט ליובאוויטש?

tzvibp28 » 7/12/2005 18:12

chaimson
Yohcee איז אן "עסקן" אין די אגודת איזראעל אוו אמעריקע, ליובאוויטש שטייט זיי אין וועג

אגודיסט » 7/12/2005 18:14

צבי די קענסט יוחי, פערזענליך?
אדער די רעדסט די איין אזוי?

yohcee718 » 7/12/2005 18:25

חיימזאהן

ווער עס זעהט מיינע תגובות אויף הייד פארק קען זעהן אז איך בין בכלל נישט אבסעסד מיט לובאוויטש. מיינע אינטערעסען זענען גאר ברייט.

אבער דיין תגובה דא ווייזט פאר אלעם ווי פאלש זענען די אזוי גערופענע "אנטי משיח'יסטען" זענען באמת.

מיין טענה איז אלע מאהל אז רוב פון די 'אנטי' זענען סתם מה יפית'ניקעס.. מ'וויל אויסזעהן 'נארמאל' אבער אין הארץ איז א ציילעם פון מליבא לפימא לא גלי', דער עיקר טענה דיינע אויף די משיח'סטען איז נאר אויף זייער 'טאקטיק'

אויב משיחיזם ארט דיך! פארוואס זאל דיך נישט ארען אזא שאנדע, און PLAIN STUPID מצבה? בפרט אויף א קדוש?


BUT AS I SUSPECT
דיך ארט ווען מ'אטאקירט משיחיסטען ווייל דו ביסט א טובל ומשיח השקר בלבך

תוקן על ידי - yohcee718 - 07/12/2005 18:26:16

chaimson » 7/12/2005 18:41

יוחי

איך וויל נישט אנהויבן נאך אמאל דעם נארישען וויכוח,

א. "משיח ה'" איז א לשון וואס מען געפינט ביי אסאך צדיקים (איך האב עס אפילו געזען געשריבן אויף'ן ראש ישיבה פון בני ברק)

ב. עס איז דא א צוואה נישט צו רעדן וועגן א מת

ג. "אין בעי'" באשרייבט וועגן זיין עקספריענס אין אוהל הקדוש און לייגט פארשידענע בילדער, קומט *יוחי* און וואס זעט ער איין בילד און ער איז גלייך מפרש וואס דאס מיינט און אויף דעם סמך שרייבט ער וואס ער האט געשריבן, דאס הייסט "אפסעשען"

צו ענפערן דיין שאלה: די משיחיסיטם ארט מיר אסאך מער ווי דיר ווייל זיי גייען אנקעגען דעם רבי'ן זי"ע אבער איך פראביר זיי אגנארירן אנשטאט זיין אפסעסט מיט זיי

37

תוקן על ידי - chaimson - 07/12/2005 18:51:37

tzvibp28 » 7/12/2005 18:48

CHAIMSON
ס'איז א שאד די צייט דיינער, לאז אים אפ

בןמלך » 7/12/2005 19:51

חיימזון,
און אויף דעם ראש ישיבה'ס מצבה וואלט מען אויך געמאכט אזוינע "דיק און באלד אותיות" ביי משיח ה'.
אדער דא ליגט א מוסטער פון די איינגעגעסענע משיחיזם קרענק וואס מען האט איינגעפלאנצט אין ענק?
און צען פראצענט פון חב"ד שמעט זיך דערמיט און זיי פרואוון עס לייקענען.

תוקן על ידי - בןמלך - 07/12/2005 19:50:55

yohcee718 » 7/12/2005 20:10

בן מלך

קענסט אליין זעהן פון זיין לעצטע תגובה ווי שטארק דער
SELF DENIAL איז

משיחיזם, לפי חיימזאהן איז פשוט אזאך וואס איז אראפ געפאלען פון הימעל ....אדער איינער האט אריינגעלייגט עפעס אין די קראון הייטס וואסער, און דאס האט געברענגט דעם משיחיזם!

עס האט ABSELUT גארנישט צוטוהן מיט אזעלעכע לשונות אויף מצבות!

אדער מיט נשי לובאוויטש מכתיר זיין דעם רבי'ן..

והראי' אויפען רוזשנער האט מען אויך געשריבען 'משיח' און אפילו אויף ר' שך! WOW!

דו ביסט פשוט א שונא פון לובאוויטש פארן זעהן דעם ליצנות פון די איבריגע דברים וואס זענען חקוק על המצבה וואס זענען מבזה דעם קדוש.

חיימזאהן עס איז דא א חרם הקדמונים שלא להוציא לעז על המתים. נישט אויף "רעדן פון" מתים און איך האב אפילו נישט גערעט פונעם נפטר.

דער מוציא לעז און מבזה המתים איז ווער עס האט געשטעלט אזא ליצנות אויף א אזא הייליגע גוף ומקום קדוש



תוקן על ידי - yohcee718 - 07/12/2005 20:10:25

Baachi » 9/12/2005 00:31

יוסי

איך האב יעצט ביימערקט דעם אשכול

איך מיין אז צבי איז גערעכט, דו האסט איין אבסעסיע מיט חב"ד

די מצבה פון דעם בחור הי"ד איז געשריבן ווען דער רבי האט נאך געלעבט, טא וואס איז די גרויסע עוולה פון שרייבן משיח ה'?


דו האסט פארגעסן די גמרא סנהדרין?

מה שמו דבי רבי שילא אמרי שילה שמו שנאמר עד כי יבא שילה דבי רבי ינאי אמרי ינון שמו שנאמר יהי שמו לעולם לפני שמש ינון שמו דבי רבי חנינה אמר חנינה שמו שנאמר אשר לא אתן לכם חנינה ויש אומרים מנחם בן חזקיה שמו שנאמר כי רחק ממני מנחם משיב נפשי ורבנן אמרי חיוורא דבי רבי שמו שנאמר אכן חליינו הוא נשא ומכאובינו סבלם ואנחנו חשבנוהו נגוע מוכה אלהים ומעונה אמר רב נחמן אי מן חייא הוא כגון אנא שנאמר והיה אדירו ממנו ומושלו מקרבו יצא אמר רב אי מן חייא הוא כגון רבינו הקדוש אי מן מתיא הוא כגון דניאל איש חמודות

איינער וויל גלייבן אז זיין רבי איז משיח? כבר היה לעולמים!

דער פראבלעם איז ווען מען טוט מעשים משונים ווי ממליך זיין מיט כתרים וכדומה, וואס קומט ארויס א חילול השם. אדער שרייען אז דער רבי לעבט ווי יעדער בשר ודם און קיינאהל נישט געשטארבן. וכי בכדי חנטו חנטיא וגו'

אבער איינער וויל גלייבן אין הארץ? א בחינה ווי יעקב אבינו לא מת. מה כל הרעש?

ווי מיין משגיח פרעגט מיך פרעגען

וואס קאמאנדעוועסטע?

איןבעיה » 29/6/2006 07:13

ריפרעש לכבוד די יארצייט

rotzer » 29/6/2006 14:43



א דאנק אייך פאר דערמאנען די יארצייט

איןבעיה » 29/6/2006 17:29

א ווידיא פינעם לובאוויטשער רבין ווי ער רעד צי א משומד, מיך האט דאס זייער באנימען........

(סליחה פאר די וואס האבען JNET)

http://video.google.com/videoplay?docid=-4462924665331442133

דיפלאמאט » 29/6/2006 17:40

א נייע זאך ביי זשעי נעט?

גוגל ווידעאו פלעגט אמאל צו ארבעטן ביי מיר.

איןבעיה » 29/6/2006 18:09

האפענטליך ווען בקרוב  זיין "גוגל מסורת"

yeedle » 30/6/2006 00:48

אין בעיה
 
וואס האט דיך באנומען דא?
 
איך מאך עס נישט אוועק אבער איך זע נישט קיין שום כשרון אין דעם שמועס, ווי א עלטלערער איד וואס ווערט בייז ווען ער זעט א דבר טמא.

גראף » 30/6/2006 15:32

איבערבליקנדיג דעם אשכול, כאפ איך א התפעלות פון די מורא'דיגע שבחים אויף די מציבה פון הקדוש ארי הלברשטאם הי"ד, אז - נישט מער און נישט ווייניגער - ער האט זוכה געווען צו התקרבות ביי הרבנית חיה מושקא ע"ה, ניטא ווער עס זאל לאכן.

אגודיסט » 30/6/2006 18:32

איך בין געווען ביים ציון הקדוש נעכטען ביינאכט, אזוי ווי עס שטייט און ספרים בקדשים הלילה הולך אחר היום, די התעוררות דארט איז מוראדיג, די ערענסטקייט איז גרויס, איך האב געזען דארט צענדליגע חסידישע אינגעלייט פון אלע קרייזן, אפאר וואס זענען געשטנען לעבען מיר, האבן ממש געוויינט בכיות נוראות זיך אויסבעטענדיג בדבר ישועה ורחמים,
לאמיר זיי טאקע אלע אנוואוינטשען זיי זאלן האבן געפוילט אלעס גוטס אמן