היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פאריסוב'ער רבי אין ניו יארק

פאריסוב'ער רבי אין ניו יארק

4 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1704606

דיפלאמאט » 7/12/2005 04:40

זייט מיר מוחל אז איך ברענג נייעס וואס איז שוין אלט עטליכע וואכן, נאר וואס זאל איך טוהן אז דער איד איז נישט אריינגעטאן אין היימישע פאליטיק, נאר מיינט אלעס בלתי לה' לבדו האט ער נישט זוכה געווען אז דאס זאל דא געמאלדן און באשריבן ווערן.

איך האב שוין לאנג געהערט פון האי גאון וצדיק ר' עקיבא ראבינוביץ שליט"א, און היינט האט דער פון אויבן צוגעפירט און איך האב באמערקט א פלאקאט אויף די וואנט פון א ביהמ"ד מעלדנדיג אז דעם קומענדיגן שבת וועט ער זיין אין וויליאמסבורג.

איך האב נישט די צייט אים צו באשרייבן, וכל שכן אז איך קען אים נישט פערזענליך און אלעס וואס איך ווייס איבער אים איז נאר מפי השמועה, און דאס קען מען הערן אויף אסאך רעבעס היינט. דעריבער בעט איך ווער עס ווייסט אביסל זיין סדר היום אוןאויב ער נעמט אויף מענטשן און ווי, זאל עס דא מעלדן לתועלת הציבור.

אבזרווירער » 7/12/2005 14:28

איך האב געזען א צעטל אז ער גייט פירן טיש אין גאלאנטא בית המדרש אויף יוז סטריט.

עפשטיין » 7/12/2005 20:40

ער האט א כולל פרי הארץ ללימודי ח"ן דא אין באראפארק.

ער איז א תלמיד מובקה פון ר' אשר פריינד.

בןמלך » 7/12/2005 21:24

ער האט א כולל אויף די פופציגסטע גאס צווישן דרייצן און פערצן אין א בעיסמענט, ווי אידן זיצן פון פרי פארטאגס אין זענען עוסק בחכמת הקבלה.
דער כולל איז נתייסד געווארן דורך א איד א בעל הבית א נגיד, וועלכער איז אליין פארטוהן אין חכמת הנסתר, ער האט געגעבן זיין בעיסמענט בחינם צו דינען פאר א בית וועד לחכמים. דערנאך האבן זיי - די לומדי הכולל - אויפגענומען דעם בעל מקובל הגה"צ ר"ע ראבינאוויטש שליט"א אלס נשיא הכולל.