איך קום היינט אריין אין קרעטשמע און ווי שטענדיג גיי איך גלייך צו צום אויבן אן טישן "די זופ פון די טאג"
און גארנישט קיין שום אינטערעסאנטס נישט דא,
קיין שום געטראנק צו נעמען אין מויל אאריין עפעס,
די ביר איז נישט קאלט
די קאווע איז נישט הייס
די וואסער איז נישט נאס
די סאדע האט שוין נישט קיין געז,
די טישן פארחזר'ט
שמוציג, ליידיג, פוסט, איבערגעדרייט
אזש די האר פון מיין קאפ שטעלט זיך אויף און שרייט אויס:
וואס גייט דא פאר ???!!!
נישט האבנדיג קיין ברירה נאר אז עפעס האט פאסירט און קיינער קומט מער נישט דא, האב איך באשלאסן די זעלבע ; איך גיי מיר אויך אוועק און מער נישט קומען דא אליינס, הע הע.. איך וועל עפעס דא אליין פארברענגען, בין איך דען יעדנס נארעלע ?
אפגעזאגט דאס מייניגע, הייבן זיך אויף נאך א צענדליג חברה פון קרעטשמע און לויפן ארויס צוזאמען מיט מיר....
האטס נישט קיין מורא.... נאר איין וואך וועקעשאן...