היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » ברוך דין אמת קני ראטענבערג

ברוך דין אמת קני ראטענבערג

66 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1702920
בלאט: 1 2

סעמיהאלי » 5/12/2005 23:58

זכותו יגן עלינו

NYPD » 5/12/2005 23:59

איז דאס אמת?

סעמיהאלי » 5/12/2005 23:59

ער איז נישט אויפגעשטאנען יעצט נאכמיטאג!

פעשי » 6/12/2005 00:06

ס'איז אמת, אוי געוואלד!

פאר א מאנאט האט ער געזאגט פאר פאפא'ער שמש, משולם איך לעב ביז די 40, וועסט עס זעהן.



תוקן על ידי - פעשי - 06/12/2005 0:08:30

הערמיך » 6/12/2005 00:07



מאך נישט חוזק פון א צובראכנע נשמה.


זכות יגן עלינו?


ער איז געווען א פיינע נשמה, ער איז געפלאגט געווארן, איז וואס? איז זיין בלוט הפקר?


קענסט שרייבן, זכרונו לברכה.

בענעדיקט16 » 6/12/2005 00:07



CONFIRMED


ברוך דיין האמת, שנשמע ונתבשר בשורות טובות ישועות ונחמות

אוי, מי יתן לנו תמורתו!

גראף » 6/12/2005 00:08

יא, נעבעך, יעצט גערעדט מיט א שוועגערין זיינע. ס'דערנאך.

אגודיסט » 6/12/2005 00:08

אוי געוואלד אזא צובראכענע נשמה
אזוי ליב געהאט דעם אייבערשטען מיט א געוואלדיגע תמימות
אוי וויי
א זוהן פון ראטענבערגס קעטערינג איך גדענק עם נאך ווען איך האב געוואוינט און וויליאמסבורג
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר זיין מאמע די אלמנה און פאר די גאנצע משפחה
ת.נ.צ.ב.ה

איחודמעמבר » 6/12/2005 00:09

ברוך דיין אמת!

אוי איז ער געווען א זיסער מענטש.

ער האט מיט זיינע זיסע ווערטלעך אונטערגעהאלטן דעם עולם!

מיר פארלירן שוין אלע נארמאלע משוגעים!

אלבערט » 6/12/2005 00:11

או וויי!

ווער וועט מיך יעצט אויסהאלטען מיט ציגארעטלעך?

polish » 6/12/2005 00:13

איך האלט אז עס קען נישט זיין, ער איז זיכער ביי שלום לאנדא אין רעסטוראנט...

אגודיסט » 6/12/2005 00:15

א בראך אויף שלום לאנדא תשרי האט ער פארלוירן נעבעך זיין טאטע און יעצט איז עם קני נעבעך אוועק

קרןהתורה13 » 6/12/2005 00:17

ער איז געווען מלא חן. זאל זיין אנדענק זיין געבענטשט. יהי זכרו ברוך.

דעם פרייטאג צו נאכטס האט ער זיך נאך געדרייט אין גרויסן סאטמאר בית המדרש אויף ראדני, וואו ער האט אונטערגעהאלטן דעם עולם וועגן ציונות, עברית, סאשע וכו'.

(מוצאי שבת האב איך געהערט אז שבת האט אים עמיצער געשלאגן ביי ר' ברוך מאשקאוויטש אין שטוב).

דער עולם צווישן זיך האט יא געשמועסט לעצטנס אז ער איז זייער צושפילט. זאל ער געדענקט ווערן צום גוטן.

kutchma » 6/12/2005 00:22

אוי, מי יתן לנו תמירתו.

בערכעם98 » 6/12/2005 00:23

אוי קאני ביסט דאך ערשט יעצט געוועהן ביי שלום און רעסטאראנט

די פלעגסט שרייען צום שחור
ALL THE WAY! YES! ALL THE WAY

ר' שלום הי"ו שטייט מיט'ן ריקען צום קעמערא
דער וואס עסט דארט איז סתם א גוטע איד וואס האט הנאה פון די פיינסטע עסען אין ווילי
[בילד – נישט אפגעהיט]

kutchma » 6/12/2005 00:25

דאס ביסל חן וואס וויליאמסבורג האט פאראגט האט זו שון אויך פארלוירן.

קרןהתורה13 » 6/12/2005 00:30

זכר צדיק לברכה
נא ללמוד ולומר קדיש לעילוי נשמתו שלא השאיר אחריו זש"ק

(אן אלט בילד פון די ארכיוון)
[בילד – נישט אפגעהיט]

money235 » 6/12/2005 00:31

נעבעך ברוך דיין אמת

ווען און ווי וועט זיין די לווי'?

wassa_dif » 6/12/2005 00:31

ברוך דיין אמת.

משהוואלף » 6/12/2005 00:33

עפעס מער אינפערמעישן ווען און ווי די לוויה גייט זיין ?
אוי א בראך!

kutchma » 6/12/2005 00:36

מלך ביפיו!

פין JEWBOY'S בילדער.


[בילד – נישט אפגעהיט]

גראף » 6/12/2005 00:47

די לויה וועט זיין אי"ה 8:30 אין יראים טשאפעל.

גראף » 6/12/2005 00:48

איך בעט דער עולם זאל זיך האלטן אין די ראמען, עס איז נישט קיין כבוד המת און נישט קיין כבוד המשפחה מען זאל ארויפלייגן דא אומזיניגע מעשיות.

שלוםצאידען » 6/12/2005 00:49

ברוך דיין אמת

מען קען קיינמאל נישט וויסן אויב אויף אזעליכע אידן שטייט דער וועלט
ווער עס קען זאל ביטע איבערבעטן און נאמען פון די אלע וואס האבן אים געטשעפט אומוועלנדיג אדער חס וחלילה יא וועלנדיג
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע

סעמיהאלי » 6/12/2005 01:12



[בילד – נישט אפגעהיט]

קיסנער » 6/12/2005 01:16

נא ללמוד משניות וכדו' ולומר קדיש לעילוי נשמת ר' שמואל אלקנה בן ר' ארי' ז"ל שלא השאיר אחריו זש"ק ת.נ.צ.ב.ה.

מנחתאלעזר » 6/12/2005 01:21

ברוך דיין אמת.

ער האט אלעמאל משמח געווען אידען מיט זיין הומאר, אן געשמאקער צינגל.

זיידיאנטשי » 6/12/2005 01:30

געוואלד! געוואלד! ר' אלקנה איננו!

מ'קען זאגן אז ער האט אין א וועג נישט גורס געווען דעם עולם הגשמי דא, למשל פונעם קאלטן ווינטער האט ער זיך לגמרי נישט וויסענדיג געמאכט, ער האט ליב געהאט הקב"ה מיט א פשטות ובתמימות

מי יתן לנו תמורתו!

polish » 6/12/2005 01:31

קענען זיינע ווערטלעך זיין א עילוי לנשמתו? ווייל אויב יא, אפשר זאל מען דא פאוסטן זיינע הומאריסטישע ווערטער...

איחודמעמבר » 6/12/2005 01:32

וויאזוי וועט קליין רעסטאראנט אויסזען אן קאני?

ער איז דאך געווען א שטיק פוירניטשער פון דארט...

polish » 6/12/2005 01:36

....
כבוד המת ביטע

תוקן על ידי - פשטידא - 06/12/2005 19:10:01

קרןהתורה13 » 6/12/2005 01:36

זיין גוטסקייט איז געווען אין לשער.

ווען ער האט געזען א רויכערער, פלעגט ער צוגיין און יענעם ממש "צווינגען" צו נעמען ביי אים א צוגערעטל. אסאך מאל האט ער נישט יוצא געווען ידי חובתו, נאר אויב דער רויכערער האט גענומען א גאנץ פעקל.

פון אלס קינד געדענק איך ווי קוני ע"ה פלעגט זאגן: "ווען איך געווין די לאטערי, גיי איך זיך שטעלן ביי לאנדאס רעסטוראנט טיילן הונדערטערס"...

יא, דאס איז געווען דער טייערער באליבטער קוני, ווי מ'האט אים גערופן בלשון חיבה. ער איז געווען א שטיק גוטסקייט, אלץ געוואלט טאן גוטס פאר אנדערע אידן, דאס וועט אים זיכער באגלייטן אין הימל, אין צוגאב צו זיין שווערן לעבן וואס אויף יענער וועלט איז דאס גאלדענע דיאמאנטן.

polish » 6/12/2005 01:37

איך געדענק אז ווען א מענטש האט אים געבעטן א ציגארעט, פלעגט ער גיבן צוויי, און זאגן: איינס פאר'ן רבי'ן ז"ל און איינס פאר'ן עצי חיים...

משהוואלף » 6/12/2005 01:42

איך געדענק:

ער פלעגסט זיך אפט מאל אראפשטעלן אין ביהמ"ד אויף ראדני סט. (ווי ער איז געווען א שטענדיגע מתפלל) און טיילן "צענערס" און "צוואנציגערס" פאר אלע נצרכים.

געווען ממש א גאלדען הארץ.
זאל ער זיין א גוטער בעיטער.

polish » 6/12/2005 01:43

איך וואלט גראדע נישט געוואלט ער זאל בעטן פאר מיר...

קרןהתורה13 » 6/12/2005 01:45

און די טייערע ווערטלעך: "פאפא רבי קוואטער", "אראפ פון די בענק"
רבי זכרונו לברכה, סאשא, ציונות, עברית, פוי, געוואלד.
רוב זאכן איז נישט אפצושרייבן. אוי לנו שהחסרנו מכל אלה.

יענטא » 6/12/2005 01:56

איך געדענק נאך דעם פיינעם בחור שמואל אלקנה ראטענבערג

געווען א איידעם ביי ר' יוסל וויינשטיין
א איידעם ביי חיים שמייסר פון אינגערישע הייזער

איןבעיה » 6/12/2005 02:04

נעבעך יונגערהייט געווארען א יתום, דאכט זיך ער איז געווען א גרוש.

איז דא איינער וואס דענקט עם פין די טאהש'ע ישיבה?
איך געהערט אמאל אז ער איז געווען א יודע ספר

90pct » 6/12/2005 02:25

איך גלויב אז אלע צדיקים וואס זענען גיווען רגול על לשונו, וועלן אים געוויס אנטקעגן גיין.

הגה"צ ר' שאול בראך מקאשוי זצ"ל, שאפראנער רב זצ"ל, הגה"ק בעל עצי חיים זצ"ל,

ווער עס ווייסט נאך, זאל ביטע אויסרעכענען דא.
עס וועט זיכער זיין א טובה לעילוי נשמתו הטהורה.

worldwar » 6/12/2005 02:49

וויליאמסבורג אן עם איז בכלל נישט די זעלבע

polish » 6/12/2005 02:55

איך האב עס נישט געהערט קראנט, אבער איינער האט מיר געזאגט אז ער האט געהאלטן אז דוקא ר' אהרן קען פירן סאטמאר...

אלעסאמת » 6/12/2005 03:01

איך האב געהערט אז ער האט א קינד ווייסט איינער אויב ס'איז אמת

געווינער » 6/12/2005 03:25

אויף עם איז אפשר געזאגט געווארן דער מאמר

לא נתנה נבואה אלא ל...........

ער זאל זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע

תוקן על ידי - געווינער - 06/12/2005 3:25:26

kutchma » 6/12/2005 03:40

איך האלט אז מ'האט עם אזוי פריצייטיג אוועק גענומען פין אינז אלץ עונש ווייל טיב טוב טוי הארוועיר האט געטוישט זיין סיין המסורה לנו מדור דור אין מאדענאזירט וויליאמסבורג.

מדה כנגד מדה.

yankees » 6/12/2005 04:03

אוי געוואלד!
א לב טוב ווי קוני איז שווער צו טרעפן.


יעצט געהערט אז נעכטן האט ער געלאדענט מענטשען צו זיין לווי'.

זיין נשמה איז אוודאי געווען עפעס העכער אינזערע השגות (כמבואר בספה"ק)
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר ווילאמסבורג און פאר גאנץ כלל ישראל

gishmoker » 6/12/2005 04:17

ווי אלט איז ער געווען ?



דעם פארגאנגענעם דאנערשטיג כאפ איך אזוי פערצופאל א שמועס מיט אים , ער האט מיר דאן דערציילט אז אינער אין גרינס רעסטעראנט [ענדליך צו אים אביסל] האט געדארפט נייטיג האבן עפעס א בילד פון מנחת אלעזר, און ער פרעגט קני צי ער האט זאגט ער יא, וויפיל געלט דארפסטו? צוויי טויזנט דאלער, אקעי איך געב דיר יעצט 1000 ווען דו ברענגסט עס באקומסטו נאך 1000, ביז 15 מינוט איז קני געווען צוריק מיטן בילד און באקומען די אנדערע 1000.
רעדענדיג נעמט ער ארויס א קליין אלבוים און צייגט מיר עטליכע בילדער פון רביס, אזויווי משה גבאי מיט א שווארצע בארד,,, און נאך עטליכע...
ער איז אזא גוטער געווען אז יעדער וואס האט אים געבעטן א בילד האט ער אליינס געמאכט די קאפי ביי סאנשיין פאוטא אויף לי עוו. א 4-5 דאלאר.
סיפורי צדיקים.

האט מיר קני געזאגט דאן, אז ער פארמאגט א חשבון פון 2000 בילדער פון רבי'ס און רבנים, ממש אן אוצר.


הוי מי יתן לנו תמורתו.
שבר על גבי שבר.

משהיאכעס » 6/12/2005 05:05

פאליש, די הערסט אויף מיט דיינע מעשיות!
איך הער אז ר שלום לאנדא האט טאקע גערעדט ביי די לוי,
איינער איז דארט געוועהן וואס קען איבער געבען א באריכט.

משהיאכעס » 6/12/2005 05:37

?

כשריקע » 6/12/2005 06:04

ר' שלום לאנדא פראוועט געהעריג אבילות, ער שטייט אין רעסטוראנט פארביטערט, הערשט צוריק פין די לוי', אין ער איז אויף א אמת ציבראכן לשברי שברים,

אינטרעסאנט, פאריגע וואך סוף וואך האט קני ע"ה ארום געוויזן אין ביהמ"ד ראדני א אלבום מיט גאר אינטרעסאנטע בילדער פין רביה"ק זי"ע פין להבחל"ח די רבי אין נאך אסאך אידישע געקליבענע בילדער

יהי זכרו ברוך

911zalis » 6/12/2005 07:47

פאליש אפשר הערסטו שוין אויף מיט דיינע תגובות דא אויף אים !
ער איז געווען א ציבראכענע נשמה מיט א גאלדנעם הארץ מיט א גיט ווערטל אייביג ער האט ליב געהאט יעדעם צומאכן שמייכלען , ער איז געווען א רחמנות מיט אלע פירושים נעבעך , זאל ער רוהן אין לעכטיגען גן עדן אין זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע אין ער זאל אויספוילען אויבן אז משיח זאל שוין קומען נאך אין 2005 ווי ראזענוואסער האט געזאגט ,
שנשמע ונתבשר בשורות טובות
בלאט: 1 2