די ראש ישיבה פון תורת חסד לאנדאן איז ליידער אוועק געריסען געווארען נאכען זיך שטארך מיטשענען מיט יסורים, אין עלטער פון 58 יאר אלט איבערגעלאזט אן אלמנה קינדער און אייניקלעך
ומחה ה' דמה מעל כל פנים ובלע המוות לנצח מען זאל קיינמאל נישט וויסען פון קיין צער. אמן
איך בין אמאל געוועהן אין לאנדאן אויף א וויזיט בין איך אריין אין ישיבה דארט איך האב געברענגט א פעקל פאר א בחור, האב איך געזעהן איין זאך ער איז געוועהן מוראדיג באליבט ביי די בחורים, ביי די מגידי שיעורים.
פון ווי גייט ארויס די לווי'.
ווי גייט זיין זיין מנוחה נכונה
מער איינצלעהייטן?
אבידה שאין לה תמורה!
נישטא אין היינטיגן עולם התורה א ראש ישיבה וואס זאל זיין גרייט אריינצונעמען א שוואכן בחור און זיך פערזענליך אפגעבן מיט אים און דערצו צאלן פון אייגן טאש — וואס ער האט ליידער נישט געהאט קיין סאך — צו לערנען מיט אזא בחור!
על האי שופרא דבלי בארעא קא בכינא!
הגה"צ ר' אברהם שמואל שטערן זצ"ל
זיך זייער געמיטשעט בערך א יאר צייט
ברוך דיין אמת.
אזא מוצלח, און אזוי יונג אוועק נעבעך.
די לווי' וועט זיין מארגן ווייל ער געפונט זיך אין דייטשלאנד
ער איז געווען אין דיישלאנט אויף באהאנדלינגען
דער ראש הישיבה
[בילד – נישט אפגעהיט]
ווער וועט זיין דער ממלא מקום?
ברוך דיין האמת
דאכצעך מיר אז ער איז שוין אפאר יאר צוריק געווען ממש אויף יענע וועלט ער האט זיך לאנג געמיטשעט
אוי א בראך.
ברוך דיין האמת.
א גוטער איד געווען.
היינט איז געווען די לוויה
איך הער אז מען האט אויפגענומען זיין איידעם פאר ראש ישיבה.