היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » I.Q. וויאזוי מעסט מען דאס?

I.Q. וויאזוי מעסט מען דאס?

49 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1701943

גראף » 5/12/2005 14:44

זיך דרייענדיג דא און דארט, באמערק איך אפט ווי מענטשן בארימען זיך מיט זייער הויכע IQ, איינער שרייבט: איך האב אן IQ פון 145, אין אנדערע ווערטער: טענה זיך נישט מיט מיר, איך בין קלוגער פון דיין טאטע-מאמע צוזאמען!

עס ווילט זיך מיר פארשטיין, וואס איז דאס IQ? וויאזוי מעסט מען דאס? איז דא א געשריבענע טעסט וואס מען קען נעמען דערויף?

אויך אויב איינער קען מיר מסביר זיין וויאזוי דאס הייסט אויף לשון הקודש? חכמה? בינה? דעת? עפעס אנדערש?

גראף » 5/12/2005 14:50

די דיקשאנערי זאגט דאס:
intelligence quotient
n. Abbr. IQ
The ratio of tested mental age to chronological age, usually expressed as a quotient multiplied by 100.

איך פארשטיי אבער נאך אלץ נישט פונקטליך וואס דאס מיינט, און אויב מען קען נעמען א בחינה דערויף וואלט איך געוואלט זעהן א לינק דערצו.

דאכענע » 5/12/2005 15:37

גראף » 5/12/2005 17:21

יישר כח דאכענע, איך האלט אינמיטן דורכגיין דעם שווערן טעסט. איר וועט נאר הערן די רעזולטאטן אויב זיי וועלן מיר נישט פארשעמן

משהיאכעס » 5/12/2005 18:09

ניי מיר קימט נישט ארויף די פיקטשורס, אי ווייסט פארוואס?

kutchma » 5/12/2005 18:22

רוב מענטשן האבן אן IQ פין בערך 100. (צווישען 85 אין 115) איינער וואס האט אן IQ פין 70 אדער ווייניגער ווערט פאררעכנט ווי MENTALLY RETARDED אין איינער וואס האט 130 אין העכער ווערט פאררעכנט ווי GIFTED.

פארשטיי אבער אזוי:

-64 פראצענט פין מענטשן האבן אן IQ צווישען 85 אין 115.
-95 פראצענט פין מענטשן האבן אן IQ צווישען 70 אין 130.


IQ רעכנט אלע דריי וואס די האסט אויסגערעכנט: חכמה בינה אין דעת. עס איז פארשטייט זיך זייער א קאנטראווירשעל נושא. פארשידענע מענטשן אפילו זיי האבן א קאפ אויף די פלייצע וועלן באקומען א שוואכערע סקואר. למשל אידן וואס האבן געהאט א שוואכע סעקולארע לערנונג, וועלן זיכער נישט באקומען דען סקואר וואס אנדערע וואס האבן יא באקומען די לערנונג וואס פאדערט זיך פאר די טעסט וועלן באקומען. א.א.וו.


אגב דער IQ טעסט אויף TICKLE.COM האט גארנישט מיט די עכטע IQ טעסט. דער סקואר וואס איר באקומט דארט קען אייך געבן עפעס נחמה אז איר זענט נישט אינגאנצן פארשימלט, אבער עס קען אייך נישט געבן אין וועט אייך נישט געבן אייער עכטע IQ.

kutchma » 5/12/2005 18:29

טענה זיך נישט מיט מיר, איך בין קלוגער פון דיין טאטע-מאמע צוזאמען!


אגב, דיין IQ איז געווענדליך אן AVERAGE פין דיינע עלטערענ'ס. דאס הייסט לאמיר זאגן אז די האסט א קליגער טאטע (IQ=130) אין א למך'דיגע מאמע (IQ=70) האסטו נאך א נחמה דיין IQ וועט לכאורה זיין בערך 100 (100=70+130/2) וואס דאס איז עברעג'.

מה שאין כן אויב האסטו צוויי קלוגע עלטערן אדער ח"ו פארקערט ווייזן די סטאטיסטיקס אז די וועסט לכאורה נאךפאלגן אין זייער "געדאנקן גאנג."

פארשטייט זיך אז די קענסט מיך ברענגן א ראי' אז די ווייסט אן עילוי וואס האט עלטערן שיסטער, איך זאג נאר וואס די סטאטיסטיקס ווייזן.

גראף » 5/12/2005 18:53

kutchma

יישר כח פאר די אינפארמאציע.

וואס זענען יא די "ריכטיגע" IQ שאלות?

++

אגב, איך האלט נאך אינמיטן די בחינה דארט ביי די "קיצל.קאם", איך ציטער ווי א פיש...

בןמלך » 5/12/2005 19:08

סטאטיסטיקס ווייזן, אז בדרך כלל די וואס זאגן "איך האב 145 אדער 200 IQ, די זענען געווענליך די וואס האבן בלויז 70-80, די נארמאלע דורכשניטן געפינט זיך געווענליך ביי די וואס רעדן נישט צופיל פון זייער IQ.
בדרך אגב, מיט עטליכע יאר צוריק, אין די עפאכע ווען דינקינס האט געפירט ניו יארק מיט באזונדערע חכמה און געניטשאפט, איז ארויס א שטודיע פון אן אמעריקאנער פראפעסאר, ווי ער האט באשטעטיגט אז דער געווענליכער אפריקאנער האט א פיל נידעריגערן איי-קיו ווי א דורכשניטליכן ווייסן.
דאס האט ארויס גערופן א גרויס שטורעם ביי די אמעריקאנער צער בעלי חיים ארגאניזאציעס, און אויך ביי די מענטשן רעכט ארגאניזאציעס. וועלכע האבן דאס שארף פארדאמט.

kutchma » 5/12/2005 19:35

סטאטיסטיקס ווייזן, אז בדרך כלל די וואס זאגן "איך האב 145 אדער 200 IQ, די זענען געווענליך די וואס האבן בלויז 70-80, די נארמאלע דורכשניטן געפינט זיך געווענליך ביי די וואס רעדן נישט צופיל פון זייער IQ.

אפשר ברענגסטו א מראה מקום צו דעם שטודיע, איך בין באמת אינטרעסירט דאס צו זעהן. אויב איז עס בדוי מלבך אדער פאלקס וויסענשאפט דאן זאג אזוי. ווייל ווען די שרייבסט "סטאטיסטיקס ווייזן," מיינט עס אז מ'האט געטין דערויף א שטודיע אין מ'האט עס אויפגעוויזן. נישט אז איך זאג אז דיין אינטרעסאנטע הנחה איז נישט אמת, אבער די שרייבסט עס כאילו די האסט דאס געליינט אדער געהערט.

וועגן דעס וואס די שרייבסט וועגן די שווארצע, דאס איז נישט דעמאלטס נולד געווארן. עס איז אן אלטע פאקט אז געוויסע MINORITIES, אין נישט נאר שווארצע נאר חסידישע אידן אויכעט, האבן נידרעגערע IQס. דאס איז אבער נישט ווייל שווארצע אין להבדיל חסידישע זענען טפשים, נאר ווייל זיי האבן נישט די EDUCATION אויף וואס די IQ טעסט איז אויסגעשטעלט.

kutchma » 5/12/2005 19:43

גראף: די פאפולערסטע IQ TEST איז די Wechsler IQ tests:




Wechsler IQ tests include the subtests below:


Verbal scales:


Information: Similar to "Trivial Pursuit," this subtest measures fund of factual information. It is strongly influenced by culture. An American education and intact long-term memory will contribute to a higher score. Sample question (not really on the tests): "What is the capital of France?"

Comprehension: This subtest measures understanding of social conventions and common sense. It is also culturally loaded. Sample question: "What is the thing to do if you find an injured person laying on the sidewalk?"

Digit Span: Requires the repetition of number strings forward and backwards. Measures concentration, attention, and immediate memory. Lower scores are obtained by persons with an attention deficit or anxiety.

Similarities: This subtest measures verbal abstract reasoning and conceptualization abilities. The individual is asked how two things are alike. Sample question: "How are a snake and an alligator alike?"

Vocabulary: This test measures receptive and expressive vocabulary. It is the best overall measure of general intelligence (assuming the test-taker's native language is English). Sample question: "What is the meaning of the word 'articulate'?"

Arithmetic: Consists of mathematical word problems which are performed mentally. Measures attention, concentration, and numeric reasoning. Sample question: "John bought three books for five dollars each, and paid ten percent sales tax. How much did he pay all together?"


Performance Scales:


Object Assembly: Consists of jigsaw puzzles. Measures visual-spatial abilities and ability to see how parts make up a whole (this subtest is optional on the revised Weschler tests).

Block Design: One of the strongest measures of nonverbal intelligence and reasoning. Consists of colored blocks which are put together to make designs.

Digit Symbol/Coding/Animal House: Symbols are matched with numbers or shapes according to a key. Measures visual-motor speed and short-term visual memory.

Picture Arrangement: Requires that pictures be arranged in order to tell a story. Measures nonverbal understanding of social interaction and ability to reason sequentially.

Picture Concepts: A new subtest on the WISC-IV. Requires matching pictures which belong together based on common characteristics. Measures non-verbal concept formation and reasoning; a non-verbal counterpart of Similarities.

Picture Completion: Requires recognition of the missing part in pictures. Measures visual perception, long-term visual memory, and the ability to differentiate essential from inessential details.

Matrix Reasoning: (WAIS-III only) Modeled after Raven's Progressive Matrices, this is an untimed test which measures abstract nonverbal reasoning ability. It consists of a sequence or group of designs, and the individual is required to fill in a missing design from a number of choices.




אויב די פארשטייסט די חילוק צווישן די VERBAL SECTION אין די PERFORMANCE SECTION וועסטו פארשטיין וואס איך האב געשריבן וועגן די ראלע וואס קאלטור אין EDUCATION שפילט אין די SCORE. א חסידישער, לדוגמא, וואס האט נישט באקומען קיין סעקיולארע EDUCATION קען באקומען א גוטע SCORE אויף די PERFORMANCE SECTION אבער אויף די VERBAL SECTION וועט ער מן הסתם טויגן א כפרה.

aronleib » 5/12/2005 19:46

, your Super IQ score is 120

Your overall intelligence quotient is the result of a scientifically-tested formula based on how many questions you answered correctly. But it's only part of what we learned about you from your answers on the test. We also determined the way you process information.

אלס איד (וואס קען נישט די הויכע ענגליש ווערטער) קוק איך גאנץ גוט אויס

בןמלך » 5/12/2005 19:56

אנטשולדיג מיר קוטשמע,
די סטאטיסטיק איז מיין אייגענע, און איך האב געמיינט אז עס איז זעלבסט פארשטענדליך. ווייל עס איז בכלל נישט קיין געווענליכע זאך אז א מענטש זאל דערקלערן אויף זיך וויפיל איי-קיו ער האט, דאס איז א ריכטיגע היימישע ה"פ שאלה...
דאס קומט פאר דא אויף היידפארק, און לויט היידפארק האב איך געצויגן מיין סטאטיסטיק.
אפשר דארף איך טאקע טרעפן אן אנדערע ווארט צו שטעל-פארטרעטן דעם ווארט סטאטיסטיק.

kutchma » 5/12/2005 20:02

שכח בןמלך. חכמים הזהרו בדבריכם. ווען מען רעדט וועגן סטאטיסטיקס ביטע ניץ עס נישט לויזער הייט.

אגב אין סטאטיסטיקס איז דא א כלל אז מען קען נישט מאכן קיין אבזערוואציע פין א סעמפל וואס באשטייט פין ווייניגער ווי צוויי, פין וועלכע צוויי גולשים האסטו געמאכט דיין אבזערוואציע?

כורמיזא » 5/12/2005 20:23

aronleib
אפשר ווייזטו אונז א PRINT SCREEN פון דיין תוצאה?

בןמלך » 5/12/2005 20:46

פון די צוויי גולשים וואס האבן זיך אויפגעטוהן:
1( אז ער האט 145 איי-קיו
2( אז ער האט מער איי-קיו ווי דיין טאטע מאמע אינאיינעם
אין זיי מיר מודה קוטשמע אז לפי זה שטימט מיין "סטאטיסטיק".

פדן_ארם » 5/12/2005 20:49

איז דאס א גוטער נומער?

,Your Super IQ score is 69

Your overall intelligence quotient is the result of a scientifically-tested formula based on how many questions you answered correctly. But it's only part of what we learned about you from your answers on the test. We also determined the way you process information

kutchma » 5/12/2005 20:52

זיי מיר מודה? פארוואס? עס איז איין מענטש וואס האט עס געזאגט. אין ער האט עס געזאגט FIGURATIVELY. אין בכלל ווייסטו נישט אז באמת האט ער נאר א IQ פין 70-80.

כורמיזא » 5/12/2005 20:52

איך דארף זיך שעמען?

[בילד – נישט אפגעהיט]

משהוואלף » 5/12/2005 21:02

איינער וויסט פארוואס איך קען נישט זען די פיקטשערס ביי די טעסט ?

פדן_ארם » 5/12/2005 22:09

עס קען זיין אז מען דארף האבן א געוויסע מאס איי. קיו. צו קענען זעהן די בילדער.

שלמה_זלמן » 6/12/2005 00:01

טשעקט אויס אייער IQ אויף WWW.EMODE.COM . מ'דארף אבער וויסן אז די בעקגראונד און עדיוקעישן האט אסאך צו טאן מיט'ן SCORE. אויב מ'וועט דיר שטעלן דארט שאלות פון זאכן וואס האסט קיינמאל נישט געלערנט און נישט געדארפט צו וויסן (למשל ספארטס, הויפטשטעט אין די וועלט אד"ג, זאכן וואס האסט נישט געלערנט אין חדר) און דו גייסט נישט וויסן דעם ענטפער דערצו איז נישט קיין סימן אז דיין IQ איז נידריג. אבער דער פאלנער אמעריקאנער וואס איז דורכגעגאנגען עלעמענטרי און היי סקול און ווייסט נישט די זאכן, ער איז יא אן עם הארץ. איז למעשה אז מ'וויל זען דעם ריכטיגן IQ פון א חסידישן אינגערמאן דארף מען אים פארהערן גמרא תוספות, חסידישע ספרים, אידישע טריוויא און היסטאריע און אזוי קומען צו א באשלוס.

נאך א פונקט אין IQ SCORES איז אז די רעזולטאטן מוזן "אלעמאל" זיין די זעלבע. אויב נעמסטו דריי טעסטס און אויף איינס באקומסטו א 120 אויף די צווייטע א 135 און אויף די דריטע א 110 האסטו נישט גענומען א גוטן טעסט.

הצלחה.

Maashpia » 6/12/2005 00:35

נישט קיין IQ Test אבער עס פרעגט זאכן וואס מען דארף גוט אריינטראכטן נישט צו איבערגעקליגט ווערן.

http://www.richstevens.com/flash/iq.swf

גראף » 6/12/2005 00:53

אוי וויי, ביי די לעצטע לינק דא פון 'משפיע' האב איך באקומען א 4, דאס מיינט (לויט זיי) אז מען האט מיר מסתמא אראפגעווארפן אויפן קאפ ביים געבורט (אפשר קען איך סוען די שפיטאל?).

Maashpia » 6/12/2005 01:11

פיל דיך נישט שלעכט דאס זענען אלע trick questions רוב מענטשן כאפן זיך נישט דעם ערשטן מאל וואס מען נעמט דעם טעסט. דערפאר האב איך אויבן געשריבן אז מען דארף גוט אריינטראכטן פאר מען ענטפערט כדי מען זאל נישט איבערגעקליגט ווערן

גראף » 6/12/2005 01:12

נחמתני בני נחמתני

זאל דער עולם שרייבן דא וויפיל מען האט דארט באקומען

gishmoker » 6/12/2005 04:58

ביי טיקעלס האב איך באקומען א יאר צוריק 135

פאר אזעלכע נארישע שאלות ווי:
10 קעגן 20 איז אזויווי א בולדאזער קעגן א ?

זאמד טראק
קאר
מאטאר סייקל


היינט נאך א יאר זיין אויף היידפארק גלייב איך אז ס'וואלט געווען אסך מער ...

kutchma » 6/12/2005 05:09

... אדער א סאך ווייניגער.

אלעסאמת » 6/12/2005 09:21

The Super IQ Test
How Smart Are You Really?
Moshe, your Super IQ score is 126
[analytic_detective_s]

Your overall intelligence quotient is the result of a scientifically-tested formula based on how many questions you answered correctly. But it's only part of what we learned about you from your answers on the test. We also determined the way you process information.

The way you think about things makes you an Analytic Detective. This means you are an unusually talented problem-solver. You are able to think through a process step-by-step, and know how to zero in on anything that is even remotely illogical. Compared to others you are very adept at discerning numerical patterns and solving difficult equations.
How did we determine that your thinking style is that of an Analytic Detective? When we examined your test results further, we analyzed how you scored on 8 dimensions of intelligence: spatial, organizational, abstract reasoning, logical, mechanical, verbal, visual and numerical. The 3 dimensions you scored highest on combine to make you an Analytic Detective. Only 3 out of 1,000 people have this rare combination of abilities.

Find out which 3 intelligence dimensions you scored the highest on and how your IQ score compares to others in your personalized, 31-page Super IQ Report. It's ready right now!

jewboy » 6/12/2005 11:22

פראבירט דאס.

http://enneagram.up.co.il/

ס'איז אין עברית.

כורמיזא » 6/12/2005 11:32

איך הייב אן צו ווערען פארשעמט איך זעה אז די עולם איז קליגער פון מיר...
איינער שרייבט אז ער האט 120, איינער שרייבט 126.
אבער איך בארואיג זיך אז זיי האבען נישט געמאכט קיין PRINT SCREEN פון די רעזאלטס...

סעמאן_פיש » 7/12/2005 00:19

Salmonfish, your Super IQ score is 133

Your overall intelligence quotient is the result of a scientifically-tested formula based on how many questions you answered correctly. But it's only part of what we learned about you from your answers on the test. We also determined the way you process information.

The way you think about things makes you a Creative Theorist. This means you are a highly intelligent, complex person. You are able to process information of nearly every kind with ease, using both creativity and analysis to make sense of the world. Compared to others you also have a very rich imagination.

How did we determine that your thinking style is that of a Creative Theorist? When we examined your test results further, we analyzed how you scored on 8 dimensions of intelligence: spatial, organizational, abstract reasoning, logical, mechanical, verbal, visual and numerical. The 3 dimensions you scored highest on combine to make you a Creative Theorist. Only 6 out of 1,000 people have this rare combination of abilities.

כורמיזא » 7/12/2005 09:02

סעמאן_פיש, עפעס איז מיר אביסעל שווער אויף די נוסח...

ביי מיר איז געווען 119 און עס איז געווען 3 פון טויזנט, ווי אזוי קען זיין ביי דיר:
Only 6 out of 1,000

תיקו...

verrveist » 7/12/2005 09:30

די גאנצע זאך זעט אויס װי א בלאף אזו װי כרימיזא שרייבט חוץ פֿון דעם זעט אויס אַז לויט זיי זענען אַלא גרעסטע חכמים זיך צוזאַם געקומען דא אויף חדשות אנ״ש... װאס איז אויך א ביסעל פֿישי...

סעמאן_פיש » 9/12/2005 08:02

גראף » 11/12/2005 08:30

א גוטע וואך אידן!

איך האב שוין ב"ה געענדיגט נעמען מיין IQ טעסט, איך האב עס גע'סקרין-קאפי'ט אויף א ווארד פייל, מיט מיין גרויסע IQ (וואס איר וועט האפענטליך אליין קענען זעהן) ווייס איך אבער נישט וויאזוי מען לייגט ארויף די בילד דא.

כורמיזא;

איך האב אן ענטפער אויף דיין "תיקו", איך וועל דיר עס אי"ה מסביר זיין, אבער קודם זיי מיר ביטע מסביר וויאזוי מען לייגט אריבער יענעם בילד אהער.

גראף » 11/12/2005 09:15

א ריזיגע יישר כח פאר מיין נאנטע ידיד מר. דזשובוי וואס האט מיר יעצט (זונטאג פארטאגס אויף זיין זייגער) ארויסגעהאלפן במשך א לענגערע צייט מיט פונקטליכע אינסטרוקציעס וויאזוי ארויפצולייגן מיין IQ SCORE:

{פאר די וואס ווייסן נישט, מיין ערשטע נאמען איז "קאסמא"}
[בילד – נישט אפגעהיט]

גראף » 11/12/2005 09:20

יעצט א ווארט צו כורמיזא:

איך האב אן אייקיו פון 141! און דאך שטייט אז דאס מאכט זיך ביי 6 פון 1000, בעת ווען דיין איי קיו פון 119 איז געווען 3 פון 1000.

אויב דו ליינסט אדורך דעם גאנצן באריכט, וועסטו זעהן אז דאס ווענדט זיך אין די פארשידנארטיגע טעסטס וואס מען גייט אדורך, זיי באאבאכטן וויאזוי דו רעכנסט אויס פארשידענע סיטואציעס, און לויט דעם געבן זיי דיר א "טיטל". דיין טיטל איז "ANALYTIC DETECTIVE" בעת מיין טיטל איז "CREATIVE THEORIST", דאס זענען גאר באזונדערע קאטעגאריעס.

אין מיין קאטעגאריע מאכט זיך 6 פון יעדע 1000, און דיין נאר 3!

כשם שאין פרצופיהן שוות כך אין דיעותיהן שוות!

א גוטע וואך, און נאכאמאל א יישר כח פאר דזשובוי פאר די הילף!

גראף
141

גראף » 11/12/2005 16:29

איך שפיר זיך ווי דער תנא קמ"א אליין (קמא = 141)...

ליכטיג » 11/12/2005 19:50

איך האב אלעמאל געוויסט אז מיטן געלט קומט שוין מיט חכמה.

יעדער גראף האט אין זיין פראפיל, תורה מיט חכמה מיט גוטע מידות.

התאחדות » 11/12/2005 21:31

WOW
הויכגעשעצטער גראף, פארצייל מיר וויאזוי דו האסט דאס געמאכט, יאך גלייב נישט אז דו זאלסט אנקומען אזוי הויך.
עניוועי מזל טוב אסאך נחת,

גראף » 11/12/2005 22:08

התאחדות, וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין? גיי אהין און פרוביר אליין.

סעמאן_פיש » 12/12/2005 03:40

א קונץ? דער גראף האט זיכער אנגעפרעגט ביי זיינע עצה געבער און שטערן זעהער

מלוה_מלכה » 13/12/2005 08:17

די טיקעל ווענדט זיך אויך ווי שנעל מען ענטפערט, עי' ב'עבאוט טיקעל'.
סאו קען זיין אז כורמיזא האט שנעלער געענטפערט ווי גראף, אפילו ער האט טאקע 'בלויז' 119. און דערפאר איז עס נאר דריי פון טויזנט וואס ענפערן אזוי שנעל.

כורמיזא » 13/12/2005 15:49

עס זעט מיר אויס אז די טעסט פון דא איז גארנישט ווערד, זיי ווילען בעיקר אז מ'זאל נעמען ביי זיי די געהעריגע טעסט אין מאכען אפאר דאלער.

איך האב איבער געמאכט די IQ TEST, און די איך האב אויף געקוקט אין א דיקשענערי די ענגלישע ווערטער (פאריגע מאל האב איך סתם גענפערט ביי דעם)
[בילד – נישט אפגעהיט]

פדן_ארם » 13/12/2005 17:36

כורמיזא שרייבט:
עס זעט מיר אויס אז די טעסט פון דא איז גארנישט ווערד, זיי ווילען בעיקר אז מ'זאל נעמען ביי זיי די געהעריגע טעסט אין מאכען אפאר דאלער.

עס האט גענימען אן IQ פון 155 דאס אויסצורעכענן?

13Hooper » 14/12/2005 04:08

ווילאנג נעמט די גאנצע טעסט בערך ?

גראף » 14/12/2005 15:31

ווענדט זיך אין דיין IQ SCORE...

עס האט זעקס בלעטער, בערך 56 שאלות אלעס אינאיינעם.

13Hooper » 14/12/2005 18:17

געבען זיי נישט א מאקסימאם צייט צי ענטפערען ?