היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » עס שנייט אין דערפל

עס שנייט אין דערפל

64 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1700396
בלאט: 1 2

קרעמער » 4/12/2005 14:46

עס טוט זיך א הו הא, אלע קינדער קליין און גרויס לויפן ארום אין די הויפן, דער מלמד קען זיי נישט דערזען אין חדר אריין, א קלייניגקייט? דער ערשטער שניי פונעם סעזאן איז אנגעקומען...

מאמי, נעם ארויס די שליטן פון בוידעם, איך וויל עס צושפאנען צו די פערד און מאכן א לעבן... אראפפליען דעם גרויסן בארג וואס שטייט נעבן די קרעטשמע...
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:03

וואס וועט זיין? וויאזוי וועט מען זיך אריינזעהן אין קרעטשמע?
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:05

קיין פראבלעם! יאנוש נעמט זיך שוין צו דער עבודה...
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:05

און ביזדערווייל...
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 4/12/2005 15:05

דעם דיין'ס שטיבל
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:06

די קליינווארג זענען זיך מחיה
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 4/12/2005 15:07

קרעמער, איך זעה די האסט מיר אויסגעכאפט, איך האב אויך אנגעגרייט יאנאש'ס בילד.

ווען האסטו געהאט ציט עס צו נעמען, איך האב אויך געמאכט פונקט די זעלבע בילד, ווען האסטו עס געכאפט?

קרעמער » 4/12/2005 15:08

ניני לאזט זיך נישט נער'ן...
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:09

דזשובוי... דו האסט מיר אויסגעכאפט דעם דיין'ס שטוב...

==

דער אלטער סטעפאן ברויזט... ער קען נישט גיין צו דער ארבעט היינט
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 4/12/2005 15:09

די וואסער טרעגער'ס שניי וועגל.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:10

ער לאזט זיך אבער נישט נארען... ער שפאנט איין זיין שליטן צו די פערדלעך
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 4/12/2005 15:10

מ'שיקט ארויס די פערד זאלן גיין אליין.
זעהט אויס זיי קענען די וועג מיט געוויסע שמות.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:11

דער אלטער אב הרחמן ווארענט זיין אור אייניקל ניני...
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 4/12/2005 15:11

חחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחחח

קרעמער » 4/12/2005 15:11

דזשובוי, ביי בילדער זאגט מען אויך "דזשינגס"?

jewboy » 4/12/2005 15:12

איך שטיק מיר פאר געלעכטער דא

jewboy » 4/12/2005 15:22

נאך פון די יונגווארג
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 4/12/2005 15:24

קרעמער איך האב א בעסערע בילד פון סטעפאן
[בילד – נישט אפגעהיט]

jewboy » 4/12/2005 15:24

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:48

זכרונות פון די "אלטע" קרעטשמע
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:49

דער גראף לאזט זיך בויען א ווינטער הויז
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:50

שימעלע דער מילנער'ס הייזקע און מיהל
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:51

הערליכע אויג פארכאפנדע בילד פונעם שטעטל
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:52

דו וואס האבן אריינגעברענגט שניי אין קרעטשמע וועלן שווער באשטראפט ווערן...
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 4/12/2005 15:54

פליעז קראס מיך
[בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 4/12/2005 16:43

ווהא... ווהא... ווהא... ווהא...ווהא...

לויף איך אריין אין קרעטשמע ציטערנדיג פאר קעלט.... איך האב לעצטנס געקויפט א שליטן, און כ'האב עס דא געלאזט אין אפיס...

קרעמער! וואו האסטו עס געלייגט?! איך טרעף עס נישט!!...

נחמן_נטע » 4/12/2005 22:41

ס'קאלט אין דארף, די פרעסטן שניידן אין אלע גלידער, דער עולם ווארט אויף דאס געהילץ, דער קרעטשמער פאדערט דאס געהילץ צו קענען הייצן די קרעטשמע, און איך "נחמן נטע דער האלץ האקער" מאך זיך גרייט אריינצופארן אין די גרויסע שטאט אפצונעמען די נארוואס פריש געשניטענע האלץ. לויטן חשבון דארף דער שיף היינט אנקומען צום בארטן.

אבער גאר שנעל ווערן מיינע פלענער געטוישט. א שיינער ווייסער געדיכטער שניי האט באדעקט דאס גאנצער דארף, די פערד קענען נישט פארן, דער גאנצער פארקער אריין צו די גרויסער שטאט איז אפגעשטעלט, דא ערהאלט איך א טעלעגראם פון די בארטן אז דער שיף מיט די האלץ האט זיך פארזוימט אויפן ים צוליב די שווערע וועטערס.

קיין צוויי ברירות האב איך סייווי נישט, ס'נישט דא וואס צו טוהן, איך לאז זיך אין וועג אריין צו די קרעטשמע כאפן א שנאפס, זיך דערווארעמען דעם גוף מיט אביסל יין שרף.

ווי ערשטוינט בין איך געווארן ווען גייענדיג אויפן וועג צו די קרעטשמע האב איך זיך אנגעשטויסן מיט די פילע בערג שניי. דער גאנצער וועג צו די קרעטשמע איז נישט געווען געפוצט, קוים איך בין געגאנגען, קוים קוים זיך דערשלעפט אנצוקומען צו די טיר פון די קרעטשמע.

ענדליך איך דערזעה זיך שוין ביי די טיר פון די קרעטשמע, איך גיב א מאך אויף די טיר און...
גארנישט... ס'ליידיג... א ליידיגע קרעטשמע!

יא, אודאי, אז מ'פוצט נישט געהעריג קען קיינער נישט אנקומען!

איך בעט דעם קרעטשמער זאל שוין שיקן יאנוש'ן אויפפיצן די שניי, ווייל דער עולם קען נישט קומען.

יענטאאש » 4/12/2005 22:49

דער ראש הקהל זיצט אין קהל'ס אפיס שוין פון אינדערפרי מאכנדיג די חשבונות, סייווי איז דאך די קרעטשמע ליידיג, ווען אט הערט ער א קול רעדן, דער ראש הקהל לויפט ארויס און אט דערזעט ער נחמן נטע'ן.

נחמן נטע! שרייט דער ראש הקהל אויס, אוואו איז דאס געהילץ?!!!!

יאנאש » 4/12/2005 23:09

באמת בין איך היינט היפש פארנומען, אבער איך וועל נישט האבן קיין ברירה און איך וועל מיך נעמען די מיה און זיך אריינשלעפן אין קהל'ס אפיס ארויס שלעפן דעם אלטן טייפרייטער און טייפן א צעטל וואס זאל זיך ליינען אזוי:::

איך (יאנאש) וויל דא מוסר מודעה זיין אז נישט איך דארף פוצן די שניי אין דעם קרעטשמע.
דאס בלאנגט אויסדריקלעך צום הויכגעשעצטן גאנץ יעריגע קוימען קערער (פענסטער בלע"ז) און איך בעט אז אלע קריטיק אויף מיין ריכטונג זאלן זיך שוין אויפהערן.
יישר כח הקטן יאנאש השני



איך האף אז יעדער וועט דאס זעהן און אפליינען ובזה יצאתי ידי חובתי.

נחמן_נטע » 4/12/2005 23:17

יא יא געשעצטער ראש הקהל - ענטפער איך "נחמן נטע דער האלץ האקער" מיט א דרך ארץ'דיג קול ווי עס פאסט ווען מ'רעדט צו א ראש הקהל.

דאס געהילץ האט געשפעטיקט, דער שיף האט נאך נישטאמאל געגרייכט די ים פלאטע צוליב די שווערע שנייען וועלכע האט באטראפן אונזער גאנצן ראיאן.

אבער א טרונק ברוינפן ביז צו די קרעטשמע קען מען דאך אויך נישט כאפן.
איך בין דא זיך צו דערווארעמען מיט אביסל שנאפס, און גארנישט...
וואו איז דער גאנץ יעריגע קוימען קרע(מ)ער?
זאל ער שוין קומען אוועק פוצן די שניי.

פענסטער » 5/12/2005 00:59

יאנאש;

אז די האלטסט נישט ביים ארבעטן, דארפסטו עס נאכנישט אנלייגן אויף מיר, און דיין קאנטראקט שטייט קלאר ארויס געשריבן אז די דארפסט קערן די שניי, סאו שנעל טו דיך אן דיינע באטצעס און נעם דיך ארבעטן. פארשטאנען?

יענטאאש » 5/12/2005 01:05

יא, א ריכטיגער ערל דער יאנאש, האלט נישט ביי גארנישט און לייגט עס נאך אן אויפן צווייטן.

יאנאש! טעיק שאוול ענד גאו קליען סנאו!!!! רייט נאו!!!...

פעדעקס » 5/12/2005 01:09

.
[בילד – נישט אפגעהיט]

yankees » 5/12/2005 01:44

נו! וועל איך טון ווי הלל הזקן. מיטהאלטען פון אויבן אויפן קרעטשמע, ביז כ'וועל ווערן באדעקט...
[בילד – נישט אפגעהיט]

yankees » 5/12/2005 01:51

פיינע דזויעק... לאטס אפ מיין קאר !!!
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 5/12/2005 17:56

נו יאנוש קער אוועק די שניי פונעם דאיענס טרעפ
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 5/12/2005 17:57

מיט גרויס מיה איז געלונגען צו פארשאפן פאר יאנוש'ן די מאשין.
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 5/12/2005 17:59

נאט אייך א בילד פון די גויאישע שכנים פונעם דערנעבענדיגן דארף, בשעת דעם מעכטיגן שניי בליזערד.
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 5/12/2005 18:01

אה ב"ה יאנוש האט שוין די שניי אוועקגעקערט ביי פענסטער'ס היים.
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 5/12/2005 18:03

יאנוש מיט זיין קליינעם סטעפאן ארבעטן שווער פאר'ן ראשהקהל יענטאש.
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 5/12/2005 18:05

די באן ביים דארפישען באן שטאציאן
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 5/12/2005 18:06

דער גראף ביים זיך סקיען אויף די הויכע בערג.
[בילד – נישט אפגעהיט]

התאחדות » 5/12/2005 18:08

און דא נאך א בילד, דער גראף מוטשעט זיך מיט'ן שניי
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 5/12/2005 21:16

איך האב באקומען אין אימעיל א קליפ פון פערדלעך אין די שניי.

איינער קען מיר העלפען וויאזוי איך קען עס דא ארויף לייגען?

נאטורליך » 5/12/2005 21:19

איך האב אויך געזעהן היינט א שיינער שניי
על מער פראבירען דאס ארויף לייגען.
[בילד – נישט אפגעהיט]

שנאפס » 5/12/2005 21:54

יענטאאש האט ענדליך געפינען זיין שליטן פארשטעקט ערגעץ אויפן בוידעם...
[בילד – נישט אפגעהיט]

שנאפס » 5/12/2005 21:58

מעין עולם הבא
[בילד – נישט אפגעהיט]

פעדעקס » 5/12/2005 22:51

יאפ.

פערדן קענען אויך...

http://s47.yousendit.com/d.aspx?id=1ONSQ2F4MPGJ215VDNGLOCI4VB

(א גרויסעם שקויעך פאר נישט-צו-פארנומען )

3x0 » 12/2/2006 21:20

לאמיר זעהן אויב איך קען שוין לייגן פיקטשערס.

3x0 » 12/2/2006 21:25


בלאט: 1 2