היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » סגולות - בדוק ומנוסה

סגולות - בדוק ומנוסה

22 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1696164

בערכעם98 » 1/12/2005 15:09

איך וויל בעז"ה עפענען דעם אשכול במיוחד לסגולות.

איך ווייס אז עס איז דא וואס לאכען דערפון אבער עס שטייט דאך לא יתבייש מן המלעיגים און מיינע נאנטע חבירים פארציילען אפענע זאכען וואס עס האט זיי געהאלפען מדי יום יום.

על כן אדרבה לייגט אריין דא סגולות וכדו' וואס עס האט ביי אייך געהאלפען אין מיר וועלן זעהן ווי אזוי די אשכול וואקסט ארויס.
[בילד – נישט אפגעהיט]

בערכעם98 » 1/12/2005 15:14

לאמיר אנפאנגען בעז"ה מיט דעם.

די לעצטע פאר חדשים וועקטס זיך מיין קליינע זוהן אויף כמעט יעדער צווייטע נאכט מיט שלעכטע חלומות - איז דא איינער וואס האט אזא פראבלעם.

איך האב געקלערט צו לייגען א נועם אלימלך ביי זיין בעט עס ווערט בעסער אבער איז דא עפעס אן עצה וואס מען קען טוהן דערפאר.
[בילד – נישט אפגעהיט]

בערכעם98 » 1/12/2005 15:18

נאכן זיכען אביסעל טרעף איך א סייט פון המקובל רב כדורי
ווערט געברענגט דעם סגולה לפחד
[בילד – נישט אפגעהיט]

בערכעם98 » 1/12/2005 15:21

א סגולה פאר הצלחה "במשפט"
קליקט אויף דעם לינק

http://www.kaduri.net/Index.asp?ArticleID=66&CategoryID=47&Page=1
[בילד – נישט אפגעהיט]

בערכעם98 » 1/12/2005 15:35

די סגולה פון פרשת הקטורת
פון ווי נעמטס זיך אז עס איז א סגולה לעשירות?
[בילד – נישט אפגעהיט]

tzvibp28 » 1/12/2005 17:28

ס'איז דא די בעכער מיט די שמות אויף אינעווייניג וואס דער עולם שווערט אז ס'העלפט אויף אלע מיני קרענק

mechel19 » 1/12/2005 17:33

ווייסט איינער א סגולה צו ווערן א תלמוד חכם, איך נויטיג זיך זייער דערון.

kutchma » 1/12/2005 17:46

קויף א ש"ס פאד.

שלום_משה » 1/12/2005 17:54

עס איז דא סגילות פין א גאר גאר אלטע ספר וואס הייסט "גמרא" וואס יענטץ לוינט זיך איינציהאלטן

זיך וואשן צי פת מיט א פילע טעפעל מלא על כל גדותיו {נישט נאר אין ביהמ"ד ביי שלש סעדות ווען עס איז דא א לאנגע ליין אינטער דיר,נאר אין דערהיים אויך}
איז א סגולה פאר פרנסה

בענטשן ערליך בכוונה איז א סגולה פאר פרנסה

זיך אפהיטן די אויגן, זיך פירען בקדושה, ברענגט אראפ אלע גיטע השפעות אויף דער וועלט

תוקן על ידי - שלום_משה - 01/12/2005 17:54:29

gishmoker » 1/12/2005 17:55

סיז דא א תפילה פון רבי ישמעאל כהן גדול, א מוראדיגע תפילה ווער עס זאגט עס בכל יום מובטח לו שהוא בן עוה"ב ושונאיו נופלין לפניו ומצליח בכל עסקיו וכו'.

איך האב עס אמאל געזען אין א תהלימ'ל געדריקט אבער ס'יז נישט געשטאנען א מקור, [מעגליך אין ירושלמי ]
א לאנגע תפילה.

איך טריי עס צו זוכן אונליין אבער אנע ריזאלטס ביזדערלווייל , איינער ווייסט וואו?
אז נישט וועל איך מוזן אריינסקענען, איך האב נישט קיין נערווען.

jewboy » 1/12/2005 18:54

קוטשמע

tzvibp28 » 1/12/2005 18:59

Shas-Pod? ח"ו!

איך האב ערשט געזען צעטליך אין שול אז די איי-פאד (און ממילא די ש"ס פאד) וויל "אונטערברענגען כלל ישראל" !

אין דער היים האט מען נישט געוואוסט פון דעם

worldwar » 1/12/2005 21:28

סגולה פון צדקה איז אין לשער

[בילד – נישט אפגעהיט]

mechel19 » 1/12/2005 22:00

א יישר כח קוטשמע פאר די געוואלדיגע עצה, איך וועל דיר זאגן, ס'איז ב"ה א בחינה פון המתפלל בעד חברו והוא אינו צריך לאותו דבר, איך וועל דיר זאגן, איך א בשוואגער וואס וואוינט אין א געגענט אין ברוקלין, און ער קען עמעצן, (סארי,איך קען נישט זאגן קיין נאמען, לשון הרע) וואס האט ב"ה פון אלעם גיטן, כבוד, געלט, חסידים, שונאים, שיינע בארד, געקניישטן שטערן, בקיצור ער האט ממש פון אלעם, נאר ביטווין מי ענד יו, ער איז ליידער נישט קיין תלמיד חכם, און דאס שטערט עם אויף טריט און שריט, האט מיך מיין שוואגער געבעטן א סגולה צו ווערן א תלמיד חכם, דעטציט.

אינטרעסאנט, איך האב איבער געגעבן פאר מיין שוואגער דיין עצה, קאלט ער מיך צוריק און זאגט אז ער האט איבערגעגעבן פאר זיין ידיד דיין עצה , און ער פרעגט וואס עס מיינט ש"ס, ער ווייסט וואס I POD איז, אבער נישט וואס עס מיינט ש"ס.

סארי, נא מאר דיטעילס, איך וויל נישט אריין ברענגן שמוציגע פאליטיג אין אזא שיינעם אינטרעסאנטן אשכול,

kutchma » 2/12/2005 07:07

די זאך מיט ש"ס פאד איז אז מקען האבן די גאנצע תורה מונח בקופסא, אין מען איז נישט קיין מגמגם ואומר, ווייל עס קען נישט כאפן א קראץ אזוי וי א סי די.

90pct » 2/12/2005 07:11

בארנאם98,

בשבת קודש בבוקר הבא עלינו לטובה, בשעת העטיפה, עשה כסדר הזה, ובזרת השם יתברך תצליח.

קח נא את בנך אשר אהבת, ותעטיפנו בטליתך, ואמור התפלה רבש"ע שאומרים בשעה שהכהנים מנגנים בתיבת וישמרך, ויחנך, בשעת הדוכן.

90pct » 2/12/2005 07:13

בעזרת השם יתברך תצליח.

yohcee718 » 2/12/2005 15:50

איך מיין אז דאס בעסטע סגולה איז: טראפען פון דעם נעפיו פון חזון איש. דאס אליין אז דער חזון איש איז א פעטער פונעם טראפען מאכער איז גענוג!

די טראפען העלפן פאר די וואס זענען דין, זאלען צובאקומען גאוויכט.

פאר די וואס זענען גראב, זאלען דין ווערען.

דער טראפ איז גוט צו האבען קינדער, און פאר די וואס האבען צופיל קינדער ל"ע (השם ישמור)

דער טראפ בזכות החזון איש איז גוט פאר PIMPLES אויפען פנים.

און אפילו אויב די פימפעלס גייען נישט אוועק, קען מען באקומען א שידוך, ווייל בזכות החזון איש האבען די טראפען א כח פון 'נשיאות חן'! ממילא, איז אפילו נישט וויכטיג צו די פימפלס גייען אוועק בכלל.

אויב איר האט נידריגע BLOOD PRESURE וועלען די טראפען הייבען עס, אויב הויעך וועלען די טראפען LOWERען אייער פרעשור.

ועוד ועוד דברים נפלאים שאי אפשר לתאר במקום שיש ביננו ילדים רכים לפי הטף והמבין יבין.

הכל בזכות דודו הק' של המוכר

(די טראפען האבען בכלל נישט קיין SIDE EFFECTS ווייל ס'איז פשוט ווואסער. מ'קען אבער נישט אליין נעמען פשוט וואסער, נאר איינער וואס האט אזא חשוב'ער פעטער כמובן.וזה פשוט)

נאך דעם וואס איך האב דאס געזאגט פאר א פאר'צרה'טע איד, האט ער מיך בא'שייגעצ'ט אז ער האט א סאך בעסערע סגולות.

פרעג איך איהם וועלעכע? האט ער מיר געזאגט געוואוסע פסוקים ...

נו ירא הגולשים וישפוטו ווער איז גערעכט?
דא זענען זיינע פסוקים'לעך

משלי פרק ג
(טו) יקרה היא מפנינים וכל חפציך לא ישוו בה:
(טז) ארך ימים בימינה בשמאולה עושר וכבוד:

תהלים פרק טו
(א) מזמור לדוד ה' מי יגור באהלך מי ישכן בהר קדשך:
(ב) הולך תמים ופעל צדק ודבר אמת בלבבו:
(ג) לא רגל על לשנו לא עשה לרעהו רעה וחרפה לא נשא על קרבו:
(ד) נבזה בעיניו נמאס ואת יראי ה' יכבד נשבע להרע ולא ימר:
(ה) כספו לא נתן בנשך ושחד על נקי לא לקח עשה אלה לא ימוט לעולם:


תהלים פרק קיב

(א) הללו-יה אשרי איש ירא את ה' במצותיו חפץ מא:
(ב) גבור בארץ יהיה זרעו דור ישרים יברך:
(ג) הון ועשר בביתו וצדקתו עמדת לעד:
(ד) זרח בחשך אור לישרים חנון ורחום וצדיק:
(ה) טוב איש חונן ומלוה יכלכל דבריו במשפט:
(ו) כי לעולם לא ימוט לזכר עולם יהיה צדיק:
(ז) משמועה רעה לא יירא נכון לבו בטח בה':
(ח) סמוך לבו לא יירא עד אשר יראה בצריו:
(ט) פזר נתן לאביונים צדקתו עמדת לעד קרנו תרום בכבוד:
(י) רשע יראה וכעס שניו יחרק ונמס תאות רשעים תאבד:




מי יודע וועס ס'איז גערעכט...

OOOPS
פרעיג איך דעם איד, אין וואס איז מיט די "קלי צום" טאבלעטען?
המשך יבא....





ליכטיג » 2/12/2005 17:56

יוסי




you made my day

gishmoker » 2/12/2005 22:41

יוסי דאס מאל באקומסטו עס

איך האב יעצט באקומען א איי פאד. [צוליב די מחאות דערגעגן לעצטענס האט דאס געצויגן מיין נייגער וויסן מה טיבו ].

וויאזוי קען מען דאונלאדן ש"ס דערינען ?
עס האט בלויז 512 מב איז דאס גענוג ?

gishmoker » 7/12/2005 07:13

דא שיק איך ענק די תפילה פון ר' ישמעאל כהן גדול

ווייסט איינער א מקור דערויף ?



[בילד – נישט אפגעהיט]

gishmoker » 7/12/2005 07:15


איין מינוט... נאכנישט פארטיג...

אקעי דאס איז עס ...

א מקור ביטע



[בילד – נישט אפגעהיט]