היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » הנאה האבן פון - Cope Institute

הנאה האבן פון - Cope Institute

15 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1695493

דיפלאמאט » 1/12/2005 03:09

איך האב היינט געכאפט א שמועס מיט איינע פון די באהערדע פון "קאופ אינסטיטוט" איבער א געוויסער ענין, וואס האט זיך אריינגעדרייט צו געוויסע נושאים וואס איך האף דא אראפצוברענגען ווען די צייט וועט זיין אויף מיין זייט...

אראפלייגנדיג האב איך זיך מיר געטראכט, וואס איז די מיינונג פון סאטמאר בנוגע לערנען אין דעם מוסד. צו נאר זיך באטייליגן אינעם סיום הש"ס איז ערגער ווי חזיר און הנאה האבן פון זיי, וואס אזוי קען מען חלילה נשפע ווערן פון זייערע דיעות כוזבות, איז קיין פראבלעם?

פילע היימישע יונגעלייט זענען שוין דארט נסמך געווארן אלס אקאונטענטס און ארויסגעגאנגען מיט סערטיפיקאטן אין פארשידענע מקצועות, און האבן געהאט א געוואלדיגע טובת הנאה פון זיי. און זיכער שפורן זיי א דאנקבארשאפט און זייער הארץ ווערט ליידער נאכגעשלעפט צו טראכטן אז זיי זענען פיינע ערליכע אידן וואס אין אמתן דארף מען זיי פיינט האבן בתכלית צוליב זייערע פארראסטעטע כפירה'דיגע מוחות.

וואס מיינט דער עולם? און האט שוין איינער אמאל געהאט א מחשבה זרה צו גיין לערנען אין זייער קאלעדזש? איז אפשר בכלל דא צו טרעפן א היתר דערצו?

אביסל אינפא:
http://college.lnfo.org/Aff/?partner=1007&source=190381&nms=1&pop=1&key=ov-nms&kid=OVR0005491553

עפשטיין » 1/12/2005 05:10

וואס איז שלעכט מיט מכון לפרנסה מיט אנדערע היימישע פלעצער ווי מען קען זיך לערנען א פאך?

knowit_all » 1/12/2005 06:07

Machon L'Parnasa is part of Touro College, so it has the same halacha

tzvibp28 » 1/12/2005 06:36

טורו קולג' איז לכאורה ערגער ווי קאופ ווייל די ציונות איז דארט סך שטארקער, און אויך איז עס גע'אסר'ט געווארען פון אלע גדולי ישראל, דאך לערנען דארט גאר אסאך סאטמארע יונגעלייט, והי' לפלא!

Baachi » 1/12/2005 08:36

רבותי

הרחק מן הכיעור ומן הדומה לו

איך קען ליידער עטליכע היימישע יונגעלייט, וואס האבן אנגעהויבן צו שמעקן אויף די מקומות, אין זענען נהפך לאיש אחר, ממש נישט צו דערקענען, זיי זענען לא עלינו געגאנגן פארדינען א כשרען דאלער, אזאך וואס איז געאסערט געווארן דורך וגו' וגו'

עד כדי כך האט דאס דערגרייכט אז איינער פון די יונגעלייט וועלכער איז א בנש"ק מכמה צדדים
אין זיינע ברודער גייען מיט שיפע טאשן, און דער שוטה האט ממש בידים געקענסעלט זיינע פיי סאמעכס

עד היכן הדברים מגיעין

אל תרב אל פתח ביתה!

kutchma » 1/12/2005 18:00

באטשי, נו זעהסטו שוין כוחו של אותו זקן? טאקע א בכי' לדורות.

ליכטיג » 2/12/2005 18:18

עס איז דא גענוג סאטמארער אינגעלייט וואס לערנען אין קאופ.

פארוואס נישט?

אז די וועסט מאכען א שטינק וועלן די ראדיקאלע טרעפן אויף נאך גראדע ווענט צו קריכען, אבער עמך ישראל צריכים פרנסה, אין מען טוט וואס מען דארף.

אלעסאמת » 2/12/2005 18:28

I know a heimisha yingerman who goes there, but he still speaks Yiddish and still has a kapel.

Baachi » 2/12/2005 18:59

אלעסאמת

pictures please

kutchma » 2/12/2005 21:13

יא, ער מיז אוודאי זיין א יוצא מן הכלל.

דיפלאמאט » 4/12/2005 05:56

מען האט דא אריינגעדרייט דעם ענין פון גיין אין קאלעדזש ר"ל, וואס איז א ענין בפני עצמו.

איך האב זיך באצויגן איבער דעם געפערליכן פראבלעם וואס האט זיך אריינגעכאפט ביי אידן וואס ווען זיי הערן דאס ווארט "אגודה" ווערט זיי איבלדיג. וואס דף היומי איז ביי זיי ערגער ווי כל התורה כולה, ווייל מען קען זיך חלילה נאכשלעפן נאך די כת. און פלוצלינג ווערט פארגעסן די פייערדיגע תורות פונער רבין ז"ל איבער כח הפועל בנפעל?

וואס קען זיין א גרעסערע השפעה אויף א מענטש ווי ווען דו האסט הנאה פון זייערע מוסדות און דו באקומסט דורך דעם א מכובדיגער פאך?

*******

און אז מען האט שוין בארירט דעם קאלעדזש נושא וואס פארדינט א באזונדערע אשכול, וויל איך נאר צוגעבן מיין אויפברויז אויף ר' משה דוד נידערמאן וואס האט אנגעפירט א געפערליכער קאמף אויף טורא קאלעדזש וואס האט שוין געהאט גרייט א בנין אין וויליאמסבורג, וואס וואלט געקענט פארשפארן פון פילע אחינו בני ישראל זיך צו דארפן שלעפן אויף די טריפה'נע באנען און זיך וואלגערן שעות ביז זיי טרעפן זיך אין פלעטבוש ביי איינע פון זייערע קעמפוסעס. און אלעס ווייל ער האט געוואלט אויפבויען זיינע קלעסעס (וואס האט גראדע גרויס הצלחה)

זעט אויס אז וויליאמסבורג איז נאכנישט געווען גרייט דעמאלט.

תוקן על ידי - דיפלאמאט - 04/12/2005 5:58:35

shia550 » 4/12/2005 21:11

א שיין ווערטל אבער דך יומי מיט אלע גרויסע מעלות איז א סימבאל פון אגודת ישראל.

קיינער זאגט נישט אז יעדע זאך וואס זיי טוען איז חזיר טרייף

kutchma » 4/12/2005 21:32

דיפלאמאט, ווען איז געוועהן די מעשה מיט נידערמאן אין טוראו?

אגב, די אגודיסטישע טוראו קאלעדשז וואלט, לדעתי, קיין קיום אין וויליאמסבורג נישט געהאט.

דיפלאמאט » 5/12/2005 01:25

לויטן יסוד פון כח הפועל בנפעל איז דאס לכאורה א פראבלעם.

טורא האט געהאט א ריזיג בנין אויף סאוט 9 סט. וואס האט געהאט א טעוועלע מיט זייער נאמען. איך מיין אז זי האבן דאס שוין פארקויפט. בשעתו האט וויליאמסבורג "געשטורעמט" קעגן די געפערליכע פירצה אין חומת הדת וואס זיי האבן געוואלט אריינברענגען בתוככי וויליאמסבורג ר"ל. הלמאי מען גייט אויסלערנען אידישע קינדער צו ארבעטן ווי נארמאלע מענטשן?

אונטער דעם איז געשטאנען UJO וואס האט געהאלטן אינמיטן אויפשטעלן זייער אייגן כמו-קאלעדזש, וואס גייט אן מיט א פעסטקייט

kutchma » 5/12/2005 02:20

כמו קאלעדשז? זיי געבן דאך קורסען וויאזוי צו זיין קאנסטראקשען פארמען אין וויאזוי צו באקומען סי די על לייסענס. דאס איז דאך א געהעריגע יוניווערסיטי. די IVY LEAGUE פין אידישע לערן ערטער.