יעדער מענטש מיט זיין פאסטן
34 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1695156
אל כבוד כל החבירים, כאו"א בשם הטוב יבורך הי"ו
איך קום דא אריין - אמת, אלטס גאסט - און איך פרוביר זיך מצמצם זיין, זיך צוצושטעלן צו יעדעם מיט זיין טיטל, און איך ווער פארלוירן. דער איז א וואסער טרעגער, דער א האלץ האקער, ער א דיין, און דער אלטס יושב ראש וכו' וכו', שוין באלד נישטא קיין מענטשן וואס זאלן דינען אלטס "עולם"!!...
מיין בקשה איז צום מנהל, צו צו יעדן וואס האט א מינוט צייט, ווער קען מאכן א אשכול און זאל שטיין פשוט, טריקן און פראסט:
יענקל - דער זינגער
משה - דער בדחן
יגר סהדותא - דער פארפירער... נישט קיין חילוק, אבער נארמאל, איינער קומט אריין און בעט א גלעזל משקה פונעם וואסער-טרעגער, און ער טרינקט דאס אויס, און שפירט אז ס'איז בלויז וואסער... איר ווייסט וואס ער קען נאך טוהן? ער קען נאך מיינען דא טיילט מען וואסער און דער עולם מאכט זיך פלעין שיכור, ער וועט קיינמאל נישט אנהייבן צו באגרייפן אז דער ריינער אמת איז אז "יעדער" איז עכט שיכור...
מ'קען אויסמעקן מיין אשכול, אבער ערגעץ זאל זיין א "קלארער ריפארט" פון יעדעם'ס פאזיציע. יישר כח
ביי
גלעד;
מיר מעקן נישט קיין אשכולות, אויסער אויב עס ענטהאלט עפעס וואס איז אקעגן די תקנות (וואס איר קענט געפונען ביים דבר המנהל).
הגם עס איז שוין געווען אמאל אן אשכול פון אלע טיטלען און מיטלען פון די מיטגלידער דא, אבער היות אסאך פון די מענטשן און / אדער טיטלן האבן זיך שוין געטוישט, וועל איך פרובירן אראפגעבן א שטיקל באריכט.
איך וויל זיך אנטשולדיגן פאר אלע חשוב'ע מיטגלידער וואס איך געדענק נישט אויף די רגע זייער ניק און / אדער טיטל. די ליסטע איז נישט קיין פולקאמע, און ווארט צו ווערן ערפילט דורך די חשוב'ע קאלעגעס מיינע.
* *
קרעטשמער = ארענדער
(אונטער דעם ניק שטייען אלע חברי ההנהלה)
בן הרחמן = סעקרעטאר
פענסטער / נאט-טו-ביזי = מנהלי משנה
יענטאאש = ראש הקהל
זארעכפעפער = ראב"ד
התאחדות = מו"ץ
חיים חייקל = וואסער טרעגער
נחמן נטע = האלץ האקער
נאטורליך = פראטאקאלירער
יאנאש = סארווירער
גראף = גראף
יין שרף / שנאפס / קאניאק101 / פארברענגן = פארשידענע ערליי געטראנקען
סושי123 / סעמאן פיש = פארשידענע ערליי עסנווארג
לאוולי = מואווי איבערקוקער
מפוקל = מגיד שיעור (מחמת ענוותנותו לערנט ער נאכנישט פאר קיין שיעורים).
וועם האב איך פארגעסן?
יאך האב שטענדיג געמיינט
אז איך בין דער קוימען-קערער דא
יישר כח
יעצט שוין מיט א ציטערדיקע שטימע... ווי אזוי באקומט מען דא א טיטל?.. .. .... ...
konyak
[בילד – נישט אפגעהיט]
אויף ביזדערווייל:
יגר סהדותא = גאסט
יעצט ברויכט איר ווארטן אין די ליניע, די "טיטול" קאמיטע ארבעט אויף יעדן נאמען און טיטל באזונדער, דער פראצעדור איז א לאנגער, מען ברויך באשטעטיגט ווערן פון מינימום צוויי פערטל פון די חברי הנהלה.איך וואלט געהאלטן אז יגר זאל זיין דער עדות ביי די חופות וכדו'.
מ'דארף נאר זוכן נאך איין עדות, און דאן זענען מיינע געברויכן ערפילט, עטץ ווייסט דאך וויאזוי איך קוק אויס אלע מאל ווען מ'דארף האבן עפעס אן עד ביים בעסדין, ווי יאך מוטשע זיך צו געפונען צוויי כעוורע וואס זענען קאשער לעאיידיס, ראוו אוילעם איז שיקער וואו לאט, אבער יאך מיין אז דער ערנסטער יגר וועט זיך נאר אנטרונקען מיט די משקה פון חיים חייקל, מ'דארף טרעפן נאך אזא איינעם.
יאך האף איז אונזער קוימען קערער דער מנהל משנה עט מאתקים זיין צו מיין פארשלאג.
אין א פרעצעדענטלאזע שריט האט די קאמיטע אונטער פארשלאסענע טירן איינשטימיג באשלאסן צו פארלענגערן די היינטיגע סעסיע כדי אז אונזערע חשוב'ע געסט וועלכע איילן זיך אהיימצוגיין צו זייערע שטובער זאלן שוין קענען היינט באשטעטיגט ווערן און נאמינירט ווערן צו זייערע חשוב'ע פאזיציעס.
דער יושב ראש האט פארגעשלאגן דעם נאמען "גאסט" פאר אונזער נייע און חשוב'ע גאסט "יגרסהדותא", ביזדערווייל זענען דא צוויי "יעי'ס" און קיין "נעי'ס". מ'ווארט אויף די באשלוסן פון די איבריגע חברי ההנהלה.
פון מיר האט מען פארגעסן?! אזוי שנעל?!
ניני, מען האט אפילו פון דיין עלטער זיידען פארגעסן... נעם דיר נישט צום הארצן, ביסט נאך א אינג קינד... וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין.
פון מיין זיידע זאל רוען האט מען פארגעסן?!
אלע ווענט זענען דאך באהאנגען מיט זיינע בילדער?!
התאחדות;
אזויווי כ'האב דיר שוין געזאגט אין פרייוועט, אז כ'דארף האבן דריי טעג צייט מיך איבערצוטראכטען, סאו זאלסטו מיך דערמאנען שבת איבער דעם. אקעי? (קיי)
ניני;
ווילסט אפשר ארויסקומען אין האלוועי, כ'דארף מיט דיר האבן א פריוואטע געשפרעך.
יגר;
אייגענטליך האסטו שוין באקומען א טיטול, אבער אויף דיין פראגע וויאזוי מ'באקומט דאס, העל איך דיר יעצט ענטפערן בקיצור נמרץ, און נאר אויף א חלק פון זיי.
חיים חייקל איז געווארן וואסער טרעגער ווען מנחם מענדל האט אזוי באשלאסן, און אזוי אויך נחמן נטע אלץ האלץ-האקער.
זארעך איז אונזער ראב"ד, ווייל ער האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין אונזער גרעסטע טאלמיד כאכעמ.
התאחדות האט זיך אליינס דערקלערט אלץ מו"ץ.
יי"ש שנאפס וכו' איז פשוט, און אזוי אויך סושי וסעמאן פיש.
THAT'S IT FOR NOW
גיוואלד צום וויפילטן מאל וועל איך דיר דאס זאגן אז ערעב זארעכ האט מיר אויפגענומען אלץ דאיען, עוורי טינג האט א שיעור
ר' קרעמער
א שיינער דאנק פאר די stigme פראטאקאלירער?! what a name
נאטורליך;
דעם טיטל האסטו שוין באקומען און זיך שוין באדאנקט דערויף מיט עטליכע חדשים צוריק. זעהט אויס אז די דאגות פון די נייע דירה מאכן פארגעסן אנדערע אומוויכטיגע דעטאלן...
סאכדעס;
יאך האב דיר שוין יעמאלטס גענטפערט אויף דעם, איך ווארט נאך אלץ אויף אן אנטווארט פון דיר.
CHECK IT OUT
ניני
פון דיר האט מען נישט פארגעסן ! דיין טיטל איז שוין געגעבן געווארן
ניני = ביק
אזוי ווי אלע קהילות פארמאגן פון אלע סארט, אויך ביי אונז זענען דא טשאווארגאס, ביקעס, שטריק, און באמעס.
שיעור פארגעסן, יגר :
איך גישמאקער בין סתם פון די עולם אן קיין טיטל
געשמאקער;
דערמאנסט מיר פון א געוויסע אדמו"ר וואס ווען מען איז אים געקומען דערציילן אויף געוויסע בחורים אז מען האט זיי געכאפט ביים מחלל שבת זיין, האט ער זיך אנגערופן: נו, וואס מיינט איר, איך וועל מיר גיין בארגן "שבת גוים" ביי ...(אן אנדערן רבי'ן)? מיר האבן אלעס אייגנס!
אז מ'דערלעבט - מען דערלעבט... מיר האבן שוין אייגענע ביקעס.
מיטן היטל אויפגעהויבן: יישר כח עוורי-באדי !!
אלטס הויכגעשעצטער "גאסט", א טיטל וואס מ'באקומט נישט גרינג, כפי עדותו של "מר. קרעמער", וויל איך צו מיין איינציג'ס דרשה מאכן א מחאה!!
ווי איז דער כבוד התורה?
ווי זענען די רבנים?
איך קוק מיך אום אינעם פורום, שיינט צו זיין א "העפליכע [העסליכע] אטמאספארע" מ'נעמט אויף מענטשן, מען שיכור'ט זיי אן, און מ'פירט זיי אהיים...
איז ווי קען געמאלט זיין אז אזא איינער ווי "קרעמער" פארמאגט נישט קיין איין טיטול?
דאכט זיך מיר אז ער האט דאס מערסטע דא געשריבן, דו אלע "ערנסטע לצנות" וואס קומט דא פאר, איז עפ"י רוב ארויס פון זיין פעדער... און גארנישט, קיינער מאכט זיך נישט וויסענדיג?
מיט אזעלכע חסידים ווער דארף מתנגדים?
מיין רוף פון טיפן הארץ איז, אנערקענט און זייטס מודה, אז ס'פאסט נישט פאר א "קרעטשמע" אזוי זיך אויפצופירן...
דא איז נישט עפעס סתם א הייד-פארק, סתם א פורום, דא רעדט מען פון "כבוד קדושת קרעטשמע" אליין'ס, אזוי זיך אויפצופירן??
//// קרעמער: דו דארפסט יעצט שפילן עניוות, דו זיי יעצט שטיל, דער עולם דארף זיך יעצט קלאפן "על חטא"...
אאאאךךךךךךךך איך האב אינגאנצן פארגעסן, דא איז נישטא קיין עולם... ...
יאגעלע = שיכור
אז מ'רעדט פון סתם עולם בין איך דא
יגר מיין קאזין;
דו מאכסט א גרייז, קרעמער האט זיך אליינס אראפגענומען זיין טיטל = ארענדאר, און עס אוועקגעגעבן בחינם און לשם מצוה פאר דעם ארימען קרעטשמער.
מיר אלע אלטגעזעסענע דא געדענקען נאך גוט ווען קרעמער איז איין גרינעם מיטוואך אנגעקומען און פארשיקט הוטקה ערגעץ אין די הרי חושך, און דאן האט ער איבערגענומען די מאכט און אנגעהויבן מיט טיטולירן יעדן איינעם כפי ערכו.
סאו, סיז בכלל נישט קיין חילוק וויפיל מען שרייבט דא אדער וואסערע לעוועל פון ליצנות מ'טרייבט.
האסט אטיטל ביסטו עפעס ווערט ,
אז נישט נישט.
קרעמער;
שפיל נישט קיין עניוות יעצט, מיר האבן דא צוטין מיט עפעס א נייע אנשיקנעש דא, קודם דער גראף יעצט ער, לאמיר מאכן פון די חברה פאטעטע סעלאד.
תוקן על ידי - אומדירעקט - 01/12/2005 19:16:13
האסטו דירעקט אדער 'אומדירעקט' אויסגעמעקט וואס דו האסט דא געשריבן?
יגרסהדותא;
נישט אומזינסט האבן די קלוגע לייט געזאגט: א גאסט אויף א ווייל זעהט א מייל!
געשמאקער;
וויאזוי וועט הייסן די פאטעטא סעלעד? "יגרסהדותא-גראף" סעלעד?
בורא פרי האדמה - און מ'האט אינזין צו פטר'ן די מרור... דאס גייט מען מאכן אויף די פאטעטע סאלאד.
איך שטיי שוין דא וויל איך פרעגן פון "גראף" צו ער איז צופרידן מיט זיין נייע חבר? ...
גראף גראף גראף ווי ביסטו???
יגר;
מען קען זען אז דו ביזט א נייער דא, ווער עס דרייט זיך דא אביסל ווייסט גאנץ גוט אז 'קרעמער' איז אליינס א טיטול. און א גוטער טיטול.
איינער האט מיר דא געזוכט?
יא איך.
און א טיטול פאר מיר? הא? האט אפשר עמיציר.??
דבר אחר איז גוט?
(נאו אפפענס)
בלית ברירה וועל איך מסכים זיין אויף דעם.
און פאר מיר?
חרעמער
אדער לא יוצלח
שנאפס, אייזן גענטפערט
יעצט פאר מיר?