ברוך הבא כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א
65 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1694414
היינט באקומען ענוויטעישאן אויף די פאסט
ערשע זייט
[בילד – נישט אפגעהיט]
צווייטע זייט
[בילד – נישט אפגעהיט]
מער גייט ער נישט קיין ווילאמסבורג אויף שבת
ער איז פארא יאר יא געווען.
ער טוישט ארום יעדעם יאר די מקומות.
תוקן עקב טעות כתיב
תוקן על ידי - לבטיג - 30/11/2005 23:55:20
אויב ער וועט נישט זיין אין וויליאמסבורג אויף א שבת היי יאר, איז דאס די ערשטע מאל זייט ער איז געווארן רבי.
און דאס איז א קלארער פליק פאר יצחק ראזנבערג און פאר די ארוינים אין וויליאמסבורג.
וויפיל אידן לערנען דעם דף הקילה?
נאכן פליק וואס יצחק האט באקומען אומדירעקט אין לאנדאן
קען שוין אלעס פאסירן
ווי איך פארשטיי האט דער תוא"י רבי גאנישט מיט די גאנצע פראבלעימם ביי אונז אין סאטמער
לדעתי האט ער נישט גענומען קיין צד און ער איז גוט מיט ביידע צדדים
ולונדון יוכיח וכהנה וכהנה
ער איז די ערשטע יאר איינגעשטאנען ביי ראזענבערג
במילא האט ער נישט געוואלט משנה זיין
כאטשיג היינט קען ער האבן אסאך אנדערע אכסניות
איך כאפ נישט דעם פליק פון לאנדאן.
אפשר וואלסטו דאס מער מסביר געווען.
און נאכאמאל, אז ער קומט נישט אין ווילי איז דאס א פליק פאר יציק'ן און פאר אלע ארויניס.
דאס איז זיכער אז ער זוכט נענטער צו ווערן צו די זאלי פארטיי.
ער איז פאר צוויי יאר צוריק אויך נישט געווען אויף א שבת אין ווילי, ער קומט נישט יעדעס יאר.
NEW YORK FRIENDS ???
ס'קוקט אויס ווי איינער לויפט דא פאר "פרעזידענט" אז ער האט "פרענדז" וואס שיקן אינוויטאציעס....
איך הער אז עס קומט א דערהויבענער שבת... נועם הנשמות!..
שמעק
נעמט איין נאך א שמעק טאביק וועט איר אפשר פארשטיין
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוא"י רבי שליט"א איז נישט קיין מענטש וואס זיכט איינעם ווי צי טין, ער האט אויך נישט גיוואלט וויי טין זיין אלטע בעל אכסניא, איז ער ציריק געקימען צי אים,
פאראיאר האט ער געזאגט פאר א נאנטען אז עס טיט אים וויי אז ער האט פארשאפט עגמת נפש פאר יודן,
אפשר איז דאס די סיבה פארן נישט קומען דאס יאר,
,
[בילד – נישט אפגעהיט]
לויט ווי איך הער איז געווען א געוואלדיגע שבת און לעיקוואוד. בפרט ביי דעם ניגון שבח יקר וגדולה ווי דער רבי האט געטאנצען ביז אפיסת הכוחות
בארא פארקער יודען קוקען שוין ארויס אויפן שבת און לאמיר האפן צום אייבערשטען אז אין בארא פארק וועט דער רבי אויך אזוי טאנצען ביז אפיסת הכוחות
יהא בואו לברכת להרמת קרן התורה והחסידות
און מאכן א באנטש קעש!!!!!!!!!!!!!!!!!
לויט ווי עס קוקט אויס, האט דער תוא"י רבי שליט"א זיך דערזען מיט אן ערנסטן פראבלעם.
מיט 4 יאר צוריק האבן זיינע מקורבים אים פארקויפט אז ער קען רואיג קומען ווייטער קיין וומס"ב און איינשטיין ביי איציק ראזענבערג, און ער וועט גארנישט דערלייגן. למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט נעבעך יא דערלייגט. אמת, יענעם יאר ווען ער איז געווען שבת אין וומס"ב האט ער געהאט א גרויסן עולם ווי עס גייט ביי א מערכה. אבער א יאר דערויף — תשס"ג — האט ער שוין געזען דעם בראָך.
דערפאר איז באשלאסן געווארן אז תשס"ד וועט ער נישט קומען קיין וומס"ב, און אנשטאט גיין קיין לעיקוואוד.
פאריגעס יאר האט זיך איבערגעחזרט דאס זעלבע ווי תשס"ג ווען עס איז געווען א קליינער עולם ביים טיש.
דאס איז לאר אז דער תוא"י רבי שליט"א האט זיך שוין דערזען אז ער איז אריינגעקראכן אין א בלאטע, אזוי ווי ער האט זיך אויסגעדריקט פאר איינעם פון זיינע חסידים אין לאנדאן פארגאנגענעם זומער. דאס איז טאקע געווען די סיבה פארוואס ער האט געקענסעלט א באזוך אין הויז פון משה ארי' פריינד, איידעם פון ר' ישעי' וואלף לעוו, הערנדיג אז יענער איז אריין בערכאות של עכו"ם קעגן די הנהלת מוסדות סאטמאר אין לאנדאן. דער תוא"י רבי שליט"א איז שוין געזעסן אין קאר, און הערנדיג פון דעם, האט ער געהייסן זיך צוריקדרייען און אפגערופן יענעם באזוך!
עס איז קלאר אז ווען ער זאל וויסן מיט 4 יאר צוריק אין וואסערע בלאטע ער טרעט אריין, וואלט ער מוותר געווען אויף וומס"ב. (איך פארשטיי אז ער קען נישט וויי טאן א איד מיט'ן טוישן זיין אכסני', דערפאר וואלט ער לכתחילה אן מוותר געווען אויף וומס"ב).
לויט ווי איך האב געהערט איז דער אויסשטעל פון שבתים תלוי און די הנהלה און שלוחים וואס קומען דא ארויס צו מאכן דאס געלט זיי וועלן אויס ווי צו גיין
און אזוי ווי דער תוא"י איז נאר דא דריי שבתים און מען קען נישט גיין יעדעס יאר צו 6 מקומות האבן די אנפירערס מחליט געווען אז יעדן צווייטן יאר וועט מען זיין און א אנדערן מקום און לעיקוואד און פלעטבוש איז ער געווען פאר צוויי יאר צוריק גייט ער יעצט נאכאמאל
אי"ה קומענדיגן יאר וועט וומסב"ג זיין איינע פון די שבתים, און לכאורה נישט באראפארק ווייל מען גייט אי"ה דעם יאר
רבותי!
יעדער מעג ווייסן, אז מצד ר' שמואל יעקב וואלט מען שוין לאנג נישט געהאט די אכסניא ביי יצחק ראזענבערג
דער גאנצער וואס שטופט און פארלאנגט און צווינגט ר' שמואל יעקב איינשטיין ביי יצחק ראזענבערג, איז נישט קיין אנדערער ווי דער "זקן המוהלים" ר' מאיר בראנסדארפער.(וועמען די אהרונים האבן שוין געמאכט 4 טיי-אווענט פאר עם פאר זיינע קינדער, פאר זיינע אייניקלעך, די פאריגע וואך ביי ישראל מאיר ר"ב).
בקיצור הימל מיט ערד און תוא"י
יא יצחק נישט יצחק
יא וומ"ס נישט וומ"ס
דער רבי וואס האט לכאורה געהאט נאר 10 מענטשן איז געווארן א וועלטס רבי מיט מעריצים און חסידים
איבער דער גארער וועלט ווי הונדערטער אידן האלטן מיט דעם דף הקהילה ווי מען גייט שוין ענדיגן מסכת בבא קמא
יא טאקע דער תוא"י רבי וועט אי"ה קומען קיין ווילאמסבורג
און דאס מאל אזוי ווי פאר צוויי יאר צוריק נישט אויף א שבת
וויליאמסבורג ברענגט נאך אלץ אריין איבער מאה אלף א יאר פאר תולדות אברהם יצחק לאו דווקא פון סאטמערע יודן
יוסף90 (אה עע--- איך מיין פעשי)
פון ווי נעמסטו אז דאס האט צו טוהען מיטן זקן המוהלים?
לויט דיר האט דאך משה גבאי א פשוטע עצה ער זאל מאכן אפאר טיי אווענט פאר זיינע אייניקליך און דער זקן המוהלים וועט מאכן זעכער אז מען גייט מער נישט צו יצחק ר"ב???
רבותי!
איך מיז דא מוחה זיין אויף יוסף 90 וואס האט מבזה כ"ק הגה"צ פוסק הדור רבי מאיר בראנסדארפער שליט"א חבר בדי"צ העדה החרדית.
וואס כידוע איז היינט רבי מאיר שליט"א די שטערקסטער פוסק און קאנאן ביי די עדה החרדית.
ווייל הגה"צ רבי מאיר וויל זיך נישט ברעכן צו טעראר מאשין פון בן פראדל, זאגט אים כלל ישראל און די טויזענטער סאטמאר חסידים חזק ואמץ!
און דאס אז ער איז ווי א גירא בעיני דשטנא ביי די אינשי דלא מעלי, איז עס ב"ה א געוולדיגער זכי'!
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 07/12/2005 1:19:48
שור שנגח, נאך א מזל איינער נעמט זיך כאטש אן אויף היידפארק פאר'ן זקן המוהלים
איך בין מוחה אויף פעשי און אויך אויף איחוד.
הגה"צ ר' מאיר בראנסדארפער איז פון די רבני העדה החרידית און זיי זענען די פראנט ליניע פון די מלחמה לה' בעמלק מיט די קליפה הציונות וואס איז דער נסיון פונעם דור, האפענטליך דער לעצטער דור פאר ביאת משיח צדקינו.
יעדע ליצנות אויף די עדה החרידית ורבניה שוואכט אפ די מלחמה און שטארקט דעם חרון אף אויף די וועלט, עס איז דא פארשידענע מערכות אין אידישקייט און פארשידענע נסיונות פארען דור בעיקבתא דמשיחא, אבער בראש וראשון די וויכטיגסטע נסיון בייצוקומען איז די קליפה הציונות וואס איז כפירה בשכר ועונש און כפירה בביאת המשיח.
מען טאר נישט שוואך מאכען די מלחמה אויפען חשבון פון אן אנדערע מערכה פונעם יהדות החרידית אפילו דער אנדערער מערכה איז אויך וויכטיג, אבער הכל בתר רישא גרירא די ערשטע זאך איז אז דער מח זאל זיין ריין און אויסגעהאלטען מיט די אמונה טהורה.
שור איז אויך נישט גערעכט, פאר זיינע פארטייאישע אינטערעסען ווערען נאך נישט אלע רבני העדה החרידית קלענער זיי זענען פונקט אזוי שטארק און אפשר נאך שטערקער ווי הגה"צ ר' מאיר.
אבער דאס אלעס איז נישט משנה דער עיקר איז מען דארף מחזק זיין די עדה החרידית ורבני' אפגעזעהן פון פאליטישע אנשויאונגען און מען דארף צומאל פארקוקען אפילו אויף עוולות מצידם פאר די וואוילזיין פון די מערכה קעגען ציונות, איבער הויפט ווען מען קען זיי דן זיין לכף זכות אז זיי זענען פון דערווייטענס און ממילא פארשטייען זיי נישט און באגרייפען נישט וואס עס גייט אלץ פאר דאהי אין אמעריקא.
תוקן על ידי - drynitz - 07/12/2005 2:09:25
Toldos Avraham Yitzchak Rebbe forced to the outskirts of Williamsburg
WILLIAMSBURG, BROOKLYN (HN) - The Toldos Avaraham Yitzchak Rebbe was forced to settle for a rental in the outskirts of Williamsburg for the reunification Shabas ceremonies. No one in Williamsburg was willing to rent to him out of alliance with the Zalmen team or out of fear of retaliation from Zalmen's men.
Toldos Avraham Yitzchak, along with its leader, the Rebbe, allied itself with Aharon when the Zalmen/Aharon fight broke out. He is therefore rejected by predominantly Zalmen Williamsburg. The Toldos Avraham Yitzchak Rebbe's brother, the Toldos Aharon Rebbe, is allied with the Zalmen team. The two brothers are bitter foes, ever since their father -the former Toldos Aharon Rebbe- passed away
.
.זונטאג קומט פאר א גרוסע הכנסת ספר תורה פארן בארא פארקער תולדות אברהם יצחק בית המדרש
תוקן על ידי - jewboy - 07/12/2005 23:03:04
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער תוא"י רבי גייט פירן דעם שבת אין קלויזענבורגער מיידל סקול "בית אסתר"
אויף 1353 50 סטריט
צוליב אומנארמאלע שטרויכלונגען פון די שטאטישע אינסטאנצן
און כדי איינצושפארן די גרויסע קאסטן פון בויען דעם שאטער
און לשבחו פון קלויזנבורג דארף ארויס געברענגט ווערן אז טראץ וואס זיי האבן געדארפט מאכן א שמחה דארטן האבן
זיי אריבער געפירט זייער שמחה ערגעץ אנדערש
א גאנצע שבת וועט זיין דארטו די תפילות ועריכת השלחנות ביי 1353 50 סטריט
חוץ דאווענען שבת אינדערפרי וועט זיין ביי מתיבתא דגור אויף 14 עוו
איך בין נישט מבזה ר' מאיר, איך האב נאר דערציילט א פאקט.
דער טיטול "זקן המוהלים" האבן זיינע מעריצים פארשפרייט אין גאס, אזוי אז איך מיין אז עס שטערט עם נישט.
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
-
תוקן על ידי - glickman - 08/12/2005 5:48:25
[בילד – נישט אפגעהיט]
כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א אין קווינס, נ.י.
עם הגאון רבי נח אייזיק אהלבוים, שליט"א, אב"ד הומנא - פון קווינס
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
תוקן על ידי - קומפוט - 08/12/2005 15:15:52
[בילד – נישט אפגעהיט]
כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א משתתף בשמחה נכדת כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג זצוקללה"ה
[בילד – נישט אפגעהיט]
2
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
באריכט פון שבת אין בארא פארק וואס איז פארגעקומען און אין "בית אסתר" קלויזענבורג זאל אויף 50 סטריט
ווי הונדערטער געסט פון איבער גאנץ ניו יארק זענען געקומען מיט האלטן א געהויבענעם שבת זיך מסתופף צו זיין דעם שב"ק בצל כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א
דער רבי איז פרייטאג פארנאכט ארום 4:15 אריינגעקומען צו מנחה. ער האט געדאווענט מיט א גרויס התלהבות כדרכו בקודש,
ווען דער רבי האט מיט א פייערדיגע שטימע כשאגת הארי פארגעזאגט די פסוקים פון הודו ווי ער
ארום געגאנגען פין איין זייט ביהמ"ד צו דער אנדערער.
צו מנחה איז צוגעגאנגען הרה"ג רבי אברהם אייזען שליט"א חבר הנהלת המוסדות
ביי מזמור לדוד איז געווען א געוואלדיגע התעוררות ביי בואו בשלום האט ער געמאכט
ריקודין כדרכו ווען כ"ק אדמו"ר מתוא"י שליט"א האט זיך אויף זיין פלאץ אויסגעדרייט צו מעריב זייט, און זיך גענומען טאנצן לכבוד שבת המלכה, מיט א שטארקן דביקות, און אויסטערלישע כוחות לויטן ווארימען ניגון, אריינפירענדיג דעם גאנצן עולם אין א שטארקן עקסטאז.
ווי דער גאנצער זאל טרייסעלט מיט, און דער רבי שליט"א טאנצט און פאכעט מיט די הענט אינדערצייט וואס ער טאנצט פון רעכטס צו ליקנס, און פון צפון צו דרום, ביז ער שטעלט זיך אפ נאך פופצןמינוט פון פייערדיגע טענץ, און די דאווענען איז ממשיך ביתר שאת.
דער ריזיגער ציבור וואס איז געקומען צום דאווענען זענען ארויף אויף די פארענטשעס אזוי אז יעדער האט געזעהן און מיטגעהאלטן די פלאמעדיגע ריקודים,וואס האט אנגעהאלטן א לאנגע צייט, שליח ציבור איז געווען דעם רבינס שוואגער דער זיטשויבער רבי שליט"א פון בארא פארק
נאכן דאווענען איז דער עולם אריבער זאגן גוט שבת וואס האט גענומען איבער א שעה.
צום טיש איז דער רבי אריינגעקומען 8:30 אין געפירט פאר איבער 6 שעה ביז בערך דריי אזייגער,
עס איז געווען א א ריזן עולם, וואס בארא פארקהאט שוין לאנג נישט געזעהן, עס איז געווען פון 3 זייטן 9 שטאק פרענטשעס געפאקט מיט יונגעלייט עלטערע אידן און בחורים פול פול עד אפס מקום, עס האבן געשטורעמט מענשטען פון אלע זייטן ...
ספעשיל שיין זענען געווען די ריקודין של מצוה שבת קודש. געזאגט תורה דריי מאל, מתובל מיט מעשיות פין תלמידי בעל שם, אין משפיע געווען ברכות און עשירות פאר כלל ישראל.
ביים טיש זענען געווען קרוב צו 1800 אידן . . מנוחה ושמחה האט געזונגען החסיד המלחין לבית וויזניץ ר קלמן שטעקל שליט"א, וואס האט אויך פארגעזונגען צור משלו אכלנו , און מה ידידות האט געזונגען הרב מענדל וויס שליט"א.
דער רבי האט געפלאמט מיטן עולם ספעציעל ביי קה רבון עלם און צמאה נפשי און שבת קודש
קרוב צו שלוס פון טיש איז דעווען א גרויסע התעוררות זינגענדיג צוואנציג מינט דעם ניגון "ישמחו במלכותך"
ביים ענדע פון טיש ארום 2:30 די געוואלדיגע ריקודים פון האדרת והאמונה וואס בלייבט איינגעקריצט אין זכרון און עס ליגט נאך אין די ביינער
תוקן על ידי - babyfish - 11/12/2005 20:20:57
ווער האט געזונגען שבח יקר?
די וואך מיטוואך קומט פאר די גרויסע "טיי אווענט" לטובת די הייליגע מוסדות די שומרי משמרת הקודש תולדות אברהם יצחק אין ווילי, אין שטוב פון הרבני החסיד דער תורה מעצאנאט רבי יצחק ראזענבערג שליט"א, וויצע פרעזידענט דקהל יטב לב דסאטמאר ווילי, ווי טויזנטער אידן וועלן קומען און זיך משתתף זיין און מחזק זיין די לוחמי מלחמת ה' ברמה!
יא הרב ליכטיג
איך האב פארגעסן זייער א חשובע פרט
כ"ק אדמו"ר מקאסאב הרה"ג רבי שרגא האגער שליט"א
האט מיטגעהאלן ביזן סוף טיש
און ער האט טאקע געזונגען שבח יקר
יעצט באקומען די שלש סעודות תורה פון תוא"י רבין
http://s38.yousendit.com/d.aspx?id=0AS23SMY59P0T3HGTZDMN17L32 ער רעדט מוראדיגע ווערטער וועגן אינטערנעט
ווער ווייסט ווי לאנג בלייבט נאך דער תוא"י רבי און בארא פאר??
די לינק פון די שלש סעודות תורה ארבעט נישט
איחוד, איך האב עס נעכטן נאכט געהערט
אגב איז עס די ערשטע מאל איך הער אים און ער זאגט גאנץ גוט
די "אברכה" איז ביוטיפול
דא האט איר א לינק פון די שלש סעודות תורה
You can click on the following link to retrieve your file. The link will expire in 7 days
and will be available for a limited number of downloads.
The Toldos Avrum Yitzchok Rebbe Shlita Parshes Vayetze in Boro Park.wma 3827 KB
If you have any questions, please email
support@yousendit.com.
http://s38.yousendit.com/d.aspx?id=1PCPUWMIFOAJ22CQ5B8ZTW4YLCתוקן על ידי - glickman - 13/12/2005 23:29:29