היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » מיטוואך תולדות תשס"ו = צאתכם לשלום!

מיטוואך תולדות תשס"ו = צאתכם לשלום!

14 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1693819

קרעמער » 30/11/2005 02:17

מיר האלטן שוין מיטוואך פרשת תולדות, דעם צווייטן טאג פון אונזער נייער סיסטעם...

היינט מיטוואך באגלייטן מיר צום לופטפעלד צוויי פון אונזערע חשוב'ע מיטגלידער (הרוצים בעילום שמם) וועלכע לאזן זיך ארויס אויף א נסיעה צו אונזער אלטער היים אין אייראפע.

מיר וואונטשן זיי אן א גליקליכע רייזע, זאלן זיי טאקע אויס'פועל'ן אלעס גוטס, פאר זיך און פאר זייערע פאמיליעס, און פאר אונז אלע דאהי.

צאתכם ובואכם לשלום! פארט און קומט אהיים געזונטערהייט! (פארגעסט נישט די בילדער כאפער).

יין_שרף » 30/11/2005 02:19

ס'טוטזעך מיטן גראף'ס קשיא פאר נחמן נטע'ן...?

יענטאאש » 30/11/2005 02:21

געוואלד סארא קאשע?
וויל ער פון נחמן נטע'נען פרעגן דער רשע?

יין_שרף » 30/11/2005 02:23

דער גויאישער גראפישער קאפ, האט געשטעלט נחמן נטע'ן א שאלה צווישן פיר אויגן, באלד נאכן פארענדיגן זיין הספד.

קוק נאך נחמן נטע'ס הספד דעם גראפ'ס תגובה, וועסטו פארשטיין מיין שאלה...

קרעמער » 30/11/2005 02:29

ווי מיין אינפארמאציע לויטעט פון קראנטע קוועלער, וועלן זיך די צוויי חשוב'ע מיטגלידער נישט זוימן אין די מקומות הקדושים צי לאנג, פארשטייט זיך, אויפן גראף'ס פארלאנג...

sushi123 » 30/11/2005 18:24

קרעמער אפשר קען איך מיט שיקן א קוויטל מיט יענעם?,
הוי ווען איך קען ווען כאפ איך מיך מיט גלייב מיר.

התאחדות » 30/11/2005 19:07

סושי פארוואס קאנסטו נישט איצט פארן?

אפשר קומסטו איצט פון א נסיעה, מיר האבן דיך שוין לאנג נישט געזעהן.

קרעמער » 30/11/2005 19:11

סושי;

די אלע וואס ווילן שיקן קוויטלעך, קענען זיך מעלדן צו מיר אין תיבה אישית, איך וועל עס אי"ה איבערגעבן פאר די באטרעפענדע רייזענדע.

קוויטלעך וועלן נישט ווערן אנגענומען שפעטער ווי (?).

sushi123 » 30/11/2005 19:21

אחדות;

הלוואי ווען איך האב די צייט (ווען איך האב ווען בין איך מער דא), און די געלט.

אגב וואס איז דער דאפלטע לשון?

תוקן על ידי - sushi123 - 30/11/2005 19:21:57

יאנאש » 30/11/2005 19:37

יאנאש וויל וואונטשען פון טיפן הארצן "good bye both of you" און פוילט אויס אלס גוטס, פארגעסט נישט פון אייערע ברידער דא און קרעטשמע.
אגב, אפשר קענט איר מיר ברענגן פון די פיינע ליזענסק ביר?? עס איז מיר פונקט איצטער אויסגעלאפן דא אין קרעטשמע, איך וועל זייער דאנקבאר זיין.

קרעמער » 30/11/2005 21:00

איך וויל בעטן אז זיי זאלן קנאקן אפאר גוטע בילדער פון דער אלטער היים, און אהערברענגן פאר אונז אלע.

משהוואלף » 30/11/2005 21:06

איך וויל ווינטשען פאר די צוויי חבירים אז זיי זאלן פארן געזנטערהייט און צירוקומען געזונטערהייט.
מיר קענען שוין קוים ווארטן.

"אוי וועלן מיר זיך בענקען"

התאחדות » 30/11/2005 21:41

קודם שלעם אלייחעם מוישע באלף

דארויף וויל איך געבן דעם קוויטל

סאכדעס בען טירצע
זו' מרת סאכדעס באס טילע
בענא מאזקיר האבעסדין
ביטא טויאען

לעהאצלאכע בעחאל איניאנעם

קרעמער » 2/12/2005 02:35

א גריס פון אוקריינע!

עס איז אנגעקומען א קורצע דעפעשע פון אונזערע מיטגלידער וואס וויילן יעצט אויף די מקומות הקדושים אין אוקריינא, עס ליינט זיך ווי פאלגענד:

Regards from ukreine