נעכטען און היינט האב איך וואו יעדען טאג געוואלט ארויפגיין אויף היידפארק און עס איז מיר נישט געלונגען נעכטען האב איך עס געכאפט נאר פאר 5 מינוט און נאכדעם אויס.
יעצט בשעת איך שרייב די פאר שורות איז עס אין די 5 מינוט פון היינט נאכדעם וואס היינט א גאנצען טאג האב איך נישט געקענט ארויפגיין.
איך האב גערעדט צו אפאר אידן וואס איך קען דא פון ה"פ האבען זיי אויך געהאט דעם זעלבען פראבלעם.
האבען נאך חברה געהאט דעם פראבלעם????
קען דאס נאכמאל פאסירען????
האט דאס טאקע צעטוהן מיט ה"פ? אדער פשוט ווייל איך האב JNET?
איך האב היינט געדעדט מיט jnet האבן זיי מיר געזאגט אז די פראבלעם איז נישט ביי זיי, אדער יא אדער נישט!!!!
די פראבלעם איז נישט מיט דשעי נעט
דער פראבלעם איז טאקע נישט ביי זיי - נאר ביי דיר...
זיי דארפן נישט הייד פארק...
i have jnet& i have the same problem so i had to use another computer without jnet & it was good
money is right on the money...
ס'האט קלאר מיט J NET
ס'הייסט אז זיי ווילן אינגאנצן פארמאכן הייד פארק
מדארף זיך קעגען שטעלען
(זיי וועלען נאר מכשיל זיין מענטשען מיט דעים........)
עס איז קלאר אז אויב זיי גייען פארמאכן היידפארק גייען זיי דערלייגען גאר אסאך קאסטומערס,אבער מיר נישט
הלוואי ווען זיי פארמאכן עס
צוויי סיבות
1} ווייל איך בין א איד, אין מן התורה בין איך מחיוב צי האבן דשעי נעט, עס איז די זעלבע חיוב ווי עסן מצות ליל פסח,ד' מינום וכדומה
2}עס באדערט מיר נישט איך וועל מער נישט קענענן ליינען שרייבען דא
ווען איך האב ווען א שטערקערע כח המעצר וואלא איך שוין איצט נישט דא געווען
תוקן על ידי - שלום_משה - 30/11/2005 3:59:21
עס איז די זעלבע חיוב ווי עסן מצות ליל פסח,ד' מינום וכדומה
ביי אינטערנעט איז די הלכה אז לכתחלה זאל מען בכלל נישט האבן אין בדיעבד איז דארף מען האבן דזשעי נעט
worldwar
איך גלייב נישט אז די באציסט דיך צי מיין תגובה
ווייל איך זע נישט ווי אזוי מען קען נישט פארשטיין וואס כ'האב געשריבען
מיין פוינט איז אז אויב די האסט אינטערנעט ביסטע מחיוב ע"פ תורה צי האבן דשעי נעט
פארשטייט זיך אז אויס די ברויכסט נישט האבן אינטערנעט
טארסטע ע"פ תורה נישט האבן קיין אינטערנעט
ok
מן התורה טאר ער נישט האבן אפילו דזשעינעט נאר אויב ער דארף אינטערנעט פאר ביזנעס
נו אפשר טאר מען בכלל נישט נוצען די גאנצע אינטערנעט נאר פאר ביזנעס און אויב אזוי ווי קומסטו אן דא די היידפארק דארפסט דאך שוין נישט פאר ביזנעס און נישט פאר ביזנעס טאר מען אפילו נישט דזשעינעט
יא יא, אזוי האט זיך אנגעהויבן...
די וועלט מלחמה
איך האב נישט JNET אין איך האב פראבלעמען מיט ה״פ .... עס זעהט אויס אז אויב מען קימט פין א דירעקט לינק ארבעט עס נישט
ביי מיר ארבעט עס געהעריג. מיט דזשעי נעט און מיט מסורת?
גיי פארשטיי, פארוואס אנדערע סייטס האבן קיינמאל נישט די פראבלעמען
איך האב אויך פראבלעמען מיט ה"פ, און א וועג איז עס גיט איך יאג אהן מער ארבעט!!!
וואס גייט פאר מיט מסורת? איך האב JNET אין איך קען נישט אריינגיין.
יעצט בין איך ביי איינעם וואס האט נארמאלע אינטערנעט זע איך אז רעגולער היידפארק ארבעט יא און נאר מסורת ארבעט נישט.
מ'דארף דיליטען די קוכן, און דאן ארבעט מסורת אויך.