וויפיל זענט איר גרייט צו צאלען פאר CD's?
30 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1692531
איך גיי נישט אריין אין די הלכה'דיגע שאלה צו מ'מעג קאפיען CD'S.
מיין שאלה דא איז לגבי היימישע חסידישע טעיפס
ביטע ענטפערט אויף איינע פון די פראגען
1. איך וועל קויפען יעדע CD וואס איך גלייך פאר יעדע פרייז.
2. איך וועל קויפן ביז 15$
3. איך וועל קויפן ביז 12$
4. איך וועל קויפן ביז 10$
5. איך וועל קויפן ביז 10$ נאר אויב איך קען נישט קאפיען.
6. איך וועל קויפן ביז 9$
7. איך וועל אלעמאל קאפיען.
8. איך וועל קאפיען און אויב איך וועל עס גלייכן וועל איך עס קויפן.
איך וויל צאלען פונקט וויפיל א קאסעטל קאסט.
איך זע נישט קין סיבה עס זאל קאסטער טייערער, אויב יא פארשטיי איך פארקערט.
CD איז היינט בילגער צו מאכען ווי טעיפ'ס עס וואלט ג'דארפט קאסטען נאר 9, אבער 10 וואלט געווען יושרדיג.
נישט קיין חילוק וויפיל עס קאסט טאר מען נישט קאפיען.
אבער מיט א CD איז דא א סיכון אז פאר יעדע CD וואס מ'פארקויפט גייט זיין איין קאפי לפחות...
לעצטנס זענען דא עטליכע משקיעים וואס זענען גרייט צו משקיע זיין אין חסידישע טעיפס, און זיי פראבירען אויס אויב עס לוינט זיך.
פאר אונז לוינט זיך אז מ'קאפיט נישט. אזוי וועט זיין מער טעיפס, מ'דארף פארשטיין אז ארויס צו געבען א טעיפ קאסט בערך $60,000, מ'דארף פארקויפן 10000 טעיפס לפחות צו צוריק מאכען די געלט. און מ'דארף נעמען אין באטראכט אז נאר די חסידישע קויפן חסידישע טעיפס (אדער קאפיען).
די שאלה יעצט איז לגבי CDs צו די עולם וועט עס מער קויפן ווען עס איז ביליגער אדער מ'גייט ווייטער קאפיען.
א סי די ווערט שנעלער קאליע ווי א טעיפ.
א סי די, קען צוקראצט ווערן, א טעיפ נישט, מ'קען הערן א טעיפ זייער קלאר ווי לאנג די ברוינע בענדל איז גאנץ, א סי די דארף מען מער אכטונג געבן פון די קינדער צו סיי ווער.
לכאורה וואלט עס געדארפט זיין ביליגער, נישט טייערער.
6
אבער די סאונד אויף סידי איז אייביג קלארער פון קאסעט
I made copies and I bought for 15. Always after 5-7 uses it got scratched. Don't forget, the main use of CD is in the car where you cant always put it nicely back while driving so it gets on the floor and the rest is history...
דאס אז ביי סי די קען מען גרינגער נאכמאכען וואלט געווען א סיבה מען זאל עס געבן ביליגער ווי א טעיפ כדי מען זאל נישט האבען קיין נסיון ח"ו.
טייערער איז זיכער נאריש.
כבין גרייט צו צאלן אפילו 20$ פאר א cd, אבער נאר אויב סגיט!
די פראבלעם היינט איז, אז משיסט ארויס אבי געזונט טעיפס רעכטס און לינקס, אן א שיעור מענטשן קויפן נייע טעיפס און האבן שפעטער חרטה, אפילו אויף גיטע טעיפס איז שוין אויך אסאך מאל נישטא מער ווי 3-4 גיטע ניגונים און דער וואס איז געגאנגען ערליך און באצאלט פארדעם 15$ פילט אז מהאט אים אפגענארט
סאיז א שווערע פרשה, ווייל מקען די פראדוצירער אויך נישט אינגאנצן באשולדיגן אין דעם ווייל זיי זעהן שווער ריוח, אבער זיי טראגן זיכער עפעס שולד אין דעם
אידישע קינדער, וואס גייט מיט ענק פאר? מ'דארף זיך לאזן קאסטן וויפיל עס לאזט זיך ווילאנג דאס טיט פארמיידן די איי-פאדס.
איך קאפי וואס איך קען, אויב איך האב איבריגע געלט און ס'ממש א גוטע סי די וועל איך קויפען אפילו פאר צוואנציג דאלער.
אין סיקריקלאנד ווייסט מען נישט פון הסגת גבול?
עס איז סתם א רובעריי זי נעמען אזויפיל געלט פאר א סי די, עס ביליגער פין א טעיפ, דאס איז שוין א אלטע חוצפה פין די סוחרים מען וואלט דאס שוין לאנג געדארפט אויסראטען אין בעטען ביליגער.
איך רעדט שוין נישט פין וואס דארעך דעם ווערן נעבעך די וואס גענען דאס נישט באצאלען זענעך נעבעך עובר אויף גניבה מיטן נאכמאכען די סי די.
עס איז שוין געקימען די צייט מען זאל עס ביליגער מאכען!!
טובעין
"הסגת גבול איז וואס מ'האט געטוען אין לבנון.
ס'נישט דא קיין השגת גבול אויף קאפי'ען א סי די.
וואו איז סיקריקלאנד?
CD's cost exactly $0.20 cents more to print.
In England there was a Class action law suit on the Record companies about a Monopoly but the case was lost.
In our circles the producers will sometimes first release only CD's so the Die Hards will run out and pay $15 for a copy then after 2 months they will release cassettes. (nice Business gimmick).
Eventually we'll be able to buy single songs online for $0.99 @
גנב'ען מעג מען, טראגן מיט די עירוב טאר מען נישט.
דאס איז וואסא-דיף'ס וויליאמסבורגע אידישקייט. האלט דיך ווייטער גרויס דערמיט.
8. איך וועל קאפיען און אויב איך וועל עס גלייכן וועל איך עס קויפן
יעדע סי. די. וואס איך קויף מאך איך גלייך א קאפי דערפון אין קאמפיוטער, דער אריגאלער סי די ווערט אוועקגעלייגט, און דעם קאפי נוץ איך, ווען עס ווערט צוקריצט ווארף איך עס אין גארביטש און איך שרייב א פרישן קאפי.
צו נוצן MP3 איז פארשטייט זיך דאס ביליגסטע.
קוטשמע
וואו איז געגאנגען דיין CRITICAL THINKING?
ווער האט דיר פארקויפט אז קאפיען א CD איז גניבה?
און צושטעלען צו'ם WIRELESS עירוב איז סתם דעמאגאגיש גערעדט.
די רבי איז גיווען קעגן עירוב נישט גיווען קעגן קאפין סידיס
אויב מעג מען קאפין סידיס ווי אזוי ע"פ תורה קען מען מאכן ביזנעס מיט סידיס מכאן ראיה למה שאומרים אז סידיס איז אסור ע"פ תורה
די שאלה איז אויך ווען זיי שרייבן נמכר בתנאי שלא להקליטו
לויט די תשובות ביז אהער זעט מיר אויס אז עס לוינט זיך נישט צו משקיע זיין אין דעם
כורמיזא
אדרבה זיי יא משקיע אבער נעם נישט מער ווי מען נעמט פאר א טעיפ.
אז וואסא דיך וויל מאכען א קאפי איז נאך נישט עק וועלט.
קוטשמע
וואו איז געגאנגען דיין CRITICAL THINKING?
ווער האט דיר פארקויפט אז קאפיען א CD איז גניבה?
אט האט עץ די וויליאמסבורגע וועג פין טראכטן. ווי מ'דארף א פסק הלכה, דארט טראכט מען קריטיש, אדער רעדט מען זיך לפחות אזוי איין. מ'ברענגט א לינק צו א הייד פארק אשכול וואס אין דעם אשכול שרייט מען אויך אז מ'מעג לכתחלה קאפיען טעיפס אין סי די'ס. (מנהג וויליאמסבורג, "מ'האט דאך אייביג אזוי געטין) אין מ'האלט זיך גרויס בריש גלי אין מ'איז א חציף דמפרסם חטאי, אז מ'קאפיט ווען מ'קען נאר.
אפשר וועלן די מודעות, סיי פין די וואס זענען פאר די עירוב אין סיי פין די וואס זענען דערגעגן, די מאכן טראכטן קריטיש אז עס איז גארנישט אזוי גלאטיג ווי די האסט מחליט געוועהן עס אהער צו שטעלן.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
קוטשמע:
איך ענדזשוי דיין שנאה צו וויליאמסבורג, און דיין החלטה צו ברענגען דעם פסק פון א וויליאמסבורגער דיין כ"ק הראב"ד דסאטמאר שליט"א.
איך האב איבערגעקוקט דעם אשכול פון בחדרי חרדים און דארט זע איך נישט עס זאל זיין "וויליאמסבורגער" וואס האלטן אז מען מעג.
דיין "בארעכטיגטע" שנאה צו וויליאמסבורג בכלליות איז בכלל נישט פארבינדן צו די יעצטיג נושא פון קאפיען סי. די'ס. פאר פריוואטן באנוץ. ווייל דער ראב"ד רעדט בכלל נישט פון קאפיען א טעיפ פאר פריוואטן געברויך, נאר פון קאפיען עס זאל אויסקוקן ווי די ארגינעלע און עס פארקויפן שלא ברשות.
נישט אז איך נעם א שטעלונג איבער די עצם זאך וואס די הלכה איז, נאר די ראי' וואס דו ברענסט איז פשוט נישט נוגע צו די יעצטיגע טעמע!
תוקן על ידי - kjfireman - 01/12/2005 1:06:20
דערפאר האב איך געברענגט צוויי. וועגן וויליאמסבורג, לאז עס צווישן מיך אין וואסא-דיף.
איך פארשטיי נישט פארוואס מענטשן האלטן זיך אפ פון "קויפן" סי די'ס און קאפיען דאס.
איך פאר מיר, ווארט צו ביז איך הער א אפשאצונג אויף די נייע סידיס (למשל פון זיידיאנטשי) און אויב עס איז גוט, קויף איך דאס. איך ווייס אז מיט יעדן דאלער וואס איך קויף א היימישע סידי, וועט זיך יענעם לוינען ארויסצוגעבן נאך.
אין אנדערע ווערטער: איך שטיץ מיר מיטן קויפן די נייע טעיפס.
kutchma
ערשטענס, ר' יח"מ'ס בריעוו איז נאר וועגען פארקויפען נישט מאכען קאפיעס פריוואט. און אדרבא, פון דעם אז ער באטאנט נאר די השגת גבול פון קאפיען צו פארקויפען איז א סימן אז קיין אנדערע איסור איז נישט דא.
דוקא די אנדערע בריעוו איז געשריבען דורך קעגענער פון די עירוב.
איך האב נישט געברענגט סתם אן אשכול פון דארטען. איך האב דארטען געזאגט מער ווייניגער אלץ וואס איך האב צו זאגען און ס'א שאד איבערחזר'ען.
אבער לכבודך..
ווען איך האב געלערנט די סוגיא איז מיר אויסגעקומען אז לויט רוב ראשונים דער גאנצע דינא דמלכותא איז נאר אז וואס זיי האבען געזאגט איז א קנין אדער אז עפעס געהער פאר איינעם אין ממונות, באלאנגט עס פאר יענעם. ס'מיינט אויסדריקליך ניטש אז מ'מוז פאלגען אלע געזעצען פון לאנד.
די אלע חרמות וואס מ'קען זעהן אין אלטע ספרים נישט איבערצודרוקען, למשל ביי די מחלוקת פון סלאוויטא מיט ווילנא איז אלץ עדות אז די אלע רבנים האבען פארשטאנען אז אן א באזונדערע חרם איז נישט דא קיין שום איסור.
אז מ'קאפיעט טוט מען גארנישט צונעמען פון יענעם, ס'נישט דא קיין גזל, און דער "נמכר על תנאי" איז א פשוטע ליצנות וואס האט נישט קיין האפט להלכה.ס'דא גענוג און נאך רבנים וואס זיינען מתיר. אז דו ווילסט זיך פארלאזען אויף ראביי בעלסקי, געזונטערהייט, אבער פארלאנג עס נישט פון קיין צווייטען..