אייכלער'ס אין וויליאמסבורג
38 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1691538
איך הער אז די באקאנטע "אייכלער ספרים סטאר" גייט עפענען א סטאר אין וויליאמסבורג אויף בעדפארד קאר. העיווארד ווי מ' האט שוין גענדיגט איבערבויען,
ווי באקאנט האט אייכלער זייער שיינע סטארס אין- מאנהעטען- בארא פארק- פלעטבוש, ווי מען קען קויפן אלעריי ספרים ביכלעך געימס טיעפס סידיס און דשודייקע, אויסגעשטעלט אויף שיינע פוליצעס.
די שאלה איז: צו גייט דאס זיין א צווייטע "גל פז" !!
אדער גייען זיי האבן שכל בכלל נישט אריינברענגן די ווידיאוס און נישט כשר'ע סידיס און זיך נישט אנהייבן מיט די וויליאמסבורגע מוחים!
וויליאמסבורגע מוחים זייטס גרייט!!!
אדער גייען זיי האבן שכל בכלל נישט אריינברענגן די ווידיאוס און נישט כשר'ע סידיס און זיך נישט אנהייבן מיט די וויליאמסבורגע מוחים!
גל-פז וויליאמסבורג האט אויך נישט געהאט אריין געברענגט די נישט כשר'ע סחורה. מ'האט זיך סייווי גענומען צו זיינע ביינער פשוט ווייל די בלוט פין די ליידיג גייערס איז שוין געוועהן אינטערגעצינדן.
איך ווינדער מיך אויך וואס עס וועט זיין מיט אייכלערס. ער פארקויפט דאך קיוריאס דשזארדשז אין מיקי מאוס מנורות. טאקע א פירצה.
קאפלעך מיט מגן דוד'ס...
עס הייסט יעצט אז אייכלער איז מנדב 5000 דאלער ווערט ספרים פאר די נייע ישיבה אין קווינס, אין ער באקימט א גאראנטי אז ער קען אריינברענגן אין סטאר וואס ער וויל, אין קיינער גייט נישט מוחה זיין,
גל פז'ס טעות איז געווען אז ער האט נישט באצאלט פאר די ריכטיגע חברה, ווען ער איז ווען מנדב אפאר טעפיס וואלט ער געהאט א זכות קיום
גל-פז וויליאמסבורג האט אויך נישט געהאט אריין געברענגט די נישט כשר'ע סחורה
איך בין נישט מחולק מיט דיר ווייל ביי מיר מיינט עס אויך כשר ווייל איך פלעג אויך דארט קויפן שיינע סידיס צו קענען זען אויף מיין קאמפיוטער און מיר באדערט אויך אז עס איז צוגעשפארט, אבער למעשה הייסט א ווידיאו אדער א ווידיאו אויף א סידי "נישט כשר" און זיי האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן! איך האב נישט קיין פראבלעם צו קויפן די אלע זאכן און בארא פארק.
תוקן על ידי - געבראקס - 28/11/2005 18:11:05
שלום משה
וואו הייסט עס יעצט, וויאזוי ביזסטו אזוי שנעל געוואויר געווארן די נייעס, האסטו זיך פארבינדן מיט אייכלער, אדער איז די מעשה אפגעבאקן דורך דיר?
תמצית, מען קען גיין אויפפיקן די 5000 $ אדער זיי וועלן נישט וויסן פון וואס מען רעדט?
גראדע האט גל-פז יא געטון וואס מען דארף. ער האט עדווערטייזט סיי אין דער איד אין סיי אין דער בלאט זיין געשעפט אין וויליאמסבורג.
ער זאגט אז ער האט אויך געהאט א הסכם שבשתיקה מיט התאחדות הרבנים, אבער זעט אויס אז די ראדיקאלע האבען געטויגט בעסער ווי זיי
לויט מיין אינפארמאציע, ווערט דארט געעפענט א Judaica געשעפט דורך א פריוואטער וויליאמסבורגער איד.
א הסכם בשתיקה און וויענער רב'ס לעדל?
תוקן על ידי - געבראקס - 28/11/2005 18:48:45
און זיי האבן זיך נישט געוואלט צושטעלן
די ראדיקאלע האבן אפילו נישט פרובירט צו פארהאנדלן, זיי זענען גראד געגאנגן צו געוואלדאטן אין סוואסטיקעס, כדרכם מאז ומקדם.
מען זאגט אז זיי האבען געדארפט געבן א סאך געלט, און מען האט זיך אויך אויסגענומען אז אזוי ווי עס איז דא די סטענדס וואו מען קען הערן די אלע טעיפס און סי.דיס מיז זיין איינס וואו מען קען הערן אלע סאטמערע ניגונים (קווינס)
ס'געפעלט מיר!
קוים וואס איינער האט גע'חלום'ט א מעשה
אין שלום משה זאגט שוין וואס ס'הייסט.
אין דער עולם איז שוין מגיב אינגרויסען
דעי מעשה איז הולע בלאף!!!!!!!!!
דארט עפענט א ספרים סטאר א יונגערמאן וואס הייסט
מ.י. נאה וואס האט יאהרן עקספיריענס אין ספרים
נאכדעים וואס ער האט געארבעט 20 יאהר ביי קודש אין ב.פ.
אין יעצט מאכט ער שבת פאר זיך!!!
איך קען אויך נאר באשטעטיגן וואס "געלט" דערציילט.
א קלוגער שריט אויף דער עלטער...
(אזוי גייט עס דא. מ'חלומט אין גרויסן. כדרכני בקודש)
פיין הייסט עס נאה'ס אין וויליאמסבורג
אבער עס גייט אויסקוקען פונקט וואו אייכלערס אין בארא פארק
קעטסיקלס פון ווי ווייסטו וואס טוט זיך אין ווילי די וואוינסט דאך אפסטעיט
איך וואלט עם גע'עצט ,און איך מיין נאר זיין טובה,
אז ער זאל נישט קומען קיין וויליאמסבורג, איך האב מורא אז ער וועט האבען מער עגמת נפש ווי געלט,
איך זע נישט די "דעמענד" אויף ספרים אין וומ"ב, חוץ פון ויואל משה'ס, דברי יואל, מחזור דברי יואל, זמירות דברי יואל, לוח הזמנים פון "החאחדות הרבנים", "פענסי" כלה מתנות, אין א צוקנייטשט קאפל איין מאל יאר
די אידישע שפילצייג קומט רוב פון מדינת ישראל וואס איז בגדר "יהרוג ועל יעבור"
מיט דעם גרויסען "סעלעקשאן" וועט מען עם נאך איינטיילען, וועלעכע ענגלישע ביכער זענען מילכיג, פליישיג, אין פארעווע...
ווען ער איז קלוג , לייגט ער צו אויפן זייט א טישל מיט "אווער נייט קוגעל" וועלען זיי פארגעסען "מוחה" צו זיין...
איך גיי שוין אהין. ווארט מיר.
עס איז אומנארמאל, אז איינער וויל זיך עפענען א געשעפטל צו מאכן געלט, און שוין טוט מען אים אויס אויף היידפארק, אן א פארוואס און אן א פארווען.
ער איז בכלל נישט אפילו אויף קיין זייט אין סאטמאר, פארוואס קומט זיך דאס פאר אים?
איז שוין טאקע געבראכן אלע גבולים פון נארמאלקייט?
לא דובים ולא יער...
דער יונגערמאן וואס עפנט דעם געשעפט איז א תולדות אהרן יונגערמאן, א חשוב'ער פרומער איד, וואס מאכט זיך א פרנסה, ער חלומ'ט נישט אריינצוברענגען חלילה קיין פארדארבענע מאטריאל וכדומה.
און דא האט מען זיך אויף ארויפגעכאפט און מען וויל אים צורייסן.
"שלום משה" ווייסט שוין אז ער האט געצאלט $5000 פאר קווינס בחורים מען זאל נישט מוחה זיין.
פארוואס, פארווען, אזא פנים האבן די אלע וואס שרייבן לגיונות...
אינעם אשכול "נאוועמבער 30: שישקעס אנטלויפן קיין א"י"
האט זיך שלום משה פארענטפערט וועגן דעם ליגנט פון די $5000 און געשריבן אז ס'איז נאר געווען א משל.
(אזוי ווי מען האט אויסגעמעקט יענעם אשכול שרייב איך דא איבער זיינע ווערטער)
תוקן על ידי - kjfireman - 29/11/2005 1:35:22
און שוין טוט מען אים אויס אויף היידפארק,
וואס איז שוין עס איז נאר הונדערט מענטשען וואס קוקען אריין צעהן מאל ווערט שוין 1000 צפיות
איך הער אז "געבראקס" פארלאנגט יעצט קאמישאן פון הרב נאה, ער האט אים געגעבן א אומזיסטע אדווערטייזמענט...
צענדליגער מענטשן אזוי ארום געוואויר געווארן אז ס'איז דא א נייע געשעפט אין וויליאמסבורג יצ"ו.
[ס'איז נאר א משל ]
הייסט אז מען וויל באווארענען א איד ווי ער "פאלט אריין"
הייסט דאס "אויסגעטוהן"
בעסער צו ווארטען ביז די "חיות" וועלען עם אויסטוהן?
איך ווינטש הרב נאה גרויס הצלחה.
ער זאל מצליח זיין אריינצוברענגען תורה אין אידישע הייזער.
אייכלער'ס? דער סטאר אין וויליאמסבורג איז דאך נישט האלב אזוי גרויס ווי אייכלער'ס אין בארא פארק? מנהל, איך מיין מ'זאל טוישן דעם נאמען פונעם אשכול.
ווייסט איימיצער ווי אזוי די געשעפט גייט הייסן? און ווען עפנט זיך דאס??
צדוק, דוכט זיך מיר אז "אוצר" דזשודייקא אין וומסב"ג איז ב"ה זייער שיין מצליח כאטש ער פארקויפט נישט קיין מדינת ישראל שפילצייגן. און אזוי האפן מיר וועט דער נייער געשעפט אויך מצליח זיין בעז"ה. ס'איז פאראן גענוג פאר ביידע.
איך רעקאמענדיר טאקע אז דער עולם זאל אים שטיצן און גיין איינקויפן, כדי מחזק צו זיין אן ערליכן איד וואס עפנט א ספרים געשעפט על טהרת הקודש!
עלה והצלח!!
וואס איז מיט ספרים פון "מדינת ישראל" ? דאס פארקויפט מען יא?!
כבלל טאר מען נישט אריינלאזען אייכלער'ס אין וומסב"ג, די בעה"ב איז דאך א ליובאוויטשער, און ווער ווייסט וואס פאר א דעות כוזבות ער איז עלול אריינצוברענגען!
הערש
ביסט נאך ביזי מיט אייכלערס
זיי מוחל ליין ביז אהער וועסטו זיך שפארן אביסל טינט!
איך האב געליינט, איך בין נאר מעורר אויף שפעטער, טאמער ס'וועט זיך מאכען
יעצט וועלען ווילאמסבורגער אידען וואס קענען נאר ענגליש אויך קענען לערנען
[בילד – נישט אפגעהיט]
שמעק טאביק
"אוצר דזודעיקא" פארקויפט "יא" שפילצייג פון "מדינת ישראל"
אבער ער איז אן "אינסיידער", א וויליאמסבורגער בן וויליאמסבורגער, (גראדע אן איידעלער יונגערמאן) און ער גיט שטארק אכטונג וואס ער קען אלץ אריינברענגען, איז די "מצות מחאה" אסאך אנדערש ווי ווען איינער רוקט זיך אן פון די "פרעמד" מיט זיין גישעפט'ל
אויך וועסטו דארט נישט טרעפען קיין סאך ספרים, חוץ פון די פאר "וויכטיגע" ספרים.
אויך איז דאס גיווען די טעות פון "גל פז",
ווען ער נעמט ווען א "היימישער" פון וומ"ב, אין וואלט זיך גערופען מיט עפעס מער א "היימישער" נאמען, וואלט ער עס גימאכט.
תיקון טעות!!
מען רעדט פין דעם בארא פארקען בעה"ב, ער איז נישט א ליבאוויטשער ער איז א באבובער א 45.
travel
ביסט גערעכט
איך הער עס גייט הייסען
"WILLIAMSBURG JUDAICA"
איך זעה שוין פון דעם נאמען אז עס גייט זיין לעבעדיג
Natanya
לאז דיר ארויס, 5000 דאלער ווערט ספרים פאר קווינס
אין דערנאך קען ער אפילו מאכן א עירוב אויב ער וויל
איך וויל מיך אנטשולדיגן אויב מיט מיין תגיבה האב איך עפעס שאדן געמאכט פאר דעם אינגערמאן וואס גייט עפענן די סטאר.
(אדרבה איך האב אים אפשר געמאכט א אומזינסטיגע אדווערטייזונג)
איך האב נאר געשריבן וואס איך האב געהערט פון מיינס א ידיד,
פון היינט מאל אן פאר איך לייג עפעס ארויף וועל איך דאס 100 פראצענט קאנפירימען
נ.ב. דאס זעלבע איז שייך פאר אנדערע אויך מען קען מיט איין תגובה יענעם אויסטאן אין אים שאדן מאכן אסאך געלט, בעפאר איר לייגט עפעס דא ארויף אויף הייד פארק טראכטס גיט אריין צו דאס גייט נישט שאדן מאכן פאר איינעם.
מיט אנטשולדיגונג:
געבראקס
גוט געזאגט
אין יעצט זיי מוחל אין בעיט די מנהל עס אפצושפארן.
ווייל מ'שרייבט דא נאר שטותים אין ליגענטץ אויף יענעמס חשבון פאר גארנישט אין פאר נישט!
תלפיות ספרים און מתנות
BEDFORD AVE
היום היום היינט עפענען מיר אי"ה היום היום
אונזער נייע פראכטפולע געשעפט אנגעסטאקט מיט אלע ערליי מתנות קומט אריין און איבערצייגט אייך אליין
תוקן על ידי - jewboy - 15/12/2005 15:22:07