היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » פאליטיק

פאליטיק

35 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1690808

ניןהרחמן » 28/11/2005 02:16

כ'האב נאר געוואלט זען צו מען וועט עס אויסמעקן פארן עפענען און קוקן וואס עס שטייט דא.

גראף » 28/11/2005 02:18

און וואס איז געבליבן?

גראף » 28/11/2005 02:21

הער אויס מיין טייערער פריינט
פאליטיק קענסטו רעדן פון מארגן ביז היינט
דער עיקר זאלסט נישט בארעדן קיין צווייטן נברא
ווייל דעמאלטס ביסטו טוב שלא נברא
קענסטו רעדן פון בוש און גאורען
און אפילו פון אריק שארען
אבער נישט פון קיין פערזענליכע מענטשן
ווייל די חברה דא וועלן דיר בענטשן

ניןהרחמן » 28/11/2005 02:21

ווארט צו ביז נאט טו ביזי קומט אריין

גראף » 28/11/2005 02:22

וואס וועט זיין דאן
ווען נאט-טו קומט אריין?

ניןהרחמן » 28/11/2005 02:23

זאג מיר, קענסט נישט ווארטן?! הא?!

יענטאאש » 28/11/2005 02:24

אז דו טוסט מיט נאט-טו'ן א מחלוקה מישן,
מן התם ביזטו אין צייט מיט אים א קאמפעטישן.

ניןהרחמן » 28/11/2005 02:25

נע, איך אסאך מער פון אים

יענטאאש » 28/11/2005 02:29

צייט האסטו? איך רוף באלד דיין טאטן ר' בן הרחמן, ער וועט דיך אזוי אריינגעבן, גיי לערן אביסל!

ניןהרחמן » 28/11/2005 02:33

בן הרחמן איז מיין זיידע טאקע פאר די סיבה לייען מיין ברוך הבא

צווייטענס בין איך אן עזות פנים און א מחוצף איך האב נישט מורא פון אים איך בין א גבר אלים
[בילד – נישט אפגעהיט]

gishmoker » 28/11/2005 02:37

ניני
[ביז היצט פלעגט מען זאגן בעני, אבער יעצט איז שוין נישט קיין כבוד ווען זיין זון הערט...]

דיין עלטער זיידע ר' אב [אבי...] לעבט נאך ?
מיר האבן שוין לאנג נישט געהערט פון אים'ן ?

דיין טאטע בן [בעני..] וויל ניטאמאל רעדן פון אים ?

בד"וו וואס איז געבליבן ? מען האט אויסגעמעקט דעם אשכול אדער נאט טו ביזי גייט עס שוין מעקן.



יענטאאש » 28/11/2005 02:37

ביזט גארנישט שטארק אינגאנצן,
דער זיידע וועט דיך נאך באלד לערנען טאנצן,
דריי נישט מיט די צינג,
ביזט א געזונטער שוואכלינג.

גראף » 28/11/2005 02:39

איך וויין מיט טרערן
וואס וועלן פון מיינע אייניקלעך ווערן

אז דער גרויסער אב הרחמן אליין
האט אן אור אייניקל אזוי געמיין
וואס וועט דא זיין
איך וויין איך וויין

יענטאאש » 28/11/2005 02:42

אויך איך ברעטשע מיט בכיות,
אוי ווי נעמט די זכיות,
פון די קינדער און אייניקלעך נחת צו זען,
אוי טאטע וועט דאס געשען?....

איך ברעטשע, איך ברעטשע.....

גראף » 28/11/2005 02:43

לאמיר זיך אביסל אויפפרישן דעם זכרון
צוריקלויפן א צוויי צענדליג יארן

ווען דער אלטער אב הרחמן האט געלעבט
זען נחת פון זיינע אייניקלעך געשטרעבט

אוי ניני ניני כאפ א בליק
אויף דיין אלטן זיידעניו קוק

האט ער געוואלט דו זאלסט אזוי אויסזעהן
אוי ניני וואס איז מיט דיר געשעהן
[בילד – נישט אפגעהיט]

ניןהרחמן » 28/11/2005 02:44

געשמאקער
איך מיין אז עס איז שוין אויסגמעקט

גרויסע וויכטיג מאכער ווילסט קומען אויף א פארמעסט

דשיראף
מ'האלט נאך ביי דיר...

יענטאאש » 28/11/2005 02:46

מיט דיר וועלן מיר זיך פארמעסטן,
מיט אלע קרעפטן.

גראף » 28/11/2005 02:48

אפשר אז איך וויל דיר צייגן
אן אלטן חפץ פון דיין זיידן

אוי דאס שטריימעלע טוט דערמאנען
דיין זיידעס ווארימע דאווענען

ער פלעגט וויינען מיט זוידיגע טרערן
זיינע אייניקלעך נישט פון וועג אפקערן
[בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 28/11/2005 02:48

אוי ניני ניני,
דו איש מגני,

אלע וויינען און קלאגן און זענען און שאק,
אז פונעם אלטן אב הרחמנ'ס אייניקל איז אוסגעוואקסן א באק.
[בילד – נישט אפגעהיט]

יין_שרף » 28/11/2005 02:50

די נערישער גראף וואס דו ביסט
דו טראכסט דאך נישט וואס דו טיסט

דיינע קראקאדיל טרערן
טוט קיינער נישט צוהערן

וואס מ'טוהט טוט מען פאר זיך אליין
וויין נאר וויין

דו ביסט צו שפאט און צו שאנד
דו נעמסט דיר דאס מיט דיין אייגענע האנט

זינט עס האט דיר געכאפט א קדחת
און דו ביסט פאר אונזער פאלק געווארן ווי א ספחת

האסטו דיך גארנישט געבעסערט
נאר פארערגערט

יא! איך בין מיט אביסל יין שרף אנגעטרונקען!
אין מיינע אויגן טוען טאקע בליטשקען

אבער זעה איך טאקע גוט?
דער גראף איז אויס איד?

גראף » 28/11/2005 02:51

מיט מיר א פארמעסט?
ווער עס קען וואס די בעסט?

עסן אדער טרונקען?
פאר בושות וועסטו איינזינקן!

יא דאס בין איך אליין
אין קאר געטאן זיין
[בילד – נישט אפגעהיט]

kraitchmer » 28/11/2005 02:53

==אנטשולדיגט פארן אריינהאקן==

דערמאנונג: ביטע נישט לייגן אומאיידעלע בילדער!

יענטאאש » 28/11/2005 02:54

קליינער נין;

קענסט ברענגען בילדער,
און אנמאכן א געפילדער,
אבער דאס טוט קיין סאך נישט אויסמאכן,
יעדער טוט דיך אויסלאכן,
ווייל אפילו א גראד ווארט קענסטו נישט אנווייזן,
אן וואס דו זאלסט מאכן גרייזן.

קער זיך אים צום אידישקייט,
ערליכערהייט,
ווי עס באדארף צו זיין,
וואויל און פיין.


תוקן על ידי - יענטאאש - 28/11/2005 2:55:37

גראף » 28/11/2005 02:56

אן אלט בילד דערווישט
פון אב הרחמן וואס לעבט שוין נישט
[בילד – נישט אפגעהיט]

gishmoker » 28/11/2005 02:56

ניני

דו רעדסט זייער פרעך
פוי .. גיי .. פעך פעך
אונזער ראש הקהל'ן
קען דיר צומאהלן

און מיט לויזע ווערטער
זאלסטו נישט רעדן צום געערטער
הויכגעשעצטן גר צדק דער גראף
ער וועט טון צו דיר ווי מען באדארף.


גראף » 28/11/2005 02:58

יין שרף
נוטף מעצי הקטף

וואס ווילסטו פון מיר
וואס האב איך געטאן צו דיר

פון דיר א קלאר בילד געפונען
ווען וועסטו אויפהערן צו וויינען
[בילד – נישט אפגעהיט]

גראף » 28/11/2005 02:59

איך בין שוין אפגעשוואכט
געווען א שווערע נאכט
איך פאל אונמאכט

[בילד – נישט אפגעהיט]

יענטאאש » 28/11/2005 03:01

אט געפונען א בילד ווי דער אלטער אב הרחמן לייגט תפילין דעם היינטיגן באק 'נין'.

אוי ווען ער זאל דעמאלטס וויסן.....
[בילד – נישט אפגעהיט]

יין_שרף » 28/11/2005 03:02

איך האב געטהון הערן
אז דו ווילסט נחמן נטעס לוי' שטערן

דו ביסט דאך דער זעלבער ווי אמאל
וואס טוהט נאר צרות פארן פאלק ישראל

און איך זעה טאקע אזוי
אז די חשש פון חוזר לסורו

וואס די חזל האבן אזוי חושש געווען
איז ביי דיר ווירקליך געשען

gishmoker » 28/11/2005 03:08


נאט טו ביזי פליס
קום שוין אן מיט דיינע פיס
ווייז שוין דעם גראבן ביק
ניני דער ילד מן השוק

ער ווארט דאך אזוי שטארק
צו זעהן וואסערע מארק
דער אשכול לאזט איבער
אויפן מנהל הציבור
צי דארף מען מאכן מיט אים א חיבור
אדער גאר אן עיבור
גלייך זיך זיין פורש
און עוקר זיין מן השורש


גראף » 28/11/2005 05:17

יין שרף
בראנפן שארף
א ביאור איך באדארף
אלס דער גראף פון דארף

זינט ווען איז דער מנהג אזוי
ביי לויות געווען גענוי
צי געבן ברוינפן מיט א שטרוי
איך לאך אוי אוי אוי

שנאפס » 28/11/2005 23:35

ניני,

די קרעטשמע איז געמאכט פאר ערליכע אידן יראי השם וחושבי שמו א גאנצען טאג, קומסט אריין מאכסט א מהומה, עס איז די ערשטע מאל וואס עס איז צוגעקומען דא צו פיזישע געשלעגערייען, ביטע טוה עס נישט נאכאמאל. ישר כח

קרעמער » 29/11/2005 02:17

ניני;

גרויסע צולייגער, וואו ביסטו היינט?

ניןהרחמן » 29/11/2005 07:53

נפחא איז זיכער פריילאך אז מען האט נישט פארדריידט די נושא מען טאקע פון "היימישע פאליטיק"

קרעמער דו ווילסט טאקע וויסען וואו איך בין אדער דו ווילסטיך סתם רייצען
עניוועי אסאך מאל ביך איך דא מיט א אנדער ניק לאמיר זען צו די קענסט כאפען וועלעכע

ניןהרחמן » 29/11/2005 07:57

ווען דו באשליסט אויף איינעם אז איך בין עס שראב פארוואס