אומפאטירט מנהגי הגר צו אנדערע בתי מדרשים
36 פאסטס אין ארכיוו (פון בערך 37 אויפן אריגינעלן פארום) · אשכול #1689078
אַווי די ליינער פונעם פארק זענען באקאנט מיט די זונדיגע עלעמענטן מאנשי הגר בצפון ברוקלין וועלכע זענען אויסגעצייכענט מיט זייערע ווילדע מעשים און דערנידערן און טרויטן אויף אנדערע צוליב וואס זיי האבען זיך ניט אונטערגעבויגן צו די לאפעצן און האַרעפאשניקעס.
נאר איצטער האבען מיר געזעען אן אינצידענט וואס טוט ווייזען אז די דאזיגע עלעמענטן זענען ניט צופריען אז נאר ביי זיי אין שוהל באגייט מען זעלבסטמארד, האבען זיי אנגעהויבן שיקען זייער זונדיגער גאנג אויף עקספארט מיט ווילדעווען אין אנדערע בתי מדרשים.
דעם שבת זענען מיר ניט געווען אין אונזער שטענדיגער שול אויף W79 ST קהל בני יעקב, נאר מיר זענען געווען צוגאסט אין אן אנדער געגענט און שבת נאכמיטאג קומענדיג און שול צו מנחה הער איך פלוצלינג ווי עטליכע פארשוינען פיסקעווען מיט א געמיינע און פרעכיגע שטימע זייער באקאנטער סלאגאן "ארויס, שייגעץ ארויס".
וואס איז געשען? איז דער קורצער ווינטער שבת נאכמיטאג ניט געניג לאנג צו כאפן א דרימעל? ווער דא איז אזוי נערוועס? פאר וואס איז ביי אייך אזוי לייכט דאס שרייען אויף א אנדערן עלטערן אידן?
איינער פון די שרייערס מיט אַן הויעך געשטעל פון ברייטע קלאֳצושע ביינער אנגעטון מיט שיך און זאקן, א צווייטער מיט א דיקלעכער שטימע האט געשריגען אזוי שטייט ווי א טשעריפאכע גייט, דער דריטער האט א כאפ געטון דעם עלטערן אידן און אים כמעט דערווארגן מיט זייע צוויי פויסטן.
און דאס אלס האט מען געטון צוליב וואס דער איד ברענגט שטענטיג אויף ש"ס א קוילעטש וואס די אנשי הגר זאגען האט ניט א הכשר פון זייערע רבנים.
און אזוי איז שטענדיק ביי זיי, אז א אנדער מיינוג איז מען חייב מיתה.
איך האלט מען דארף דעם מטורף ראצער חוסם זיין
ער גייט מיר אויף די נערוון מיט זיינע קראנקע געשרייבעכץ.
וואס האלט דער עולם?
1 אז מען דארף איהם נישט חוסם זיין.
2 אויב מען דארף חוסם זיין יעדער וואס גייט איינעם אויפן נערווען קען מען חוסם זיין צענדליגער גולשים.
בפרט אז אויף ראצער'ס אשכולות שטייט זיין נאמען איז דאך דא א עצה וואס הייסט איגנאר IGNORE
איך בין א גאליציאנער פון אלע זייטן, איך האב נישט קיין טראפ אונגאריש בלוט אין מיר, אבער פונדעסטוועגן קען איך נישט פארנעמען זיינע שטותים.
אנדערע מענטשן שרייבן אויך פאנטאזיעס, אבער כאטש מיט שכל און טעם.
ער שרייבט דאך אזעלכע נארישקייטן אז עס מאכט פשוט ברעכן.
אין דער עיקר ווער האט אים איינגערעדט אז ער קען יידיש
אנטשולדיקט ענג אלע מגיבים, מיר גראדע, געפעלט זייער זיין סטייל פון שרייבען.
צו איך בין מסכים צום תוכן, איז א צווייטע מעשה, אבער לויט ווי איך פארשטיי פון די געוועהנליכע טענות ומענות קעגען דער "ראטזער", איז דאס דאך נישט ענקער פראבלעם.
עס שיינט ווי ער לערנט זיך אידיש דא פון דעם פורום און ער פראבירט דאס בעסטע וואס ער קען,
נו לאמיר אים זאגן אז ער קען שוין גוט וועט ער כאטש זיין צופרידן, פארוואסזשע וויי טון א איד?
ראטצער, טייערער, ווער איז געוועזן דער אלטער ייד וואס מען האט דערווערקט אזש צום טייט ?
און וואס פארא מין חטא איש דאס אז ער ברענקט שטענדיק א ש"ס מיט א קאפויטש ? שרייב עס אויף אידיש ביטע ...
א דאנק און שרייב נאך
ראטצער, כה לחי! קיינער נעמט נישט ארויס די חברה פון די כלים אזוי גוט ווי דיר.
ראטזער, וועלקאם בעק.
קים איט אפ
אנשטאט בעטן מ'זאל אים חוסם זיין, וואלט מען אים געדארפט בעטן ער זאל שרייבן מער, און אפטער
מיר מאכט ענדערשט ברעכען די אהרן-זלמן לייב פאליטיק מיט די אלע "שוידערליכע" באשרייבעכצער
א שאד, א שאד, אז ראטצער האט א וסת קבוע פון איינמאל אין ניין טעג... ווי וואנט איט מאר אפטען.
חברה, לאזט ענק נישט get pulled by the leg
איך מיין אז ראצער איז עפעס א בא'טעמ'טער חברהמאן משלנו, וואס דרייט ענק גוט אן. און קאטשעט זיך פאר געלעכטער פון ענקערע רעאקציעס.
אלזא, שפילטס מיט דעם שפיל מיט עם, אבער נעמטס דאס נישט אזוי ערענסט.
נ.ב. ראצער, כ'האף ביזט נישט ברוגז אויף מיר פאר'ן געבן דעם הינט...
אינגערמאן איז דער איינציגער אוס כאפט א עסק.
ווער עס געדענקט פלעגט ראצער נוצען לשונות וואס די בני הגר נוצען, און קיין אנדערע נישט.
ער איז משלכם, ער האלט זיך אונטער, אמאל געלונגט אים בעסער אמאל ווייניגער.
gishmoker
א קוילעטש [ניט א קאפויטש ] איז אויף פויליש-אידיש וואס איר אנשי הגר רופען היינט צו טאג א חלה-בילקעלע.
[בילד – נישט אפגעהיט]
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
דער דאזיקער כוי (גראמט מיט "צבי") שיינט מיר צו זיין א נאסער בעל תשובה פון פרייע פוילישע עלטערן, וואס האט לעצטנס באשלאסן איבערצופרישן זיין וועסט סיידער אידיש וואס איז איהם געבליבן פון גירסא דינקותא. איך מיין ער באנוצט זיך מיטן מתרגם פון גוגל אויף אנצוקלאפן זיינע דרשות.
אפשר קענסטו מיר טייערע ראצער מפרש זיין דאס ווארט "לאפעצען" אדער "לאפאצען".
הארעפאשניקעס ווייס איך יא וואס מיינט (דער אלטער פארוועטס פךעגט דאס אסאך נוצען), אבער איך פארשטיי נישט ווי סקומט אריין דא אין פארום?
האסט געקויפט א לאנג ווארט ערגעץ, און דו זיכסט צופארשטאפן אלאך דערמיט.
האצלאחא!
תוקן על ידי - baachi - 27/11/2005 23:54:30
גראמט מיט צבי?!
פארוואס מישט מען מיר אריין אין דעם געשיכטע?
TZVI
געמיינט האב איך וואס די גמרא זאגט דעם צבי הבא על התיש, טאמער דו ביזטו דאס דער יעניגער
דער ראצער איז ווי עס קיקט אויס א היימישער מארץ הגר, אין פרובירט זיך צי מאכן זיס, אין ברענגט כסדר פרישע פראוואקאציעס,
ער איז גיט אנגעליינט מיט די אלטע יודישע ביכער ווי פין שלום עליכם אין פארווערטס, אין פרובירט צי קאפירן זייער אנגעזעצטע יודיש
נישט קיין חילוק פין ווי דער ראצער שטאמט אונגארען פוילען רוסלאנד אדער גאר פין וועסט סייד ביי דע קארליבאך שול איז איין זאך קלאר ער וויל דוקא טשעפענען מיט אלע שרייבערס דא אין אינץ לאמיר זיך ווי נערנים אבער פין היינט אין ווייטער זאל מען נישט ליינען זיינע שטותים אן נישט שרייבן אין זיינע אשכולות אין אזוי וועט ער מיט דע צייט נעלם ווערן
ראטצער ווער נעלם פון דא
באטשי
האסט א פוינט וועגען זיין וועסט סייד גוגעל אידיש אבער דו האסט זיך אנגעכאפט אויף נישט קיין גוטע ווארט.
איך האב ערגיץ וואו אוועקגעלייגט דער ביכעל וואס דער איד האט ארויסגעגעבען, אדער נאך מענדעל וועכטער אדער נאך וואס מ'האט די לובאוויטשער באפאלען און ס'שטייט דארטען לאפעצעס.
גראדע באטשי לעצטע וואך האט דער בלאט געניצט דע ווארט לאפאצאן - מיט א ''א'' - אין דע טריביון פין הצלת רבינו קען זיין אז ראטצער אז גאר א שרייבער אין דער בלאט
טייערער ראצער
איך זע אז דו האסט ליעב קלאסיש קאלעזדש אידיש
דו שרייבסט צווישן אנדערע:
און דערנידערן און טרויטן אויף אנדערע צוליב וואס זיי האבען זיך ניט אונטערגעבויגן צו די לאפעצן און האַרעפאשניקעס
האוז אבאוט
און דערקייקאליטשען און קראמפירען אויף מאנכעוויסטע צוליעב די אורזאכציג וואס זיי פארגלינגען מיטאמאהל זיך נישט אראפצוקנויטשעווען צו די לאפאהורעפאציגס און פארשאנאפאפיראסעס
אויב דו מאכסט שוין אייגענע ווערטער, לאז שוין זיין האקעדיקע קליגענדיגע פויגלעדיגע - דריי-דאלער-א-אשטיק-דיגע- ממש פון די אפטייק ארויס.
האצלאחא!
פארגעס נישט צו געבן דיין חודשדיגען קוואדער פאר צעדאקא פאר די האצאלא.
ווען וועט שוין איינער אמאל לאזן וויסן פאר ראצער אז ער רעדט דזשיבעריש (gibberish), נישט ענגליש און נישט אידיש, נישט אונגאריש און נישט פויליש, נאר אבי געשאסן ווערטער וואס קלעבן נישט איינס צו די אנדערע.
שכויח ראצער פארן ענטפערן די פראגע.
קוילעטש ווייס איך שוין, יעצט וואס מיינט קאפויטש ?...
באטשי ;
וואו האט ראצער געשריבן די ווערטער וואס דו האסט אויסגעלייגט : פארשנאפאפיראסעס וכדו' ?
אגב, דוכט זיך אז דו ווייסט אויך וואס דאס מיינט
יעדע מאל אינזער שונא ראצער גרעבסט עפעס ארויס פון זיין שווערן שבת'דיגן טשאלענט. דארפען מיר שפרינגן ווי פערד ?????????? (בתמי')
גישמאקער
ביז אהין פארשטייסטו יא?
איך זעה אז דו ביזט טאקע פון ארץ הגר איך האב נאר געוואלט מעורר זיין ראצער אז טאמער איז ער מחדש ווערטער, זאל ער זיי שוןי מאכען באמבאסטיש (לוק איט אפ) אין איך האב איהן געגעבן א מוסטער.
ווען ראצער וויל נאכמאכען מענדעלע מוכר ספרים האט עס אזא פנים ווי ווען א גוי לערנט ברטנורה.
איצטער געפינען אן ארטיקעל אין "אלגעמיינער זשורנאל" איבער אן ענדליכן נושא.
ווער האָט אייך געגעבן אַ רעכט מאַכן אַ חילול השם אין נאָמען פון חסידות?הרב פינחס וויליגעראיך וויל היינט ריידן וועגן אַ פּירצה. כלומערשטע פרומע, חסידישע אידן, זענען מסוגל אין זייער בלינדע קנאות עובר צו זיין איסורים מן התורה און אַלס אינעם נאָמען פון קדושה און טהרה...
אָבער לאָמיר פריער אָנהויבן מיט אַ מעשה:
אַ געוויסער ראש ישיבה פון ארץ ישראל האט אמאל אנגעשריבן אן ארטיקל אין א זשורנאל, אין וועלכן ער האט קריטיקירט דעם ליובאוויטשער רבי'ן זכרונו לברכה וועגן אַ געוויסן ענין.
מיט א צייט שפעטער האט ער איינגעזען אז ער האט זיך טועה געווען אין דעם. בעת ער איז געווען דעם נעקסטן מאל אין ניו יארק, האט ער אפגעהאלטן א באזוך ביים רבי'ן, און האט פון אים געבעטן מחילה. ער האט געזאגט צום רבי'ן: ''איך האף אז דער רבי האט ניט מקפיד געווען אויף מיר''.
דער מנהיג פון חב''ד האט אים געענטפערט: ''גלויבט מיר, אז איך האב ניט קיין צייט מקפיד צו זיין אויף א צווייטן אידן''.
איך גלייב אַז דער רבי האָט באַזירט זיינע ווערטער אויף די גמרא אין עירובין דף נד ע''א: אמר ליה שמואל לרב יהודה, שיננא, חטוף ואכול חטוף ואשתי, דעלמא דאזלינן מיני' כהלולא דמי''. זאָגט רש''י: ''כהלולא דמי, היום ישנו ולמחר איננו''. עס איז ניטא קיין צייט פאר זייטיקע שטותים.
פאַרוואָס שיננא?
וואס מיר דארפן פארשטיין איז פארוואס האט שמואל געזאגט דעם געדאנק דווקא פאַר ר' יהודה און אים אָנגערופען דערביי ''שיננא'', שאַרפער. עס זעט אויס אַז ניט יעדערער איז מסוגל צו פארשטיין דעם ענין פון חטוף ואכול חטוף ושתי, ווייל עס זיינען דא מענטשן וואס זייער קאָפּ ליגט אין קאַלאָשן, זיי זיינען פארנומען מיט שטותים, נאַרישקייטן און פאלשע אידייען. זיי ריידן זיך איין אז אין דעם ליגט שפּיץ פרומקייט. אין זייער פרומקייט זענען זיי מסוגל עובר זיין אויף די הארבסטע עבירות ווי חילול שבת ויום טוב, אדער גניבה, גזילה, ווער רעדט נאך אויף המלבין פני חבירו ברבים.
אויף זיי זאגט שוין דער נביא: הלוא אותי עזבו, הלואי מען זאל מיר אפלאזן, זיך נישט אננעמען אויף מיין כבוד, דער עיקר איז אז ותורתי שמרו, מען זאל ניט עובר זיין אויף א קוצו של יוד פון די תרי''ג מצות!
אויף די גרופע חסידים זאגט שוין די גמרא אין מסכת שבת (דף קכ''א ע''ב), ואותן חסידים אין רוח חכמים נוחה מהם, זאָגט רש''י ''ואותן חסידים השונאים אותו על כך אין רוח חכמים ערובה עמהם''.
לאָמיר געדענקען אַז אויך לבן איז געקומען מיט אַ פרומע טענה ''לא יעשה כן במקומנו'', אָבער די תורה זאגט עדות, אז ער האט ניט געמיינט וואס ער האט געזאגט. נאָר ''ארמי אובד אבי'', לבן בקש לעקור את הכל'', דער לבן איז געווען פול מיט רשעות מתחילתו ועד סופו.
איצט וועט מען פאַרשטיין פאַרוואס ''אמר ליה שמואל לרב יהודה שיננא חטוף ואכול וכו''', ווייל נאָר אַ שיננא, אן אמתער חכם, פאַרשטייט וואס איז וויכטיק אויף דער וועלט. אבער די פוסטע נארישע מענטשען וואס זיינען מבלי העולם, וואָס זייער קאפ ליגט אין די קאלאשען זיי קען מען ניט זאגען חטוף ואכול וכו', נאר אדרבה שב ואל תעשה עדיף, שינת רשעים נאה להם ונאה לעולם.
איך האב אמאל געזאגט בדרך הלצה אז ר' יוחנן האט געזאגט ולואי יתפלל אדם כל היום. פאַרוואָס? עס זענען דאָ אַזעלכע וואָס בין אדם למקום דאַוונען זיי און זיי שאָקלען זיך, נישט שייך צו זאָגן, ''שקול ישקל ואינו יודע שהוא נבילה''. בין אדם לחבירו זענען זיי געפערלעכע יונגען. אָבער לכל הפחות אין יענער צייט וואָס זיי דאַוונען טוען זיי נישט וויי אַן אַנדער אידן און זענען ניט גורם א חילול השם.
http://www.algemeiner.com/generic.asp?id=799
מיר קוקט אויס אז ראטצער האט עס גע-קאפיט פון עפאב א BLOG אויף יודייש מאמע לשון
לעזען אידיש קָאנען זיי אויך ניט? וואס יא?
אז מען האלט זיך און דער הויך
קאָן מען ניט ניצען דעם מוח
צו עפענען דו אויגען
צו לעזען און גלויבען
אז מיר שרייבן קלאר
אז דער ארטיקעל איז ניט מיינס גאר
מיר ברענגען אראפ דעם לינק
אז ביי אייך אין קאפ זאל געבן א קלינג
איר זענט פון די איבערגעבליבענע אנשי הגר
און געטון מעשה תמר
צו די הרי חושך אנטלויפט
וויל אייערע זונדיגע רייד איז ניט דא ווער עס קויפט
ראצער, דו ווערסט מער .... פון טאג צו טאג (פיל אריין וועלכע בוכשטאבן דו ווילסט)
אמאל ביזטו געווען מער ראציאנאל
ראצער איך איגנאר דיך אינגאנצען
ער רעדט אלץ נאכאמאל אין נאכאמאל וועגן "די זינדיגע", אין פין די "הרי חושך"
איך האב מורא ער האט אמאל געזינדיגט אין די הרי חושך, אין דאס האט אים געברענגט אין א טיפע מרה שחורה, אין ער טיט כסדר איבערקייען די זעלביגע זינדיגע ווערטער..
גם אני מצטרוף להנ"ל
איגנארען איז דע איינציגסטע עצה מיט דעם נאדניק