שוין ווייטער מיט די ווערים...
51 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1689002
.
[בילד – נישט אפגעהיט]
פאר דער וואס זענען נישט אריבער דער פערדע קלאס, האט איר דא דער נוסח המכתב:
בס"ד ערב שבת קודש פר' חיי שרה תשס"ו
ביקרתי במפעלים רבים לשטיפת ירקות באמריקה,
ונוכחתי לראות ששיטות השטיפה הקיימות
אינן יעילות להסיר את כל התולעים
מעלי הירקות כדוגמת: חסה רומיין, תרד,
פטרוזיליה וכדומה, ולכן אין לאוכלם.
בברכת התורה
משה ויא
--------------------
אנטשולדיקט פאר אריין סקענען אזוי גרויס, ס'איז געוועהן א טעות.
א גוטע וואך
תוקן על ידי - עליכם_שלום - 27/11/2005 1:52:41
מילא דעם צעטל.
אבער ווי קומען אריין אלע רבי'ס מיט רבנים אויף א צעטל בנוגע ווערים?
עס שמעקט מיר עפעס נישט.
אוי וויי געוואלד?
איז קרויט און לעטאס יא גוט?
ליכטיג,
ווי האסטו געזעהן רבי'ס און רבנים?
(פליז, אויב זיי זענעל נאך נישט אינוואלווד, מיש זיי נישט אריין!)
די בריוו הענגט אויף די גאס, ס'האט חתימות פון זייער אסאך רבנים און אויך רבי'ס. ספעשל פון בעלי מכשירים. (איך געדענק אויסנווייניג די בעלי הכשר: ר' הלל וויינבערגער, הרב בלומענקראנץ, הרב גארניש ועוד)
לויטן צעטל זענען אלע "חסה" לעטוס, פול מיט ווערים, אפילו ווען ס'האט זייער א גוטן הכשר. (אויסער דאס וואס קומט פון GREENHOUSE.)
SHULEM ALACHEM PLEASE MINIMIZE AND POST IT AGAIN I CANT READ IT LIKE THIS
אויף די צעטלעך זעט אויס בפירוש אז אויף לעטעס איז נישט דא קיין פראבלעם, נאר אויף ראמען לעטעס.
איך פארשטיי עפעס נישט,
אויב די בעלי מכשירים האבען ביז היינט געגעבען א הכשר שלא כדין אויף ראמאן לעטאס, פארוואס זענען זיי באגלייבט לגבי די אנדערע פראדוקטען?
בלומענקראנץ שרייט שוין לאנג אז פארשידענע קאמפאניס טויגען נישט.
מוזט נישט אריינמישען סאטמאר איבעראל
תוקן על ידי - allnewspic - 01/12/2005 4:00:25
איך פארשטיי נישט די גאנצע זאך
1) דער הרב גארנישט (ועוד) גיט דאך אליין א הכשר, זאל ער שרייבן א צעטל "הוסרה ההשגחה"
2) ווי קענען דיינים ווי ר' פישעלע זאגן אז א צווייטנס הכשר טויג נישט? מען רעדט דאך דא פון "בודק" אויך, שטייט "תרד" וואס מרופט היינט אהן spinach , האט מען גערופען דעם רב גיזינגער און דן געוועהן בפניו.
3) סמיר נישט מסתבר אז מען האט אזוי פיהל חתימות צוזאמען דגענומען אין אזא קורצע צייט.
4) ווער איז דער וואס איז פאראנטווארטליך אויף די צעטלעך? איז דאס נישט א צווייטער איסור אויף קאמפיוטערס?
עפעס מעג דאך "כשריקע" אויך אריינרעדן דא,
אויף די צעטל זעה איך חתימות פין רבנים, רובם זענען בעלי מכשירים,
אין דער ר' משה וויא איז א באקאנטער פיגור אין עולם התולעים, ער האט געמאכט אפאר ספרים אין די הלכות מיט בילדער,
ווי עס זעט אויס פין די צעטל מיט די אלע רבנים, רעדן זיי נאר פין ראמעין לעטוס מיט בעיבי ספינעטש,
סאיז משמע אז די אייזבערג לעטוס וואס בודק פארקויפט איז אפשר יא בסדר, בפרט אז ר' הלל וו"ב האט געחתמעט, איז משמע אז מרעדט נישט פין בודק, ווייל ער איז דאך דארט א בעל מכשיר
אינטערעסאנט, אינטן פין קול קורא איז געחתמעט א בעל מכשיר פין פרעש עקספרעס, ווי ער איז מוסר מודעה אז ער נעמט אראפ די השגחה פין יענע קאמפעני, זעעט אויס אז סהאט עפעס מיט דעם שייכות, כהאב שוין פין לאנג געהערט מרנן זיין אויף פרעש עקספרעס
תוקן על ידי - כשריקע - 28/11/2005 2:04:31
מילא די רבנים המכשירים, אבער וו קומען די אלע רבי'ס און רבנים וואס זיצען אויף אלע אבן הפינה'ס אויף דעם צעטל?
איך מיין אז עס איז גרינגער ארויסצונעמען היינט די חתימות ביי זיי ווי איידער א חתימה אויף א טשעק פון 18 דאלער.
עס פארגייט דעם אפעטיט.
עפעס איז פאני און פישי.
לגבי די בעלי מכשיר, לכתחילה מאי קסבר?
און וואס איז יעצט געשעהן, פרעשור?
איז ממש דא ווערים?
אלס איז ביזנעס עס זענען פארהאנן דיעות אז אפילו קראוט מיט ווערעם קען מען עסען.
טו וואס איז דער סקאנדאל אויב מ'טרעפט ווערם איך האב געטראפן א פיצעלע ווערם קריכען אויף דעם פלעסטיג פון מייט שבת טיש קריכען נעמען מיין שטיקעלע קויליטש.
האב איך געגעבען א בלאז און ס'איז נעלם געווארן. ס'קען זיין אז עס איז געפלויגען איבער די ברענעדיגע ליכט און טויטער הייט אריינגעפאלען און מיין ווייב'ס גאלדענע יאך?
מי יודע?
TRUE STORY
אבער לענין די שאלה איז אויב דער רב ויא האט געטראפן ווערים זאגט ער דען אז עס איז "אסור" אדער אזא פאראווע לשון אז מ'זאל עס נישט נוצען?
מיר זענען דאך אלע עמ-הארצים צו אונז קען מען רעדן לשונות וואס זענען אויס געשטעלט פאר 'נשים ועבדים וקטני הדעת'
וכבוד הרבנים הושפל עוד דרגא
Stop with letzunes when dealing ith 6 times pig each...
I am VERY serious
צו שרייבען "ולכן אין לאוכלם" איז ליצנות, ובמחילת כבוד הרב ויא שיחי' לעולם ועד
אויב טאקע מ'רעדט פון 6 לאוין איז דאך עס "אסור" 6 מאהל פארוואס נוצט ער דעם פאראווע לשון?
מעג איך האבען מיינע חששות אז מ'רעדט אפשר דא נישט פון קיין איסורים נאר פון 'חומרות'...
דער דרך פון שרייבען 'כרוזים' בנוסח הפויפסט [בלי טעם] איז אימפארטירט פון ארץ ישראל... נוסח 'שייטל' , עירוב , כו' כו'
זאל ער שרייבען פארוואס עס איז נאר 'אין לאוכלם'
איז עס אפשר ווייל מעיקר הדין קען מען מתיר זיין?
איז עס אזוי ווי קרויט וואס די צדיקים עסען נישט און ווי א סאך ספרים שרייבען טאקע אויף קרויט "ואין לאוכלם" אבער וויבאלד איך עס יא קרויט מעג איך נאך אלס עסען הנ"ל?
זאל מען זאגען!
נישט א יעדער דא איז א 100%טיגע עם הארץ איך האלט אז איך בין נאר א 95% עם הארץ
איז מארגען ווען איך גיי קיין מענדאלסאהן קויפען מיין טעגליכע פלאפעל, מעג איך אדער נישט?
יוסי
הלכה כר' יוסי... מחביריו אפילו יחיד כנגד רבים, מכיוון דנימוקו עמו
ומכלל הן אתה שומע לאו, אויף די אלע גזרת הכתוב'ס מיט די טעמים כמוסים, מיט די אין מגלין אלא לצנועים'ס.
די תורה האט מען געגעבן בקולי קולות, האסט וואס צו זאגן זאג!
HOT! HOT! HOT!
שמעתי מאחד הרבנים החתומים על הקול קורא
מען מיינט בכלל נישט "בודק". סאיז כשר כבראשונה.
מען מיינט די פרישע לעטוס פון DOLE מיטן הכשר פון STAR K
נאכאמאהל "בודק" איז כשר.
אויפן בי"ד של מעלה וועט איהר זאגן: שמעתי מ"באטשי",
וועט אייך תיכף דער גיהנום שמש אפלאזען,
און איבער געבן פאר דעם מלאך הממונה על השוטים.
ליתר שאת
CHECK IT OUT WITH YOUR LOCAL RABBI
הק' באטשי בן עמבער ושם אמו אוניו מגליל התחתון
איך האב שוין ארויסגעגעבן דעם ארדער ביי מיר אין שטוב אז די ראמען לעטוס מעג מען מער נישט קויפן! און אלעס וואס איז דא האט מען אוועקגעווארן.
אז די רבנים הייסן נישט עסן, עסט מען נישט!
כאטש איין ניק שרייבט אויף א צווייטן ניק הלכה כמותו קעגן רבנים.
KJ
ניין דער הלכה איז ווי דער נודע ביהודה!
שו"ת נודע ביהודה מהדורה קמא - יו"ד סימן כז ד"ה מכתבו הגיעני
מכתבו הגיעני על דבר התולעים הנמצאים בקמח הנה להפוסקים בסעיף ד' שאין לחוש שמא פירש אין כאן חשש אלא שהכריע שם להחמיר ונוכל לומר שלא הכריע להחמיר רק בתולע עצמו שהוא איסור דאורייתא אבל התערובת הוא איסור דרבנן שמן התורה גם בריה בטלה. אלא שלפי כלל, הס"ס כיון דקודם שעשו ממנו לחם הוא תליא בפלוגתא והוי ספק דאורייתא שוב לא מהני מה שנתערב בלישה ואפיה וכמבואר בכלל הראשון בכללי הס"ס להש"ך. אבל אם לא נודע התולעת עד לאחר האפיה יש להקל בהפ"מ ואם הקמח מונח בכלי הפרי חדש מיקל לגמרי. אך אף דמסתבר טעמיה אין להקל נגד שאר הפוסקים שכולם מחמירין אבל בצירוף קולא הנ"ל בספק אם פירשו כלל עכ"פ אין למחות במי שמיקל. ולכן כללא דמלתא אם הקמח מונח על הארץ יש למחות ולאסור אבל אם מונח בכלי מי שבא לשאול יאמר רוב הפוסקים מחמירין ואם אעפ"כ ירצה השואל להקל לעצמו לא ימחה בידו ק"ו שא"צ לדרוש ברבים לאסור. ועכ"פ ידרוש שאין חיוב לבדוק מתחלה כלל. ולרוב הטרדה אקצר ובזה שלום.
קלארע דברים וואס מ'קען זעהן פון דעם קליינעם תשובה.
אפילו ביי אזא דבר חמור ודאורייתא ווי תולעים אויב עס איז דא אפילו איין דעה און רוב פוסקים האלטען נישט אזוי דאך טאר מען שוין נישט דרש'ענען ברבים לאסור!
מי יגלה עיני הקדוש ("דער לאנגער שווארצער" כינוי הבעש"ט הק') בעל נו"ב זצוקלה"ה אין זעהן די היינטיגע מוחים.
KJ אפשר קענסטו מיר געבען צו פארשטיין פארוואס איז דער התאחדות שטיל?
פאר וואס האט נישט דער קול קורא דעם חתימה פון ר' אהרן טייטלבוים?
פאר וואס איז ר' ז"ל חתימה פאר ר' פישעל'עס נאמען?
איך האב מיינע חששות אז די רבנים דא זענען אריין געשלעפט געווארן דורך פיפיגע יונגען, ווייל אין דער סדר החתימות איז א לימוד פאר זיך
און איך מיין אז דאס אלעס ווערט און געפירט מיט אנדערע חשבונות.
איך וועל ווייטער עסען נאר מיט א גוטע הכשר וזה הכל
yochee
איך בעט דיר: טו דאס נישט. די רבנים וועלן דאך צעקראכט ווערן אז דו עסט תולעים ח"ו...
יוחי
איך גיי מיט נישט אריינלאזן אין דיר אין וויכוחים, כאטש איך האב אפאר גוטע פראגראמען וואס איך קען צוזאמען קלאפן פארשידענע מראי מקומות אויף דעם ענין.
דער סך הכל איז, ביי מיר, אזוי האט מיך מיין טאטע אויסגעלערנט, אז רבנים זאגן מען זאל נישט עסן עסט מען נישט, מען זוכט נישט צו זיין קלוגער.
איך האב נישט קיין טענות אויף דיר, דו ביזט אפשר נישט קיין אונגארישער, קען זיין דיין טאטע האט דיך אויסגעלערנט אז ווען רבנים הייסן נישט עסן עסט מען יא!
יוסי
דא יורסעלף א פעיוואר
רוף אפ איינער פון די רבנים החתומין על השטר, וועסטו קלוגער ווערן און פאסטן איין אינטילעגנטע תגובה כדרכך.
וועסטו זיך נישט דארפן קריגן מיט קיין פייערלעשער צו זיין טאטע קען מעהר לערנען ווי דער נודע ביהודה.
שוין דער צווייטער וואס איז מערר אויף מיין יחוס
WELL WELL
אין בין אן אייניקעל פון א פאר תלמידי הבעש"ט הק' און פון א פאר תלמידי החת"ס ועוד
מיין טאטע האט מיך גוט געלערנט צו זיין א יודע ספר ער אליין האט געלערנט אין קראלי ועוד ישיבות קדושות
און יעצט צום ענין
KJ
פערצופאל רעדט דער נו"ב פון תולעים דאס איז נישט געוועהן מיין נקודה, איך האב געוויזען אז דער נודע ביהודה כאטש עס האט זיך געהאנדלט ביי כמה וכמה לאוין דאורייתא דאך האט געהאלטן אויב עס איז דא דיעות אע"פ וואס ער פסקנט נישט אזוי דאך דארף מען נישט מוחה זיין.
דאס איז א כלל אין הוראה.
אפשר וועלסטו מאכען א פשט'על אין זאגען: נא דער נו"ב איז געווען אין א מאדערנע שטאט (כמובא בחת"ס ) וועל איך דיר ברענגען א תשובה פון דיין רבי משו"ת דברי יואל (סימן יג דף פ)
KJ NO PROGRAM WITH THAT SEFER
נאר א דוגמא -ווי ער שרייבט עס א סאך מאהל אין זיינע ספרים- אז מוחה זיין קען מען נאר אויב עס איז נישט דא קיין שום צד היתר
כבשו"ת הרא"ש אז ער האט אויפגעהערט מוחה זיין אפילו ווען ער האט געהאלטן אז זיי זענען עובר על דברי תורה (דאורייתא) פון הלכות שמיטה [לגבי הלכה איז אן עובר על השיביעית כמחלל שבת דהיינו הך)
דאך ווי באלד זיי האבען געהאט א טענה האט ער געשוויגען
נ.ב. וואלט סאטמאר רב מוחה געוועהן על המשתמשים בעירוב? לייענט די קטע המצורף פה
[בילד – נישט אפגעהיט]
יוסי
ס'נאר ביי דרבנן'ס נישט ביי דאוירייתא'ס ווי תולעים מיט בחירות, ומעשה רב
אמע"כ הרבנים הגאונים יושבים על מדין פה היידפארק שליט"א
פארגאנגענע וואך בין איך געפארן מיט א היטש פון וויליאמסבורג קיין בארא פארק פארציילט מיר דער מנהיג אז ער איז געווען ביי ר' יחזקל ראטה שליט"א און דארט איז פארגעקומען א שטורעמישע מיטונג פון רבנים איבער ווערעם אין די קרויט מ'האט געעפענט איין פעקעל נאכן צווייטן און אלעס איז געווען ווערעמיג, אלע זענען געווען פרישע פעקלעך פון DOLE, און פון פרעש עקספרעס.
דער בעל מכשיר פין פרעש עקספרעס האט זיך דארט אפגעזאגט פון די השגחה.
היינט איז שוין דא פרישע צעטליך פון ר' הלל וויינבערגער פון התאחדות און פון רב בעלסקי פון OU אז בודק איז כשר און דער איסור איז נאר אויף LATTUCE FRESH ROMANE .
יוסי,
איך פארשטיי נישט וואס די זאגסט?
דער נודע ביהודא פסקנט אז מ'מעג עסען ווערים?
דא איז נישט דא קיין מחאה נאר להסיר מכשול פאר דעי וואס האלטן אז עסען ווערים אז א דאורייתא.
יוסף נפתלי
ניין דער נודע ביהודה זאגט נישט אז מ'מעג עסען ווערים
פאר די וואס האבען געלערנט אין ר' מענדל גרשון'ס ישיבה וכדומה וועל איך נאך אמאהל מאכען מיין נקודות אין קורצען
1) ווערים איז אסור אין עקעלדיג פע פע פע so there!
2) איך עס געפאקטע גרינצייג נאר מיט אן השגחה מעולה see i'm a tzadik
3) מיין הערה האט זיך לכתחילה בצויגען צו די ווערטער פון הרב ויא ווי ער שרייבט "ואין לאוכלם" נישט "אסור" און אזא שפראך איז 'יצא שכרו בהפסדו" ווייל איך, [און איך מיי די אויך] עס 'יא' דברים וואס אויף זיי שטייט "ואין לאוכלם" דהיינו דברים שצריכים בדיקה, ווייל מיר פראסטע אידעלעך עסען מיר CHERRIES, CABBAGE וכו' אף על פי וואס די הייליגע צדיקים זענען געוועהן נזהר "שלא לאכלם"
טו וואס מיינט א קול קורא פון "ואין לאוכלם" איז עס סתם א מדת חסידות? אין נאר אויף דעם לשון זענען מיינע תגובות.
4) אויב מ'טרעפט ווערים אין מאכלים מיינט נאך נישט אז לפי כל הפוסקים דארף מען עס בודק זיין ווי ס'שטייט אין נו"ב
5) אויב א רב שרייבט "אסור" ווייל עס איז א "מיעוט המצוי" אדער לשונות כאלו וואס א יודע ספר קען פארשטיין איז פיין, אבער סתם שרייבען קול קורא'ס איז א קלקול אין א בזיון הציבור מ'מוז שרייבען פשוט'ע סעיף און סימן פארוואס עס איז אסור.
6) אויב דער רב האט אראפ גענומען דעם הכשר פארוואס דארף מען א קול קורא? ווער קויפט דען געפאקטע ירקות אהן א הכשר?
נאר ווי איך האב געשריבען מיין חשש איז אז א 'פרומאק' וואס איז ארום געלאפען פאר חתימות האט פשוט געוואלט צוזאם ברענגען חתימות ווי ר' ז"ל ט"ב איז בראש, ובפרט אז ער איז איין שורה למעלה פון הגאון הדור ר' פישעל'ע ואידך זיל גמור.
WAKE UP AROINIM! MAKE A COPY WITH ALL
חתימות
AND REB ARON בראש
AND HANG IT ALL OVER NYC
יוחי, נעם נישט מיינע ווערטער פרעזענליך, איך מיין לטובתך,
דיין אחריות איז גרויס, גיב בעסער אכטינג אויף דיינע ווערטער, דו ווילסט נישט האבן די אחריות פין יודן וואס עסן ווערים ציליב דיין אוועקמאכן א קול קורא,
אין אדם חוטא ולא לו, דו וועסט גארנישט האבן דערפון,
דער פאקט איז אז די זעלביגע רבנים וואס גיבן די השגחות אויף די זאכן, די זענען די וואס אסרן יעצט, איז ליצנות זיך צי פארלאזען אויף זיי ווען זיי גיבן יא די השגחה, אין ווען זיי זאגן אסור זאל מען זיך אויסלאכן,
סתם אזוי ווייס איך פאר א פאקט אז אב"ד קארלסבורג שליט"א פארפירט שוין א לאנגע צייט אויף צוויי קאמפאניס וואס פארקויפן ווערעמיגע קרויט
כשריקע,
וואס פארשטייסטו נישט דא?
ווי קומען אריין די רבנים וואס זענען "נישט" בעלי מכשירים אויף'ן צעטל?
און אויב האבען זיי געזוכט אלגעמיינע שטאט'ס רבנים, מיט א ריינע כוונה, וואלט דער רשימה זייערע אויסגעזעהן גאר אנדערש.
כשר
דא פארדינסט נישט קיין ענטפער.
די האסט נישט געליינט א ווארט וואס איך האב גשריבען אדער האסטו נישט משים לב געוועהן.
איך וועל אזוי פוהל כבוד געבען דיין תגובה ווי די צו מיינע
איך האב יעצט געגעסען פאמפקין סידס און באמערקט א לעבעדיקע ווארעם קריכען אין די הויפען שאלאכטץ אויפן טיש, איך האב מיך גוט פארעקעלט. הזהרו.
אין די צייטונגען די וואך איז געדרוקט אלע 3 מודעות וואס יוסף נפתלי האט ציטירט:
1) א גרויסע קול קורא אז מען זאל נזהר זיין פון עסן Romaine Lettuce,
2) א מודעה אז מען האט אראפ גענומען די הכשר פון Fresh Express,
3) א מודעה אז בודק איז יא כשר.
והכל על מקומו יבוא בשלום.
װייסט אפֿשר איינער װאס די מעשה איז מיט dole װאס האט די הכשר פֿון װאשינגטאָן הייטס און הרב גרובער שליט״א?
יוחי,
איך האב גיט דורכגעליינט דיינע תגובות,
אפילו דו מיינסט מן הסתם גארנישט שלעכט, קען אבער דער לייינער פארשטיין אין ארויסנעמען קולות לגבי די גאנצע ענין פין תולעים אין קרויטן, אין באקימען א לייכטזיניגקייט צי די קול קורא'ס פין רבנים המכשירים,
יוחי, גארנישט פערזענליך
זשיד,
ווי איך פארשטיי זענען די אנדערע אינטערגעשריבענע רבנים געווען פארמישט נאך בעפאר מהאט ציזאם געריפן א אסיפה מיט די מכשירים,
איך האב שוין געהערט פין די שערוריה אפאר וואכן צוריק, סאיז צים ערשט געליגן אויפן טיש ביי סתם רבנים מורי הוראות מיט עסקנים,
דערנאך איז געלונגען ציזאם צו ברענגען די אלע מכשירים מיט די אנדערע רבנים
ווער ווייסט,
אלע Romaine Lettuce דארף מען בודק זיין DOLE אויך אפילו מיט די השגחה
בודק מאכט עס נישט
דו וויסלט זיך פארענפערן פאר מיר אז דו האסט טאקע משים לב געוועהן, דיין חשש איז אז אנדערע וועלען נישט און מ'וועט עסען ממש ווערים בעין OK
איין מינוט
קודם לאז מיך פארברענען מיין נודע ביהודה... OOOPS מיין נודע ביהודה קען איך פטור ווערען וואס וועט זיין מיט אלע וואס האבען דעם נו"ב.. אוי א בראך!
כשריקע
הער גוט! ב"ה פאר דעם אינטערנעט, ,כל מה שברא הקב"ה בעולמו לא ברא אלא לכבודו! דא קען מען מגיב זיין אהן קיין הטרדות פון אזעלכע ווי דו
1) מ'טאר נישט עסעס ווערים!
2) מאכלים וואס קענען האבען אין זיך ווערים איז אמאהל אסור צו עסען צוליב א 'חשש' (נאר אויב עס איז דא א חשש אז דער ווארים האט רומש געוועהן על הארץ אויב באמת ס'איז נולד געווארן במקומו דאמאלס יאכלו ענוים וישבעו!) אפשר איז דא אין דעם תולעים
אבער א 'חשש' תולעים איז נישט 'תולעים' ווער עס ווייסט נישט דעם חילוק איז כדי ער זאל מאכען א שיעור אין לימוד הלכות
3) אויב ווערים איז נישט המיעוט המצוי קען מען עסען אהן בדיקה, פאר דעם מעג מען אריין בייסען אין א CHERRY ווייל בימינו איז ווערים אין טשעריס נישט מצוי
4) סאלאט איז דא א חשש אז ווערים איז יא 'מצוי' און אויך איז דא א 'חשש' אז די ווערים זענען קודם געוועהן רומש על הארץ איז כדי פאר א ירא שמים אז מ'זאל עס גוט בודק זיין אדער קויפען נאר מיט א גוטען הכשר!
5) וויבאלד אויב איינער האט א סאך סאלאט קען מען איהם מתיר זיין נאר בודק זיין א פאר בלעטעליך (RESTURANTS וכדומה) איז כדי פאר א ירא שמים מברר זיין צו מ'האט עקסטער בודק געוועהן יעדעס איינציגע בלעטעל, ווייל על פי הדין איז מען דאס נישט אלעמאהל מחיוב צו טוהן.
ועכשיו
נאר א פאר שאלות פאר דו וואס טראכטען אהאהל איבער אונזערע חרדישע גזעלשאפט.
א) אויב מ'האט אראפ גענומען דעם הכשר וואס דארף מען א קול קורא פון א 'טייל' רבנים? איינער קויפט דען אהן א הכשר סאלאט?
ב) ווער האט באצאלט פאר דאס אריינלייגען אין די פרעסע [המודיע, דער איד, בלאט,...]?
ג) איז געוועהן אן אסיפה 'מכל החותמים'?
ד) איז אפשר איינער ארום געלאפען פון איין רב צום צוויטען [כדרך רוב הקול קורא'ס] זאמלען חתימות?
ה) ווי אזוי באקומט מען א מקום חתימה בקול קורא הזה, האט איינער מחליט געוועהן דעם רב יא דעם רב נישט?
איך האב כהתגובה הנ"ל מיינע אייגענע טיאריעס ווי אזוי אזעלעכע זאכען ווערען געבאקען ביים חרד'ישער ציבור.
דאס איז די אונטערשטע שורה,
דו רעדסט פין טעאריעס, אין איך רעד פין פאקטן,
חוץ מזה רוב עולם איז נישט אזוי בקי אין קיין נודע ביהודה, אין אוודאי נישט אין מער פרטים, מגייט צי צי זאכן זייער גראד אין פלאך, דו ביסט מן הסתם מער בקי אין די קליינע אותיות ווי סתם המון עם
יוסי אבי געשאסן
די מאכסט הנחות אהן בעקאפ
3) אויב ווערים איז נישט המיעוט המצוי קען מען עסען אהן בדיקה, פאר דעם מעג מען אריין בייסען אין א CHERRY ווייל בימינו איז ווערים אין טשעריס נישט מצוי
ווערים אין טשעריס בימינו איז יא מצוי און פאר דעם טאר מען נישט אריין בייסען אין א CHERRY פרעג די משגיחים פון די CANED CHERRYS
4) סאלאט איז דא א חשש אז ווערים איז יא 'מצוי' און אויך איז דא א 'חשש' אז די ווערים זענען קודם געוועהן רומש על הארץ איז כדי פאר א ירא שמים אז מ'זאל עס גוט בודק זיין אדער קויפען נאר מיט א גוטען הכשר!
אויף סאלאט איז נישט קיין חשש, עס איז מצוי.
5) וויבאלד אויב איינער האט א סאך סאלאט קען מען איהם מתיר זיין נאר בודק זיין א פאר בלעטעליך (RESTURANTS וכדומה) איז כדי פאר א ירא שמים מברר זיין צו מ'האט עקסטער בודק געוועהן יעדעס איינציגע בלעטעל, ווייל על פי הדין איז מען דאס נישט אלעמאהל מחיוב צו טוהן.
עס ווערט בחזקת אינו מתולעים וואס על פי דין איז דאס גענוג פארדעם איז כדאי פאר א ירא שמים מברר זיין צו מ'האט עקסטער בודק געוועהן יעדעס איינציגע בלעטעל
און צום לעצט זע איך אז די לייענסט נישט מיינע תגובות
ג) איז געוועהן אן אסיפה 'מכל החותמים'?
דער תירוץ איז יא
אזוי ווי איך האב געשריבן בבית מדרשו של הגר"י ראטה שליט"א.
WOW SOMEBODY IS ANGRY
איך האב נישט צייט אין כח איבער צוגיין נאכאמאהל איבער אלעס.
אבער פטור בלא כלום א"א ...
יוסף נפתלי
HERE IS BACKUP
טשעריס דארף מען נישט בודק זיין בזמה"ז "על פי דין"
הנה קטע מספר "הכשרות" (ר' יצחק יעקב פוקס) בהסכמת ר' ש.ז. אויערבאך, הרב וואזנער. הרב משה הלברשטאם.. וכו' וכו'
נ.ב.
דובדבנים איז CHERRIES אויף עברית
איך האב עס נאכגעקוקט ביי דער לינק
http://milon.morfix.co.il/PSSSST
ר פישעלע מיט ר' זלמן לייב מיט קאשויער רב זענען געווען ביי ר' יחזקא' ראטה?
WOW ANY PICS?
תוקן על ידי - yohcee718 - 01/12/2005 22:10:12
[בילד – נישט אפגעהיט] טשעריס? אפשר אין א"י דאהי נישט
און אפילו דארט איז א גרויסע קשיא אויף מיין עלטער באבע וואס האט מיר אהנגעזאגט קיינמאהל נישט אריין בייסן און א טשערי ווייל זיי זענען ווערעמיג.
אבער וואס איז מיט LETTUCE? מאבסט דערפון אז עס איז נאר א חשש
די לייענסט נישט וואס איך שרייב
בזמה"ז איז נישט דא דיין עלטער באבע אין איך אליין אין מיינע יונגע יאהרן געדענק איך גוט די ווערעם אין די קארשען.
אבער אמעריקע און PATHMARK ווילען נישט קויפען קיין ווערימיגע CHERRIES ממילא איז מער נישט דא!
קענסט קויפען 100 באסקעס אין דו וועסט נישט טרעפען איין ווארעם!
IT"S THAT SIMPLE
I'm still very curious if we will see a picture of Belsky and Reb fishele by R. Y. Roth.
OOOPS כ'האב פארגעסען צו ענפערען איבער דעם ווארט 'חשש'
איך זעה אז מיר טענה'ען זיך איבער SEMANTICS דהיינו שימוש הלשון.
OK א בהמה וואס מ'שחט כשר וישר דארף מען מאכען א בדיקת פנים ווייל עס איז דא א 'חשש' אז דער בהמה האט א סירכא וואס קען זיין טריפה.
איינער וואס עס אהן בדיקה דארף ער 'חושש' זיין אז 'אפשר' האט ער גע'עסן נבילה.
OOOPS וואס איז מיט לעטוס ...איז סתם א חשש? אזא פלעין פשוט'ע ווארט 'חשש'???
יא א 'חשש' ווייל ביז ווילאנג מזעהט נישט דעם ווארעם בעין איז עס א 'חשש' און ווען עס איז דא א 'חשש' איז אסור צו עסען אויב ווערעם זענען מצוי
אויב איינער עסט לעטוס בלי בדיקה דארף 'חושש' זיין אז אפשר האט ער גע'עסן א ווארעם א בריה וואס האט רומש געוועהן על הארץ און ער דארף תשובה טוהן על ה'חשש' שאכל.
GOT IT?
יוחי
איך בין מקנא דיינע נערווען! הלואי מיין א ב רבי, האט צו מיר אזוי פיל געדולד...
תורה הוא ולימוד הוא צריך!
יוחי
דער קול קורא פין די רבנים דאהי, שטייט בפירוש אז עס איז אן איסור חמור צו עסען.
לכאורה זעהט מיך אויס, אז מען האט זיך פארלאזט אויף די גויעשע קאמפאניס ווען זיי וואשען די לעטאס.
איך פלעג עסען געהעריגע דאל לעטאס אהן קיין שום השגחה, ווייל בלומענקראנץ האט געשריבען אין ביכעל אז מען מעג עס עסען, ווייל עס איז נישט במציאות אז עס זאלען איבערבלייבען ווערים נאכדעם וואס מען וואשט עס מיט אזעלכע כלים.
איך פארשטיי נישט וואס איז געשעהן יעצט אז עס איז יא דא ווערים, און פין ווי זיי קומען, אבער זעהט אויס אז עס איז געווען א טעות אין די הנחה אז די געפעקעלטע בלעטלעך פארמאגען נישט קיין ווערים.
פאר א יאר פסח האבען די זעלבע רבנים {נישט די בעלי מכשירים- נאר די כלל רבנים וואס מען זיצט אויף די סטידישעס ביי אבן הפינה'ס} אויך ארויסגעגעבן א איסור אויף חסה בכלל, אפילו פון ארץ ישראלדיגע קאמפאניס.
די ריכטיגע מבינים האבען געזאגט אז עס איז נישט מעגליך, און דערנאך איז טאקע ארויסגעקומען דער וואסער קאנטערוועסיע, ווי מען האט געטראפען אז עס איז דא ווערים ווייל מען האט עס געוואשען מיט וואסער וואס האט ווערים.
זייט דעמאלט רעכן איך זיך נישט מיט קול קורא'ס פון רבנים וואס שרייבען אויף זאכען וואס איז נישט אין זייער פעלד.
ווער ווייסט וואס איז יעצט דער פראבלעם?
ליכטיג טייערער, ליהודים היתה אורה
פארליר דיך נישט, סאיז געוועהן איין ערנסטער חשש, פון וואנט האבן זיי געדארפט וויסן אז ספון די וואסער? ולבסוף האבן זיי ריכטיג מעורר געוועהן.
ווער ווייסט צו די גאנצע וואסער פראבלעם קומט נישט פון דעם מוציא לעז זיין אויף פירות ארץ ישראל
מגילה כ"ה
מעשה באדם אחד שהיה קורא למעלה מרבי אליעזר הודע את ירושלם את תועבותיה אמר לו עד שאתה בודק בתועבות ירושלים צא ובדוק בתועבות אמך בדקו אחריו ומצאו בו שמץ פסול:
באטשי
זיי האבען באמת נישט געמוזט וויסען, יעדער ווייסט דען אלעס?
פרעגט מען א מומחה אויף דעם געביט וואס קען יא?
מארגען וועסטו הערלן א מורה הוראה אויף הלכות שבת ענטפערט פאלש אבן העזר, וועסטו אויך פרעגן פון ווי זאל ער וויסען דעם מציאות?