שטייענדיג היינט פרייטאג, ווארטענדיג אויפן באס, די הענטשקעך אנגעטוהן, די "אויער-שיצער" פארבינדן (קוים פאריגע וואך האב איך געמאכט א שטערקערע קניפ אינעם לאנגן ראבער, ס'זאל מיר גוט פאסן...), די שאל ארומגענומען גרייט צו ווערן דערשטיקט... און אעפי"כ עס העלפט א רעטעך... (די שווארצע מינע... די מער ציפעדיגע...) איך ציטער אוועק אז ס'כאפט א פחד.
פון מיינע שכנים, חברים וואס קומען מיט מיר מיט יעדן טאג, האב איך מיך אויסגעלערנט שוין אפאר זאכן, איינס דערפון איז, אז ווינטער ווען מ'האט אן אויער'ן שיצער'ס קען מען הערן א טעיפ אויך אויפן גאס און מ'דארף זיך נישט שעמען, ווייל מ'זעהט נישט די די מאשינדעל'עך וואס ליגט אינעם אויער... אבער אויף דעם פראבלעם, וואס טוט מען?
פאר איר ענטפערט, מוז איך אזויפיל צולייגן, אז קייען קענדיס האט נישט געהאלפן...
ווייק די אזא גוטע 10 מינוט אינעם הייסען מקוה, וועט אלעס זיין בסדר!!!
תוקן על ידי - catskills - 25/11/2005 19:14:00
א גלעזעל יי"ש קען נישט שאטען.
(ווי זאגט אבא חייא טויבער? איך רעד פון עקספיריענס...)
דער עיקר איז דער קאפ.
אז דער קאפ איז ווארעם איז דער גאנצער גוף ווארעם, אז נישט וועט גארנישט העלפען.
תוקן על ידי - rodney - 25/11/2005 19:59:21
טטטרררררררררר.............קאלט......
אסאך מענטשן האבן מיר שוין טאקע געזאגט אז "מיין קאפ" איז דער פראבלעם...
ווען איך וואלט מיך נישט געשעמט וואלט איך מיך אנגעטוהן דאס וואס איך האב געהאט אלטס קליין קינד, אזא סחורה וואס דעקט צו דעם גאנצן קאפ חוץ די אויגן...
ווען דו זעהסט מיך ווען אזוי, וואלסטו זיך דערשראקן??..
געווען אמאל גוטע צייטן...
דאס וואס די דארפס׳ט
[בילד – נישט אפגעהיט]
אזא קעפל וואלט ענדערש באלאנגט פאר אונזער געזאנדעטען דא "דיפלאמאט".
נאר פארשטייט זיך אז ער וואלט לגמרי נישט גערעדט פון די עכטע קעלט....
ולענין, דאס איז א אמת אז די עמאציאנאלע קעלט איז אין קאפ, והראי' אויב דו פארטיפסט דיך אין עפעס א אינטערעסאנטע זאך, [א פליגער, א קאנסטראקשן סייט, וכדו'] אפילו ס'יז 0 דיגריס וועסטו נישט ציטערן ווייל דיין קאפ איז פארנומען מיט עפעס אנדערש.
לעומת זה די פיזישע קעלט איז אין די הענט און פיס,
די קערפער איז געווענליך נישט קאלט. דוק ותשכח.
דא אין ישראל שפירט מען נישט קיין קעלט.
דאנערשטיג איז געווען אביסל קאלט, סא פרייטיג בין איך ארויס מיט א סוועדער און מאנטל.
אזוי ווי איך האב נאר אנגעהויבן גיין האב די זון אנגעהויבן באקן און געמוזט צוריק אהיים גיין אויסטוהן דעם סוועדער מיטן מאנטל.
שוין בעסער אהין צו פארן ווי קיין פלארידע.
as far as i know
if the feet is warm you are warm
אבער עס פאסט דאך נישט פארן עולם היינט צו גיין מיט א קוטשמע.
דאס איז דאך היינט א מלבוש פון פויערן.