היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » איך וויין....

איך וויין....

25 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1685862

פענסטער » 24/11/2005 21:10



ווייל איך רעד צו מיר אליינס....

קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון מיר...

ביי, איך גיי אויך אוועק פון דא.

נאטורליך » 24/11/2005 21:17

עס זעהט אויס די בעבי וויינט דיר אן אסאך ביינאכט.

not2bz » 24/11/2005 21:21

די מיינסט טאקע אז וויינען איז די עצה?

סעמאן_פיש » 24/11/2005 21:38

עמו אנכי בצרה

mefikel » 24/11/2005 21:58

איך קוק ארויס פון פענסטער און איך זעה איינער ווייייינט,
איך האב נישט געקענט אויפכאפן וואס גייט דארט פאָר, ענדליך באמערק איך א געהענגל (אשכול) אין א בעג מיט גרויסע בוכשטאַבן 'איך וויין....'.

איך עפען עס אויף, און נישט-מער און נישט-ווייניגער איינער האט איבערגעלאזט אזא צעטל:

ווייל איך רעד צו מיר אליינס....

קיינער מאכט זיך נישט וואוסענדיג פון מיר...

ביי, איך גיי אויך אוועק פון דא.



מיין ענטפער צום פארשוין איז ווי פאלגענד:

אז דו קענסט נישט רעדן צו דיר אליין סתם-אזוי, וויאזוי ווילסטו געהאלפן ווערן רעדנדיג צו דיר אליין און א צייט פון נויט?

ווער רעדט נאך פון וויינען צו דיר אליין, א מענטש מוז קענען זיין סעלפ-אינטערטעינינג, דו בעסטע חבר קען נישט אזויפיל העלפן ווי דער מענטש זעלבסט!

אלזא;

נעם דיר צוזאם דיין פעקל ביינער, און שרייב צאם הודל-בודל טשאדעלע-באדעלע שטותים-און-לאקשן פאר-פייער און פאר-וואסער הוילע-באבקעס וואס איז נישט-געשטויגן און נישט-געפלויגן לא-היה ולא-נברא לא-דובים ולא-יער (בעיסיקלי וואט איי עם דאונג רייט נאו)

און פייף אן דו גאנצע וועלט!

זאל זיך יעדער שטעלן אויפ'ן קאָפ!

פענסטער » 25/11/2005 00:33

נאטורליך;

די בעבי וויינט, נאר נישט אויף מיין קאפ.

נאט טו;

עס קוקט אויס אז יא, זעהסט דאך אז דער עולם האט זיך אנגערופען.

סעמאן פיש;

וואס הייסט "עמו אנכי בצרה"? ווי ביסטו געווען היינט א גאנצען פארמיטאג, קיין מאג האט מען נישט געהערט פון דיר.

מפוקל;

קודם נאדיר אזאנס
און נאכדעם די זעהסט נישט אז דעס האב איך געטון, דאס גאנצע גרינדען פון דעם אשכול איז געווען הודעל-בודעל וכו'.

mefikel » 25/11/2005 00:54

פענסטער, וואס זאל איך טאן מיט דיין גראבע-גרויסע-גרינע פינגער?

פענסטער » 25/11/2005 00:56

נישט וויינען שעפעלע כ'על דיר לאזן וואוסען ביי א צווייטע געלעגנהייט, ווי די קענסט עס דיפאזיטן.

קרעמער » 25/11/2005 01:38

מפוקל;

פון דיין תגובה זעהט זיך ארויס דיין אינערליכע געפיהל צום קרעטשמע, דו ווילסט אז עס זאל זיך טאן אויפן פורום, מען זאל רעדן - זאל-אפילו-זיין-נישט-צו-דער-זאך - אבער רעדן!

גלייב מיר, וואלט איך געווען דער קרעטשמער, וואלט איך דיר געגעבן א פאסטן אין קרעטשמע!

הנהלה (אוי, אפשר וואלט איך דאס געברויכט דיסקוטירן מיט אייך ביים זיצונג וואס קומט פאר יעדן ליל ששי..);

אפשר האט איר אוועקגעלייגט עפעס א פאסטן פאר אונזער פריינט מפוקל?

פענסטער » 25/11/2005 01:42

איך בין גרייט אויפצוגעבן מיין קוימען-קערן אויפגאבע פאר מפוקל

פונקטליך וויאזוי ס'זאל צוגיין די טרענספער, העמיר פארהאנדלען ביים וועכענטליכען שיעור...

קרעמער » 25/11/2005 01:55

פענסטער;

געב נישט אויף דעם דזשאב וואס דו קענסט אזוי גוט. לאמיר אויפקומען מיט עפעס זאכליך... איז שוין דא א בוכהאלטער?

פענסטער » 25/11/2005 01:59

אונז העמיר פארהאנדלען ביי די מיטינג, אקעי?

(שטילערהייט... מפוקל זאל נישט הערן, יאך האב מורא אז ער גייט אריינשרייבן און די ביכער הודעל בוידעל פלאץ, סאו מ'וועט מוזען זיכען בעסער'ס.)

יענטאאש » 25/11/2005 15:54

האו אבאוט ער זאל זיין דער גבאי....

שוין העמיר דאס דיסקוטירן ביים וועכנטליכן זונטאג מיטונג.

פעדעקס » 25/11/2005 16:53

איך וואלט געזאגט אז מפוקל וואלט געווען אן ערשטקלאסיגער מגי"ש. ער האט א גלענציגע כח הסברה און דערצו א תלמוד חכם. (כ'האף ער האט שוין אן ענטפער צו זיין ריבית שאלה...)
איך מיין ער זאל פארלערנען א שיעור אין עין יעקב, אזוי ווי פארצייטענס אינעם הקדש שטיבל, די האלץ האקערס און וואסער טרעגערס וועלן זיכער הנאה האבן.

קרעמער » 25/11/2005 17:58

נו, אדרבא

וואס זאגט דער מגיד שיעור אליין?

mefikel » 28/11/2005 05:46

איך בין נישט דא געווען ביז יעצט, אהיימקומענדיג באמערק איך א גאנצן שמועס וועגן מיינע קוואליפיקאציעס און וויאזוי מ'קעו עס אפלייען דא אין קרעטשמע, וויל איך ענק אלע קלאר שטעלן:

איך האלט נישט דערביי!!

פלעין פשוט איך וויל נישט! צו וואס פעלט מיר עס אויס?


ובזה אשום קנצי למילי, זייטס מיר אלע געזונט און געזאלצן!

יענטאאש » 29/11/2005 02:01

אפילו אז מ'פיקל זאגט אז ער וויל נישט, אבער איך האלט נאך אלץ אז ער איז קוואליפיצירט אלס גבאי. אדרבא זיין תקיפות וואס ער ווייזט דא ארויס איז גאר א מעלה.

איך האלט אז דו זאלסט דאס געבן אפאר טעג און זיך גוט איבערטראכטן, כ'מיין ס'לוינט זיך נישט אזוי שנעל אוועקצעווארפן א גוטער געהאלט......

קרעמער » 29/11/2005 02:29

גם אני מצטרף לדברי הראש הקהל שליט"א

ווי ניעד מפוקל!

איך שטעל שוין די ביר לכבוד די אויפנאמע
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 29/11/2005 02:34

איר ווייסט וואס איך טראכט דארט אזוי גלאצענדיג אויפן באטעל?

... אינטערסאנטע זאך... ווען די וויין איז געליגן אינעם באטעל (נישט לאנג צוריק) ... האט זיך די באטעל געהאלטן אזוי שיין גראד ... נו ... פארוואס ווען עס ליגט ביי מיר אין מאגען ... קען איך זיך נישט האלטן גראד???

איינער האט א תירוץ?
[בילד – נישט אפגעהיט]

mefikel » 29/11/2005 17:31

מעיק אפ יור מיינד!

גבאי, מגי"ש, חזן, פענסטער כ'מיין נפחא, אזויפיל ליידיגע פאזיציעס איז טאקע דא?


וואטס גאונג אן העיר?

צומישט! פארלוירן! מיואש! פארווייטאגט!

התאחדות » 29/11/2005 17:38

יאך מיין אז פארווייטאגט איז די בעסטע

קרעמער » 29/11/2005 17:39

מפוקל;

איך פארשטיי נישט דיין פראבלעם, איז די מפוקל'טע נישט מסכים אז דו זאלסט אננעמען א זייטיגע אמט? ברויך זי דיר מער אין שטוב? דאן שרייב: איזל ואמלוך בדביתהו!

קיין אנדערע סיבה זעה איך דערווייל נישט פארוואס דו זאלסט אונז אפזאגען.

mefikel » 29/11/2005 17:51

לאוו דווקא! קרעמער,

דו מפוקלת הבית איז א ריכטיגע אשת איש שעושת רצון מפוקלה, און וואס מפוקל זאגט איז זי מסכים 100%.

ס'מיר פשוט נישט ניחא צו ווערן פארמישט און פאבליק לייף!

COPY?

קרעמער » 29/11/2005 17:55

RODGER THAT

אבער וואס מיינט פובליק לייף?

התאחדות » 29/11/2005 18:01

מענין לענין באותו ענין, האב יאך זיך דערמאנט אין א מעשה.

דער קאשויער רב ביי א דרשה פאר פרויען, סיז דאכצאך א באקאנטע דרשה, ער זאגט דארט בין הדברים, וועלכער איד זעט דען נישט אליהו הנביא, עניוועי פארציילט ער א מעשה פון איינע פון די חברי הבד"ץ דעדה החרדית בירושלים זצ"ל, יאך געדענק נישט דעם נאמען אבער זיין בילד ליגט מיר פאר די אויגן, האט ער געזאגט אזוי, ער האט א זייער א גוטן שלום בית, זיי קריגן זיך נישט אויף קיין שום זאך, ביידע ווייסען פון די גמרא (ב"מ נט.) אמר רב כל ההולך בעצת אשתו נופל בגיהנם, שנאמר רק לא היה כאחאב וגו', א"ל רב פפא לאביי והא אמרי אינשי איתתך גוצא גחין ותלחוש לה, לא קשיא וכו', לישנא אחרינא הא במילי דשמיא והא במילי דעלמא, -יאך מיין אז יאך האב גוט געשריבן דעם לשון, אדרבה תבדקו, וועט איר זעהן צו מיין זכרון ארבעט מיר גוט,- נאר אין איין זאך האבן זיי א דיפרענץ

































ער האלט אויף יעדע זאך אז אס איז מילי דשמיא, און זי ווייטער האלט אויף אלעם אז אס איז מילי דעלמא.