היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » באבוב » ווי איז דער עולם אין 48

ווי איז דער עולם אין 48

3 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1685637

לאןאתההולך » 24/11/2005 19:08

באקומען און אי-מעיל פון 48'טער



ס'דערקענט זיך א שוואכקייט אין 48



איך בין א עד ריאה וואס האט געזעהן ווי שוואך באבוב 48 געפינט זיך היינט, מוצ"ש וירא ביים מלוה מלכה פון די "רשת כוללים" האט זיך אנגעזעהן זייער א שוואך בילד.



עס זענען געווען אויסגעשטעלט 9 שורות טישן פון ביידע זייטן 18 שורות, קנאפע 20 מענשטן אויף א שורה סך הכל 360 פלעצער, קיין "פארענשטעס" זענען נישט געווען און אלע בחורים זענען געזעסן ביי די טישן. (זעסט די בילדער אין דעם סייט חצר הקודש באבוב אין דעם אינטערנעט, נדפס בהסכמת הדומ"ץ )



און נאך 37 מענטשען אויפן אויבנאן ובתוכם די רבנים וואס מען האט זיי געלאדענט, (רבנים גייען איבעראל ווי מען רופט זיי).



דאס איז נאך די עבודה רבה וקשה וואס מען האט אריינגעלייגט אין דעם מסיבה "אבן יסוד", מיט איינלאדונגן און טעלעפאן רופן אז דער ציבור זאל זיך באטיילונגן. (פארפאלן עס דערקענט זיך אז עס פעלט א גרויסער ציבור)



גרויס דרוס איז געווען דער בזיון התורה, וואס מען נישט מכבד געווען אדער דערמאנט לשבח דעם ראש הכולל שליט"א חדב"נ כ"ק אדמו"ר זצ"ל, דער ראש הכולל הגאון ר' יונתן בנימין ג"ב שליט"א האט מייסד געווען דעם כולל העכער 30 נאר צוריק און עס געפירט אלע יארן בגאון ועוז לשם ולתהלה, און יעצט וויל מען דאס פארלייקענען כאילו דאס קרעדיט קומט פאר א צווייטן וואס האט "גארנישט- גארנישט" געטוען דערצו אלע יארן.



ועל כולם זענען א חלק אברכים וואס האבן באקומען "התרת הוראה" זענען חסידים פון האדמור מבאבוב הרמ"ד שליט"א, דוק ותשכח

האלבערשטאם » 24/11/2005 20:22

וואלסט געמעגט וויסען אז א געלט אקציע איז קיינמאל נישט קיין ראיה אין באבוב צו אין א אנדערע גאליציאנע פלאץ.

אז איינער וויל נישט געבן געלט מיינט אז ער נישט קיין חסיד?

אדרבה ער איז א כשרער גאליציאנער.

mechel_g » 24/11/2005 21:18

by the way halberstam, you shouldve known better, this was davka not a gel aktzia, because they knew that for money nobody comes, and look how little people there were