היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » יעצט אויפגעהויבען פון די גאס אין ב"פ

יעצט אויפגעהויבען פון די גאס אין ב"פ

76 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1684658
בלאט: 1 2

Natanya » 23/11/2005 23:33

יעצט אויפגעהויבען פון די גאס אין ב"פ, איינער ווייסט פרטים זאל ביטע פאוסטען
בארא פארק איז פארפלייצט מיט די צעטלעך.

[בילד – נישט אפגעהיט]

polish » 23/11/2005 23:36

נעבעך, זיי האבן שוין שאדן געמאכן הונדערטער טויזנטער דאלער פאר היימישע אינגעלייט.

דאס איז א געפערליכע גרופע און דער צעטל איז ווייט-שפעט.

געלט123 » 23/11/2005 23:46

פארוואס שטייט גארנישט וועגן זייערע גניבות?

purim2005 » 23/11/2005 23:48

בחורים אדער יונגעלייט???????
מי שיודע נא להודיע

Natanya » 23/11/2005 23:50

זענען דאס די חברה וואס מען האט אמאל פאריאגט פון וויליאמסבורג, עס איז געוועהן א מאסן פאריאגעניש!!

travel » 23/11/2005 23:55

דאס זענען בחורים !!

כשריקע » 24/11/2005 00:03

די ערשטע צוויי זענען ליידער יונגעלייט (האלב סעפערעיטעד)
דער דריטער איז א בחור

davka » 24/11/2005 00:05

לערן דיך אויס וויאזוי ארויפצולייגן דאקומענטן אויף היידפארק אז מען זאל עס קענען ליינען אויף איינמאל.

דו ווייסט טאקע נישט פון אזא זאך ווי מינימייז?

Natanya » 24/11/2005 00:08

אנטשולדיגט, איך האב טאקע געמאכט א טעות איך האב עס אריינגעסקענט און געמאכט פאר א gif און איך האב מיר נישט געכאפט אז עס קען זיין צו גרויס, ואתכם הסליחה, אי"ה נעקסט טיים וועל איך זיין מער פארזיכטיג!!!

Catskills » 24/11/2005 00:15

דאס זענען צוויי אינגעלייט, און א בחור, וואס האבן שוין ליידער קליא געלייגט אסאך אידישע שטובער, בחורים, וכו, וויפיהל טאטע'ס און מאמע'ס האבן שוין פארגאסען און מאכען נאס יעדע נאכט די קישען וועגען די עלמענטען.

די בחור איז שוין נישט איינמאל געזיצען אין תפיסה.
מען טאר נישט ארויפברענגען אויפן צינג וואס די חברה האבען שוין ליידער בעוה"ר אפגעטוהן.

כה לחי!!!!
פאר די וואס פירען אהן די מערכה!!!



purim2005 » 24/11/2005 00:21

לדעתי א פאשקוויל איז א מיאוסע זאך למעשה לייגט דאס יענעם צוגרינד לעולם ועד!

אפשר דארף א סנהדרין פסקענען אויב מען מעג????
לדעתי האט דער ווארפער געהאט א געלט issue וואס ער וויל זיך אפרעכענען.
אולי ?

Catskills » 24/11/2005 00:46

קען די תוצאה פונעם פאשקעוויל איז געוועהן ווייל זיי האבען באגנבעט איינעם און מען האט זיי געסטראשעט, אבער זיי קומט זיך שלעק נאך פאר דעם.
איינער ווייסט צו רבנים זענען עפעס אריינגעמישט?

שלוםצאידען » 24/11/2005 01:15

דא האט איר א שטיקל באגריף אויף איינעם פון די דריי חברה פאר ווער עס איז נישט באהאוונט מיט דעם ער האט שוין געהאט די זכיה צו באזוכן די טורמעס פון אפאר מדינת אויף דער וועלט און האט זיך ארויס דערווישט פון צוויי מדינות ווי עס האט געווארט אויף אים א שווערע משפט ער האט אין זיין באזיץ מערערע איידענטיקעשאן'ס אזוי ווי פאספארטן אין דרייווער'ס לייסענס אזוי ארום דרייט ער זיך ארויס פון זיינע פארברעכן

עס וועט קיין סאך נישט העלפן קיין פאשקווילן. ליידער איז דער פארשוין זייער עדיקטעט צו די סארט זאכן. אויב וויל מען זיך באוורענען פון די פארשוינען דארף מען אנעמען ליגאלע שריט און אפשר וועט זיי אביסל אפהאלטן אויב מען וועט פארשפרייטן זייערע בילדער לעיני כל עם

פאר אזעליכע מענטשן וואס האבן מורא אז מען וועט זיי צוגרינד לייגן זייערע לעבענס מיט'ן זיי אויפדעקן,
יא מען דארף אנפרעגן רבנים (ס'איז שוין מין הסתם שוין אנגפרעגט געווארן) כדי מה לעשות . אבער מען מיז פארשטיין אז מיטן דאס האלטן אין געהיים וועט מען צוגרינד לייגן אמשולדיגע נפשות וואס זענען נאך נישט צוגרינד

מער נידעריגר פון דעם וואס די חברה זענען היינט צוטאגס וועלען זיי שוין נישט ווערן אויב מען פארשרייט זייערע גזיכטער אזוי ארום וועט ארויסקומן א טובה פארן ציבור וואס זענען נאך נישט אפגעבריט געווארן פון זיי

משנתחסידים » 24/11/2005 01:25

וואס איז זייער טריק?

ווי אזוי כאפען זיי אריין אומשולדיגע מענטשען?

געלט123 » 24/11/2005 01:25

פורים
מ'זעהט אז דו ווייסט נישט פון וועים מען רעדט דא
ווען יא וואלסטו נישט געפאוסט דיין תגובה דא

איך קען זיי יא
אין דאס וואס מ'טוט איז נאך אלץ צו ווייניג!!!!

Passover » 24/11/2005 01:29

די ערשטע מאל וואס איך הער וועגן דעם, איך גלייב נישט וואס איך הער

A_Jew » 24/11/2005 01:48

פורים, ווען עס וואלט היינט געוועהן א סנהדרין וואלט מען דעם בחור שוין לאנג פארשטיינערט.

רבי_יענקל » 24/11/2005 01:49

שמעתי אז פרייטאג האט מען איינגעזעצט יונגרייז אין תפיסה

תוקן על ידי - רבי_יענקל - 24/11/2005 1:52:14

Passover » 24/11/2005 01:49

מה טובו פון דעם יונגרייז

kutchma » 24/11/2005 01:58

קען איינער למעשה לאזן הערן וואס די פארשוינען האבן אפגעווערטשאפט, אדער איז עס קלאסיפייד?

באבי_צירל » 24/11/2005 02:37

יעצט געהערט פין א 100% מקור,

די לענדלאר (קרוב לשבעים) האט זיין געבעטן אז זיי זאלן זיין שטילער אבער עס איז געפאלן אויף טויבע אויערען,

האט ער זיי געבעטן ארויס צי מופען, האבן זיי געזאגט אז זיי מופען ארויס נאר אויב ער גיט זיי 20,000$ קעש,

קאמענטארען זענען איבעריג...

תוקן על ידי - באבי_צירל - 24/11/2005 2:36:59

Catskills » 24/11/2005 02:54

ווער ווייסט פארוואס זיי דארפען די קעש

רבי_יענקל » 24/11/2005 03:03

א מורעדיגע קשיא!

לכבוד_שבת » 24/11/2005 03:16

עס איז אוממעגליך צי באשרייבן וואס א חברהמאן דער בחור משה פ. איז די פאשקעווילן וועט גארנישט העלפן נעבעך פאר אזא קראנק קינד, איך געדענק נאך 5 יאר ציריק האט ער באגנבט מיינטס א ידיד דעמאלטס האט ער געכאפט גיטע מכות עס האט גארנישט געהאלפן ער פארשטייט נישט עס איז נעבעך א קרענק.

יעצט נישט לאנג ציריק האט ער געדזאמפט בעיל אין בעלגיע אין אנטלאפן מיט א פאלשן פאספארט.

פאריגע וואך האט ער איבערגעדרייט 47 סטריט אין מאנהעטן ווי ער האט באגנבט א 5,000 דאלערדיגע שטיינדל פין א היימישע סוחר אין ווען ער האט געזען ווי גלאט די מעשה איז עם געלונגן איז ער צירואגעגאנגן די נעקסטע טאג אין זיך גענימן פארהאנדלן אויף א 15,000 דאלערדיגע שטיינדל דאס מאל איז עס אים שוין נישט געלונגן אבער ער האט נאך אהנגעיאגט צי מאכן פליטה.

דער עיקר בראך איז אז ער TARGET נאר די ההימישע יודן.

השמר והזהר פין די חברה

אזאנס ווי זיי האבן אינז שוין לאנג נישט געהאט!

תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 24/11/2005 3:20:39

jid_613 » 24/11/2005 03:20


איז דאס דער בחור וואס האט געפרואווט צו בא'גנב'ענען סענטער 1 גראסערי אויף דרייצענטע עוועניו עטליכע הונדערט דאלער, דורך א פאלשע קרעדיט קארד?

לכבוד_שבת » 24/11/2005 03:27

די מעשה מיט CENTER1 ווייס איך נישט,אבער ער האט יא געמאכט א גניבה אין כולל גראסערא אין די גוי ווא ס ארבעט דארט האט אים געזען ארויסוואקן מיט 2 פילע וואגאנן פין אן אנדערע EXIT האט ער גערופן פאליציי.

די מעשות ארבעט ער אהן יעדן טאג, די גרעסטע פלא איז אז משה פינטער מיט בין לאדין זענען נאכנישט געכאפט געווארן.

מציאות » 24/11/2005 03:45

שומו שמים!!!
איך בין זייער נאהנט געווען מיט כמעט צען יאר צוריק מיט איינע פון זיי, ער איז עדיקטעד, ער איז א פעדאפ....ל, איך האב אים אמאל אריינגעפירט אין תפיסה נאכדעם וואס איך בין געוואר געווארן וואס ער האט געטוהן, אלע עלטערן מיזען וויסן פון אים אין איך האלט אפילו פארשפרייטן בילדער, מ'זאל זיין נזהר,
אוי האט זיין טאטע אין מאמע זיך אויסגעוויינט צו מיר, ער איז א גרויסע רחמנות, אין מיר קענען זיין א גרעסערע רחמנות אויב מיר וועלען נישט אכטונג געבן,
ער איז שוין געזיצן אין תפיסה אין בריסל, ועוד
אויך איז ער א גרויסע שווינדלער מיט פאלשע קרעדיט קארדס, פאספארטן, DRIVERS LICENSE,
ער איז מיר אליין אויך שולדיג געלט, איך האב שוין לאנג געזאגט קדיש אויף די געלט,
גוטס אכטונג, ער איז געפערליך, ספעציעל האט ער א שוואכקייט צו יונגע בחורימל'ך
בשורות טובות

איןבעיה » 24/11/2005 03:56

אין ישראל האט ער פארדראגט צוויי בחורים דורך מאכען אן אייער שפייז פאר זיי אין אריינגעווארפען די באקאנטע rape pills אין מען האט זיי געדארפט האספיטליזירען

טרעקטער » 24/11/2005 05:10

עס איז שוין געווען אמאל איין אשכול דערוועגן.

דא איז עס.


זייט פארזיכטיג!


עס דרייען זיך ארום אין ווילי און אין ב"פ קרית יואל, וכו', א גאנצע חבריא פון שקצים טייל דערפון בחורים אינגעלייט די לעצטע דריי חדשים, און זיי האבן געדריקט א 50 מיני טשעקס, וואס קוקט אויס 100 פארצענט עכט, און זיי טוישן אויף ביים עולם ווי עס לאזט זיך.


זיי זענען גפערליכע כיטרע חברה או נערן אריין דעם עולם אין די טשעקס, איך ווייס פון א כולל אינגערמאן נעבעך, האט פונקט געהאט ביי זיך 1050 דאללער צו צאלן זיין דירה רענט, צום שווארץ מזל האט ער אנגעטראפן איינער פון די חברה און יענער האט אים געפרעגט צו ער האט עפעס קעש ווייל ער דארף וויכטיג קעש, און ער צאלט אים 10 פארצענט אויפן געלט אבער שוין, דער אינדערמאן נעבעך האט מקיים פסק געווען, איין 100'דערטער צו מאכן כלאחר יד, (א גאנצע וואך כולל געלט..), און די טשעק האט נעבעך געקראכט, און ער דרייט זיך ארום צובראכן.


זיי האבן אנגעזעצט כמעט אלע גמ"ח'ן אין ווילי און אין ב"פ, טייל דערפון האבן זיי ארויסגעשלעפט איבער צען טויזענט דאללער, אזוי ווייט אז 6 גמ"ח'ן וואס טוישן טשעקס זענען געגאנגען געבראכן און זיך פארמאכט.


דער אנפירער דערפון וואוינט אין ווילי ער הייסט יונגרייז, דער עולם זאל שטיין ווייט פון זיי, און ווען מען זעט ווי זיי ווילן אריין כאפן איינעם אינעם נעץ, גייט צו און לאזט נישט.


זייט זייער פארזיכטיג זיי פארשוינען נישט קיינעם קיינעם!, אהרונים זאליס קלויזענבורגע פאפאנע באבובער וכו', יעדער האט שוין געליטען פון זיי!, יעדער טשעק וואס איר באקומט מאכט זיכער אז איר ווייסט פון אים דאס איז, זייער טשעקס קוקן אויס בעסער ווי איר מיינט, גיט זייער אכטונג!!!

http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/topicarc.asp?topic_id=1560833

WB11211 » 24/11/2005 18:44

א דאנק פאר די וואס פירען אהן די מערכה!!!

כל המציל נפש אחת מישראל כאילו הציל עולם מלא

Catskills » 24/11/2005 19:54

איך הער אז דער מ.פ. האט געכאפט פון איינעם נעכטען מערדליכע מכות, קען עס איינער קאנפערמען!!!!

מציאות » 24/11/2005 20:50

איך הער אז ער איז שילדיג פאר איינעם 100,000$ ער איז קראנק

Natanya » 24/11/2005 20:59

ס"ה איז ער שילדיג פאר מענטשען אלע דריי צעזאמען
1.5 מיליאן דאלאר

באבי_צירל » 24/11/2005 21:38

מען האט נעכטען איינגעזעצט משה פינטער באלד ווען זיין דא א בילד ווי ער איז זיצט אין 66TH פריסינקט

ישראלטשע » 25/11/2005 00:02

ג"א מצטרף להנ"ל
געפערליכע חברה, וועלט בארימטע גנבים קענען זיך לערנען ביי זיי!
קרעדיט קארדס, טשעקס, לייסענס און אפי' פאספארטען...
פשוט יעדע זאך וואס מקען נאר פעלטשען!

travel » 25/11/2005 02:28

קודם כל לאז איך וויסען אז נעכטען נאכט האט מען ארסטירט הב' מ פ, אגב האב איך יעצט גערעדט צי מיין ברידער האט ער מיר פארציילט אז מ פ האט בגנבעט זיין חבר'ס מאמע מיט קנאפע 100 אלפים!!
בכל אופן מען דארף שטיין ווייט ווייט פין די געמיינע אינגען

A_Jew » 25/11/2005 02:33

אית מאן דפרע בממוניה ואית מאן...

געלט קען נאך צוריקקומען (גרינג צו זאגען ווען ער האט מיר נישט באגנב'עט...) אבער די קדושת ישראל וואס דער מנובל האט אזוי הארצלאז בארויבט ביי אומצעליגע קינדער און בחורים וועט קיינמאל נישט צוריקקומען! בידעי ומכירי קאמינא ער האט א דין רודף.

Nusen » 25/11/2005 02:51

וואס איז די מעשה מיט יונגרייז? האט מען עם אויך ארעסטירט?

travel » 25/11/2005 03:09

יונגרייז האט מען נאכנישט אריסטירט אבער יבא יומו ער וועט נאך באקימען וואס עם קימט, וויאזו וויזט אויס דער מציאות סוף גנב לתליה!!!‏‏
האלט אייך רואיג חברה

רבי_יענקל » 25/11/2005 03:12

שמעתי אז מ'האט ארעסטירט יונגרייז פרייטאג

911zalis » 25/11/2005 03:18

אוי משה וואס גייט דאס פאר מיט דיר !
איך בין גאר נאנט מיט איינס פין זיינע געוועזענע חבירים איך קען אזויפיל מעשיות אבער 2 וועל איך פארצילען דער עולם זאל הנאה האבן !
1
ווען ער איז צוריק געקומען פין ארץ ישראל 2 יאר צוריק האט ער געגנבט די סניקערס פין די גוי וואס איז געזיצען לעבן אים וויל ער האט זייער ליוב געהאט די בלינקענדיגע לייטס פין די סניקערס,
2
איין ליל שישי האט ער גערברענגט אין מיין חברס אפיס א טאפ טשאלענט מיין חבר האט אים געפרעגט מה זה ? האט ער געזאגט ער האט געזעהן ווי איינער טראגט עס אריין אין מאכט עס גרייט פאר א קידוש האט ער טועם געווען אין עס איז אים געפוילען האט ער גענומען די גאנצע טאפ מיט יענעמס האנטוך נעבעך ,
אזא קלוגע בחור זאל זיך אזוי באנערישען אוי משה איך שוין דיך מעומק הלב !

ברךמשה » 25/11/2005 03:26

........!!!
[בילד – נישט אפגעהיט]

רבי_יענקל » 25/11/2005 03:31

אין תפיסה זיצט מען אויך צוגעקייקלט?

תוקן על ידי - רבי_יענקל - 25/11/2005 3:41:00

tzvibp28 » 25/11/2005 03:43

ער איז פון די ענגלישע פינטערס?

Catskills » 25/11/2005 18:41

א רחמנות נעביך אויף די ווייבער פון צוויי יונגעלייט, און אויף די טאטעס און מאמעס, סיי פון יונגרייז און פינטער.

travel » 25/11/2005 19:41

די רחמנות איז נישט אויף די ווייבער זייערער די האסט פארגעסען אז איינער איז א גרוש אין איינער איז סעפרעטיט!!, די רחמנות איז ליידער אויף זייער עלטערען
בנים גדלתי וכו'

Catskills » 25/11/2005 20:22

די שאלה איז צו עס איז בכלל דא א עצה מיט די סארט חברה, איז טאקע נאר די ענטפער תפיסה.
און פון וואו קומט דאס צואזא יונגע שראץ זיך אזוי צו אויפירען, צו האט מען איהם נישט געגעבען געוויסע זאכען וואס ער האט פארלאנגאט אלץ קינד??

רבי_יענקל » 27/11/2005 02:37

משה פינטער איז ארעסטירט געווארן צוליעב FRAUD CHECKS,

געליטענע מענטשען האבן זיך צאמגענומען און אים געמסרט, אריינגערעכנט עסקנים פון די " גמ"ח אמונת ישראל" ווי זיי האבן באגנבט צענדליגער טויזענטער דאללער

Ziskeit » 27/11/2005 02:47

זיי האבן געהאט א היתר בי"ד?

איך פרעג סתם פאר נייגעריגקייט.

frootloops » 27/11/2005 02:51

מסתמא
בלאט: 1 2