איידיעס פאר נייע ניגונים
47 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1683482
אזוי ווי לעצטנס הערשט א שטארקע קאמפעטישן ביי די זינגער'ס ווער עס קען אויפקומען מיט די אינטערסאנטסטע ווערטער פאר א ניגון, זאל דאס זיין דדא ביה כולא ביה אדער בן בג בג, עס מוז אפילו נישט מאכן קיין סענטס צום ביישפיל יאמאמיי יאמאמיי אדער אבי מ'לעבט. וויל איך דא פארשלאגען נייע ווערטער, ארויסגענומען פון ש"ס בבלי וירושלמי ומדרשים...
ניגון א': (מקור: ברכות ס"ב ע"א, לחש של בית הכסא)
לא לי לא לי, לא תחים ולא תחתים, לא הני ולא מהני, לא חרשי דחרשא ולא חרשי דחרשתא.
ניגון ב': (מקור: ברכות ס"ג ע"א, מימרת בר קפרא)
זלת קבוץ קנה מינה, באתר דלית גמר תמן הוי גבר
ניגון ג': (מקור: שבת ס"ז ע"א, לחש למי שיש לו עצם בגרונו)
חד חד נחית בלע, בלע נחית חד חד
ניגון ד': (מקור: בראשית מ"ט, י"ט)
גד גדוד יגודנו, והוא יגוד עקב
==
דאס איז נאר א קליינע סעמפל פון ווערטער וואס קענען נוצען ניגונים. ווער עס האט אנדערע ווערטער אין געדאנק, ווערט געבעטן דאס ארויפצולייגן לזכות את הרבים...
זינגער'ס וואס ווילן נוצען די ווערטער, ווערן געבעטן זיך צו פארשטענדיגן מיט אונז פאר די רעכטן דערצו.
איך בין נישט אזא זינגער ווי קרעמער אבער לאמיך פרובירן.
ונהר סחור סחור לי, כל נחשולוהי דימא וגלוהי עלי עדו
זגא דדהבא ורימונא, זגא דדהבא ורימונא, על שיפולי מעילא
בעסער אויף לשון הקודש:
פעמון ורמון פעמון ורמון. אוי זהההההההבבבבבב!!
עלי באר ענו לה
טריי דיס וואן
ועתה פיתוחיה יחד בכשיל וכלפות יהלומין!
אין רעפ סטייל
פרוביר אין רעפ
זיבען ציקוועטשטע טשוועטשקען
ביטע שרייבן מראי מקומות...
(ספר ישעיה פרק כח פסוק י)
כִּי צַו לָצָו צַו לָצָו קַו לָקָו קַו לָקָו זְעֵיר שָׁם זְעֵיר שָׁם
נקבים נקבים חלולים חלולים
(ברכת המזון)
די RYHTHM קען זיין גאר גיט. שמעלצער, פאר שגעון, וועט זיכער ארומדרייען די סדר און זינגן:
נקבים נקבים חלולים חלולים...
תוקן על ידי - average - 24/11/2005 0:23:20
דורכשניטליך;
איך הער נישט אויף צו לאכען פון דיין פארשלאג.
קודם די מראה מקום... ברכת המזון? הא הא הא.
נאכדעם די ארומדרייען די ווערטער מיינסטו אודאי זאגען די צווייטע נקבים פאר די ערשטע און אזוי ווייטער...
ווי יענער בעל תפילה הידוע וואס פלעגט זאגען די צווייטע כי בא פאר די ערשטע.
אוי עוורידזש ביסטו גוט, קיין איין גראד ווארט נישט,
נישט ברכת המזון, און פארקערט איז חלולים חלולים נקבים נקבים.
אבער סיקומט זיך דיר אזאנס
[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער
דיין'ס איז בעסער ווי מיינער.
פארפאלן
אז ס'איז גוט איז גוט
זעהסטו כאטש פארוואס דו ביסט דיין און איך קרע(טש)מער?
ליפא האט בעסערס פון דעים
כגון: אשר צג!!!!!
HOW ABOUT די ניגון,
זה חלופתי!
איי יי יי זה כפרתי!
אוי יו וי זה תמורתי!
how about
א כפרה, א כפרה, א כפרה.
וואס איז נייעס
ס'באקאנט דער שטאטער ניגון..לאאאא אמווווות כי אאאאאחיייייה ואספר מעשה קה.(סידור בית התפילה עמוד תפ"ד)
איינער אזינגער האט געטראכט באזיך פארוואס מוז מען די ווערטער זינגען שטאט מיט א טרויערדיגע ניגן?
לאמיר פראבירן מאכן אויף די ווערטער א לעבעדיקער ניגן אזוי וואס עס זינגט-זאך שנעל,
האט ער אנגעאויבן זינגן אזוי:
לא..לא..לא..לא אמות..אמות..אמות..לא..אמות..
ער האט זיך גלייך געכאפט ביים טעות וואס ער טוט, האט ער מחליט געווען אראפ צו-נעמען דעם ווארט 'אמות' און ער האט זיך געשטעלט זינגען אזוי:
לא..לא..לא.. אחיה..אחיה לא..לא..אחיה...ואספר מעשה קה.
דערמאנסט מיך פון א חזן וואס האט אראפגעלייגט א שיינ שטיקל מיט א קאפעליע;
חזן: והוא .... רחום... יכפר עון .... ולא .. ולא ישחחחחחיתתתת ....!
קאפעליע ברומט אונטער: ... ישחית ... ישחית ... ישחית....
אמאל האט מען געדארפט אויפזיכען א פסוק אדער מימרא צו מאכן א ניגון.
היינט איז שוין נישט קיין פראבלעם צו מאכן אייגענע ווערטער פאר א ניגון.
שוין דא אפילו ניגינום מיט ווערטער. וואס נישט נאר אין פסוק טרעפט מען עס נישט, נאר אפילו אין דיקשענערי ווערט עס נישט דערמאנט.
בכלל קיין ווארט נישט. למשל אף-שימחעס. טשירי באם. אדער וואס זיי זינגען אויף חזק.
חברה א שאד די ארבעט. לאמיר ענדערש פראבירן אויפצומאכן ניי אינטערעסאנטע ווערטער, וואס קען זיין גיט פאר א ניגון.
Chiry bim Ciry Bum is older the you and your father
how about this one
(שבת ל"ה ע"ב)
שלישית סילק, המסלק והטמין, המטמין והדליק, המדליק ושוהה.
א גיטע נאכט
מי שטרח בערב ש-ב-ת, יאכל יאכל ב-ש-ב-ת,
מי, שטרח בערב ש-ב-ת, יאכל יאכל בש-ב-ת.
ויקרא לו לבן "יגר שהדותא", ויעקב קרא לו גלעד, אוי אוי אוי אוי אוי, ויקרא לו לבן, לבן לבן לבן, יגר שהדותא יגר יגר יגר
אוי אוי אוי אוי אוי
ויעקב קרא לו גלעד, גלעד גלעד, גלעד גלעד
הייבט אייך...
מוירעדיג
סחור סחור לענבא לא תיקרב אמרינן לנזירא.
אוי אוי סחור סחור
אוי אוי סחור סחור וכו'
די ריכטיגע ווערטער דערפון זענען אזוי:
לך לך אמרין נזירא סחור סחור לכרמא לא תקרב (עס שטייט אויף עטליכע פלעצער אין ש"ס, איבעראל אביסל אנדערש).
How about
צקלג ומדמנה וסנסנה,
כל מי שיש לו צעקת לגימא על חבירו ודומם,
שוכן בסנה עושה לו דין.
(גיטין ז ע"א)
pashtu minach zarku minach revia
vaydaber hashem el moshe
yudai aschei anu
(b4 mayim achronim)
magal zi magal zi magal zi
(kurban omer)
kol chamiru vachamiu
ish veeis parshandusu veeis dalfon
( the one breath hora)
mir tzim leben dir tzim toit
kapuras
mitn rechten fis
when the choson goes to the chupa
tothething;
דו האסט געניאלע בייפאלן!
(א שאד כ'פארמאג נישט קיין גרינע מענטשעלעך דא).
tothething;
דא האסטו[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער שיקט עס
not2bz;
יישר כח
אפשר קענסטו ערלעדיגן ביי היידפארק זיי זאלן מיר לאזן עפענען דעם פענסטערל פון וואו מען קען זיך אויסוועלן אלע סארט מענטשעלעך, ס'נישט "פעיר"..
פאר די לייגסט אן די שילד אויף הייד פארק, טריי צו דיסעיבלן דיין פאפ-אפ בלאקער פאר די דריקסט לרשימה המלאה.
[בילד – נישט אפגעהיט]לאמיר פרובירן
העי! דו ביסט דאך געוואלדיג
פארוואס האט מיר דאס קיינער נישט געזאגט ביז היינט?[בילד – נישט אפגעהיט]
אנשטאט דיסעיבלאן און אנעיבלען קענסו דריקן די קאנטראל באטן צוזאמען ווען די דריקסט לרשימאה המלאה
וואטס-אפ;
איך מיין אז דא קומט אריין דעם "האומר דבר בשם אומרו"
יאנאש ווען די ביסט גערעכט ביסטו גערעכט,
קרעמער, עס קומט באמת א יישר כח פאר סושי123 פארן מיר זאגן דעם עצה. ובזה יצאתי
יישר כח אייך אלע (סושי, נאט-טו, און...) פאר די גוטע עצות.
למעשה האב איך געמאכט אז די פאפ-אפ'ס זאלן ערלויבט ווערן אויף גאנץ היידפארק, און פטור אן עסק.
אויב דו האסט ערלויבט פאפ-אפס אויף גאנץ היידפארק דעמאלס וועסטו לכאורה יעדעס מאהל וואס דו וועסט אריינגיין אין קרעטשמע פאר-שטוב באקומען א פאפ-אפ, (דאס איז נאר ביי די געהעריגע און נישט ביי מסורת)
איך טראכט עפעס אן עצה וואס דו קענסט אפשר טוהן אז אנשטאט צו ערלויבן אויף גאנץ היידפארק לייג אריין נאר די פאלגענדע ביי די ערלויבעניש ליסטע:
http://hydepark.hevre.co.il/hydepark/post.aspאזוי וועסטו נאר ערלויבן פאפ-אפס ווען דו ביזט ביי שלח הודעה.
פרוביר אויס אויב עס ארבעט ווייל איך בין אויף מסורת און איך קען נישט פרובירן, אויך איז ביי מיר נישט געבלאקט די סמייליס.
a nickel first last shot
בעני;
כ'האב ערשט יעצט באמערקט דיין נעכטיגע תגובה, די אמת איז אז איך האב ב"ה נישט קיין שום פאפ-אפס, נישט אויף היידפארק (אפילו נאכן ערלויבן) און נישט אין ערגעץ.
TOTHETHING;
ביסט זיכער אז דו האסט געשריבן דיין תגובה אין דעם ריכטיגן אשכול?
kramer
see the eshkols title
are those lyrics for a song?
kramer
have mercy
lach shoin fin mayn mechtiga joke
last time i didnt have to beg you like this
you almost gave me a greena mentchala
sorry, but last time you gave us genius ideas of lyrics for new songs, but today's post... i just don't get it.
this is 1 of my favorites...just looking around, it used to be great in here
סושי אויף די ניגון וואס דו האסט פארגעשלאגן צו לצו קו לקו וכו' איז שוין דא א ניגון אין באבוב האב איך אמאל געהערט א ניגון אויף די ווערטער.
דאכט זיך מיר אז עס איז פון קדושת ציון
אפשר אפעס נאך ווערטער אויף נייע ניגונים:
חנינא בר פפא רמי בר פפא נחמן בר פפא פפא בר פפא אוי בר פפא אוי בר פפא
אחאי בר פפא אבא מרי בר פפא רפרם בר פפא אוי בר פפא אוי בר פפא אוי בר פפא
רכיש בר פפא סורחב בר פפא אוי סורחב בר פפא אוי בר פפא אוי בר פפא
סורחב בר פפא אדא בר פפא דרו בר פפא בר פפא בר פפא אוי בר פפא
אפשר איך וועלט געשרייב א ניגון פאר דעם ווערטער און מען אפלאדען צום "נייע במה" בקרוב בימינו, אז חז"ל האט געזאגט: כל הנודר נדר כאילו בנה במה, והמקיימו כאילו מעלה עליו קרבן
(מ-צ'ולדיקט אויף מיין געבראכענע אידיש, איך שפראכען עברית בעווה"ר אין ריל לייף)
תוקן על ידי נוב ב- 28/01/2008 9:47:50
ענגליש קענסטו אויך נישט???
וואס איז נייעס? די חברה ברענגן אונז אויף אלטע נייעס.