היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » בלעדי: הרב זילבערבערג שליט"א קיין נ"י

בלעדי: הרב זילבערבערג שליט"א קיין נ"י

37 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1682135

jewboy » 22/11/2005 11:58

יעצט קומט די נייעס אז הגה"צ ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט"א פארט אי"ה היינט דינסטאג מיטאג (ישראל זייגער) קיין ניו יארק, און וועט וויילען אי"ה שבת אין בארא פארק.

מעריצי ר' צבי מאיר שליט"א האבן אפגעדינגען א די גאנצע ביזנעס קלעסס זיצינג טייל ביי די על אל קאמפאני, כדי אז ס'זאל ח"ו נישט צו קומען צו ראיות נשים.

פרטים יבואו + בילדער בל"נ.

באראפארקער » 22/11/2005 16:37

היינט נאכט קומט פאר א דרשה אין ביהמ"ד דקהל שערי ציון דבאבוב.

בןמלך » 22/11/2005 17:26

תיקון טעות:
"מארגן מיטוואך נאכט" אין באבוב, און איך הער אז שבת קודש גייט ער דאווענען אין באלקאני, דארט ווי תו"א רבי האט געפראוועט פאריגן שבת.
בארא פארק קוקט ארויס דערויף, ער בלאזט ממש אריין א חיות יעדע מאל ער קומט.

דיפלאמאט » 22/11/2005 18:14

ער איז פון די זעלטענע אידן וואס דינען דעם אויבערשטען אנע פניות, און א ברכה פון אזא איד איז א יקר המציאות.

כאפט אריין צו געבן אפי' א בליק אויף דעם הייליגן איד.

איינער ווייסט ווען ער קומט קיין ווילי?

(מ'לאזט אים נאך אריין?...)

tzvibp28 » 22/11/2005 18:30

א גאנצע ביזנעס קלאס אפטיילונג?

wassa_dif » 22/11/2005 18:42

אויף זיך צו ראטעווען פון ראיות אסורות האט ער געקענט בינדען א שמאטע ארום די אויגען אדער פשוט גיין מיט פארמאכטע אויגען.
דינגען א גאנצע ביזנעס קלאס איז פאר זיין באקוועמליכקייט.

בןמלך » 22/11/2005 18:47

דוכט זיך מיר אז איד וואס עסט נישט און שלאפט נישט און דינט דעם אויבערשטן מיט יגיעה, דינגט נישט קיין ביזנעס קלאס פאר זיין באקוועמליכקייט.
פאר באקוועמליכקייט וואלט אים גענוג געווען צוויי זיצן אין ביזנעס קלאס...
אויסער דעם, קלער אריין, ער זאל זיצן צוועלף שעה אויף א פליגער מיט פארבינדענע אויגן??
דאס הייסט נישט אינגאנצן גערעדט צו דער זאך. אנטשולדיגט.

wassa_dif » 22/11/2005 18:52

סתם פאר נייגעריגקייט, וואס טוען עהרליכע אידען וואס קענען זיך נישט ערלויבען ארויסצוווארפען אזויפיל אידיש געלט און דארפען ערגיץ פליען?
און ווי אזוי גייט ער דורך די גאנצע איירפארט און ארויף אויפ'ן פליגער?

BFLAT » 22/11/2005 19:03

פרינצ לעבען,
גאר אסאך פיינע, ערליכע, אפגעהיטענע מענטשען פליען ארים די וועלט, זיי דינגען זיך נישט די גאנצע ביזנעס קלאס.

BFLAT » 22/11/2005 19:08

פרינצ לעבען,
גאר אסאך פיינע, ערליכע, אפגעהיטענע מענטשען פליען ארים די וועלט, זיי דינגען זיך נישט די גאנצע ביזנעס קלאס.

tzvibp28 » 22/11/2005 20:19

נו, אז מ'לעבט דערלעבט מען...

ווער האט א בילד? אבער א גוטס...

בןמלך » 22/11/2005 23:38

וואסא דיף,

איך וויל וויסן צו דו האסט אויך א דאגה מיט די הונדערטער רבי'ס וואס ווען זיי מאכן א חתונה ווארפט מען אוועק הונדערטער טויזנטער'ס אויף זייטיגע זאכן בלויז פאר די שיינקייט פון די זאך, (אדער ווי מ'רופט עס היינט פאראפאגאנדע) ווי קרוינען, לעמפלעך, טאוולען, מ'דינגט די טייערסטע זאלן, פולע בלעטער אין די צייטוגען ועוד?
און צו האסטו אויך א דאגה מיט די אידן וואס מאכן חתונה און שפענדן אויף "שמארגעסבאורד" און סוויט טעיבלס, מער וויפיל עס קאסט בי א נארמאלע מענטש די גאנצע חתונה??
און די חשובע אידן וואס ווארפן געלט אין מיסט און קויפן זיך די טייערסטע קארס.
און די וואס פארן כסדר אויף טייערע וואקאציע, גראדע - אויך מיט ביזנעס קלאס...
צו דו האסט נאר א דאגה מיט איינעם וואס "ווארפט אוועק" אידיש געלט אויף שמירת עינים?
און כמדומה לי אז נישט פון דיר האט מען געבעטן דאס געלט. ריכטיג?

שלוםצאידען » 22/11/2005 23:57

פרינץ לעבן די האסט אפשר א פוינט אבער די האסט בכלל נישט ארויס וואסא דיף ער האלט אויך אזזוי ווי די שרייבסט נאר ער געט צו אז דאס איז אויך אינקלודעט מיט די אלע אנדערע רבי'ס !

Weetabix » 23/11/2005 00:52



תוקן על ידי - weetabix - 23/11/2005 1:41:19

Baachi » 23/11/2005 00:57

וואסא

דער איד רצ"מ שליט"א איז נישט קיין פאהרער, ער זוכט עס נישט, ער זיצט בין כותלי ביהמ"ד אין דינט דעם רבש"ע אין מפיץ תויר"ש.

איז דא אידען וואס פילען אז עס וועט זיין זכות פאר זיי אז רצ"מ וועט קומען קיין אמעריקע אין מזכה זיין אידען מיט זיינע דרשות. זיי פילען אז דאס איז אגרויסער זכות הרבים תלוי בהם, און זענען זיך גרייט צו לאזען קאסטן פאר די מצוה כל הון.

זיי וויסען אבער אז ער איז איין איש קדוש וואס גייט נישט אויף פלעצער וואס מדארף זיך פארבונדן די אויגן. ווי די חז"ל זאגן אויף איינעם וואס איז עוצם עיניו מלראות ברע:

....אי דאיכא דרכא אחרינא רשע הוא...

זאגן זיי פאר רצ"מ קומט קיין אמעריקע אין מיר וועלן מאכן זיכער אז איהר וועט נישט דורך גיין אויף א פלאץ ווי מדארף פארמאכן די אויגן.

BTW ס'נישט אמת אז ער דינגט אגאנצע קלאס, איך ווייס פון אידען וואז זענען צוזאמען מיט איהם געפארען, זיי דינגען אפ מסתם נאר איין רייע. קאסט לאמיר זאגן לכל היותר 20 אלפים.

וויפיל חברהלייט מאכן אזוינע לוקסוס הוצאות ואין פוצה פה. א חתונה אין עדן טעראס אין וו"ב קאסט אויך אזא קיימא לן מעהר ווי אנדערשוואו , אין זיי זענען שיינע אידן (ביז מ'כאפט זיי...) , נאר ווען מוויל זיין א מזכה הרבים מיט דברי אלוקים חיים, ווערט איהר אלע גרויסע שפארערס אויפן באשעפערס געלט.

פארוואס דארף מען דאס געלט אויב נישט פאר דעהם?

תוקן על ידי - baachi - 23/11/2005 0:59:16

באראפארקער » 23/11/2005 01:10

מען דונגט א שורה כדברי באטשי, און דארט זיצען די וואס קומען מיט אים, עס איז בכלל נישט קיין לוקסוס. דער אויפטוה איז אז ער זיצט אין ביזנעס קלאס, און מען זיצט נישט יענעם אין ריקען, און מען קען בעסער היטען די אויגען.

ווען א איד גיט אויס געלט אויף א מצוה איז עס א גוטע זאך, נישט קיין חילוק צו די מצוה איז א זאך וואס אנדערע אידען זענען יא אדער נישט נזהר אין דעם.

דער איינציגסטע סיבה פארוואס מאנכע קריטיקירען אים, איז ווייל זיי פארגינענען נישט אז עס איז דא אן ערליכע איד וואס טוט עפעס וואס זייער רבי טוט נישט.

און לאמיר זיך נישט נארען, ווער קען זאגען אז ער איז געפארען אויף'ן עראפלאן פין דא קיין א"י און איז נישט נכשל געווארען מיט די אויגען ווערט געבעטען צו זאגען.

אגב, אז מען רעדט פין א שמאטע ארום די אויגען, איך מיין אז ר' זילבער פין סטיטשין גייט מיט א שמאטע אויף א עראפלאן.

משנתחסידים » 23/11/2005 01:21

ר' צבי מאיר איז מלא יראת שמים.

מען זעט ממש ביי אים בכל דרכיך דעהו.

Weetabix » 23/11/2005 01:32

I see the people are serious here so I remove my original words

תוקן על ידי - weetabix - 23/11/2005 1:40:41

בןמלך » 23/11/2005 01:33

באטשי,
איך הייב פאר דיר דאס הוטל!
אזא פאזיטיווע און שיינע תגובה האב איך שוין לאנג נישט געזען פון דיר, חזק ואמץ.

אז מ'רעדט שוין יא, ביי אידן זענען אלס געווען אזעלכע וואס האבן זיך געלאזט קאסטן פאר א דבר מצוה אן א שיעור.
איינער פאר אן אתרוג, איינער פאר תפלין, איינער פאר סוכה, מצות שמורה, א.א.וו.
און איינער לאזט זיך קאסטן פאר שמירת עינים.
וואס בדרך אגב פסק'עט די משנה ברורה (און ער איז נישט דער איינציגסטער) אז פאר א מצוה טאר מען נישט אויסגעבן אן א גבול )צדקה ביז א חומש וכו'(, אבער נישט צו צוקומען צו א לאו איז מען מחוייב אוועק צו געבן די גאנצע פארמעגן.

polish » 23/11/2005 02:14

עס איז גאר אינטערעסאנט צו ליינען וויאזוי זאכן פירן זיך דא אויף הייד-פארק.

קומט אן ערליכער איד פון ארץ ישראל קיין ניו יארק, און נישט מער נישט ווייניגער מיר ליידאקעס אינטערנעט זיצער און שרייבער נעמען דעם איד און מ'איז דן צי ער איז "זייער ערליך" פלעין ערליך" און איינער שרייבט אז אין אמעריקע איז נאך פאראן אזעלכע ערליכע אידן...


דער איד איז אזוי ווייט פון אונזערע השגות אז דאס אליין קענען מיר שוין ליידער נישט משיג זיין...

באראפארקער » 23/11/2005 02:30

פאליש
אויף ענגליש זאגט מען,
speak for yourself
אז די האלטס דיך פאר א ליידאק און א אינטערנעט זיצער, מיינט נישט אז דאס גיט דיך די רעכט צו געבען א מאך מיט די הענט אויף אלע פין אונז וואס זיצען דא.

נקוט מיהא חדא, אז "די" ביסט עכ"פ א ליידאק. (ואולי יש מקום לדון דהרי אין אדם משים עצמו רשע).

שלוםצאידען » 23/11/2005 02:42

פאליש

יש דברים בג',

למעשה קען מען דאס איינטיילן אין מערערע קאטעגארי'ס דאס לאמיר אנהייבן מיט דעם וואס פאליש האט דערמאנט אז עס איז פארהאנען פושט פראסטאק'ס וואס קענען פושט נישט צו זעהן עפעס וואס האט א ביסל מיט קדושה איך מיין קיינעם נישט פערזענליך איך רעד אין אלגעמיין בכלל

נאכדעם איז פארהאנען אזא עלעמענט ביי אונז וואס איינער האט שוין אויך דערמאנט דאס הייסט "קמפעטישן" צוווישן רבי'ס וכו' וואס דאס אליין קען מען צוטיילן אויף מערערע אופנים

נאכדעם איז אויך דא אן אישו וואס דאס איז על פי רוב שוין היינט כמעט נישט שייך דאס די שאלה איבער א "קאלט" וואס אמאל כמעט יעדער וואס האט אנגהויבן א ראביסטווע צוציענדעג מענטשן צו זיך האט מען חושד געוועהן אז ער דעוועלאפט א "קאלט"

דער עיקר איז דער כוונה

בןמלך » 23/11/2005 18:09

הרב זילבערבערג איז שוין אנגעקומען קיין ב.פ. וואו ער האלט זיך אויף אין די קומענדיגע טעג.
שבת קודש גייט ער דאווענען אין באלקאני, און איך הער אז שלש סעודות גייט זיין אין עטרת חי'.

allnewspic » 27/11/2005 03:39

קומפוט
------
פארציילט מיר א חבר ער איז געקומען מיט הרב ר צבי מאיר זילבערבערג און געזעצן אין פירסט קלעס
ווייל רב זילבערבערג שפארט אפ דעם איירפורט אין ישראל און אויך דאהי אין קענעדי ביז ער גייט אדורך

און די ערשטע קלאס קאבינע קויפט ער אפ אלע זיצן און רופט אריין אהין די היימישע אידן.


אלבערט
------
האט דיין חבר געצאלט פאר די טיקעט,אדער הרב זילבערבערג צאלט אויס די טיקעט'ס?

purim2005 » 30/11/2005 19:13

נעכטן פארן אפפליען צוריק קיין א"י האט הרב שליט"א אפגשטייגט ר באזוך ביי קלוזנבורגער רבי שךיט"א אין דערנאך געזאגט א שמועס אין די רלוזנבורגע ישיבה קטנה

שם_אחר » 30/11/2005 20:16

איך קען נישט פארשטיין וואס דא גייט פאר?

כולי עלמא מודי, אז הרב זילבערבערג שליט"א, איז פון די געהויבענסטע אידן אין דור, -אויב איז איינער דא נישט מסכים, אדרבה לאז ער זאגן פארוואס-, איז פארשטיי איך נישט ווי אזוי מענטשן האבן א חוצפה אריינצוזאגן אויף אזא איד מיט אזעלכע פרעכע ווערטער, איך מיין אז מ'ברויך איבערצובעטן אזא איד.

אגודיסט » 30/11/2005 20:30

שם_אחר האסט געמאכט א מיסטעיק מיט דיין נאמען אנשטאט
דבר_!!!

tzvibp28 » 30/11/2005 21:14

"ווייל רב זילבערבערג שפארט אפ דעם איירפורט אין ישראל און אויך דאהי אין קענעדי ביז ער גייט אדורך"

לא שמענו מעולם אז מ'זאל האבען אפגעשפארט איירפורטס פאר איין מענטש ופמלייתו,

שם_אחר » 30/11/2005 21:48

צבי איך פארשטיי בכלל נישט דעם פראבלעם פון דעם, נעמט דאס עפעס אוועק פון זיין גדלות??

אגודיסט » 30/11/2005 21:50

איך האב א גוט ווארט ווי אזוי די חסידים פון רצ"מ הייסן
CASES

bush2008 » 30/11/2005 21:53

picturs please

tzvibp28 » 30/11/2005 22:16

שם
נישט דאס מיין איך, איך מיין אז דאס איז לויטער גוזמאות, מ'פארשפארט נישט קיין לופטפעלדער פאר איין מענטש, PLEASE

purim2005 » 1/12/2005 01:00

תמונה
[בילד – נישט אפגעהיט]

purim2005 » 1/12/2005 01:01

תמונה 2
[בילד – נישט אפגעהיט]

שם_אחר » 1/12/2005 01:03

צבי איך פארשטיי, קען זיין אז סיז נישט אמת, אבער דאס איז נישט משנה.

בכל אופן, בין איך נאכאמאל מתריע קעגן די אלע וואס שרייבן פרעך קעגן דעם איד, וואס הגם איך בין נישט זיין חסיד, נאר אדרבה איך האב פיל קשיות און שאלות בנוגע זיין מהלך אין רעדן, און ווי אויך אין אנדערע זאכן, אבער איך האב דעם פולסטן רעספעקט פאר דעם איד, ער טוט פיל אויף, בפרט פאר די וואס האבן נישט קיין קשיות אויף זיין מהלך, ממילא איך האלט אז מ'באדארף מוחה צו זיין אויף אזא בזיון תלמידי חכמים ואנשים כשרים.

תוקן על ידי - שם_אחר - 01/12/2005 1:03:10

tzvibp28 » 1/12/2005 01:08

ס'איז מיר אינטערעסאנט צו וויסען אוואו דו ביסט ווען מען איז מבזה אנדערע תלמידי חכמים....

אדרבה, לאמיר הערן די קשיות דיינע אויף זיין דרך

שם_אחר » 1/12/2005 01:13

צבי

לויט ווי דו זעסט בין איך א נייער דא, און זייט נישט באזארגט, איך וועל נאך זיך אן נעמען פאר אלע אנדערע תלמידי חכמים המובאים בתוך פורום חדשות אנש.

מיינע קשיות איז נישט נוגע אין דעם אשכול, אויב וועט זיך מאכן א אשכול איבער אזעלכע סארט נושאים, אפשר וועל איך מגיב זיין אויף דעם אויך.

א גוטן תמיד