ווי איר אלע ווייסט שוין מן הסתמא פון לאנג, האב איך זיך נישט לאנג צוריק מגייר געווען... איך האב אנגענומען אייער לעבנ'ס שטייגער הגם עס איז מיר בכלל נישט גרינג אנגעקומען איבערצולאזן מיין האב און גוטס, גוטער און גערטנער און וואס נישט, אלעס האב איך איבערגעלאזט אויף הפקר, און זיך אריינגעזעצט אין שטובל ביים ווינקל פון דארף, זיך צוגעזעצט צו די חק שיעורים פון ר' נחמן נטע, געכאפט א חסידישע ווארימע שמועס מיט ר' חיים חייקל'ן, צוגעטרינקן אביסל יין שרף, און געמאכט א פארברענגן און צוגעביסן אביסל סושי.
מיינע שאלות, פארשטייט זיך, האב איך אנגעפרעגט ביים חשוב'ן דיין, דאס איז דאך דער באקאנטער ערעב זארעכפעפער שליט"א, און ער פלעגט מיר פסק'ענען לויט ווי ער האט פארשטאנען, און פארשטייט זיך אז ער פלעגט מיר שטענדיג צוגעבן א דבר חיזוק אין די זייט, אשריך אז דו האסט זיך מדבק געווען צו אונזער וועג אין לעבן, עס איז נישטא קיין בעסער זאך ווי דאס און אזוי ווייטער.
לעצטנס האט זיך דאס גאנצע בילד געטוישט, א נייער דיין איז געווארן אויפגענומען, ער פירט זיך אויף צו מיר ככל חומר הדין, ער פסק'נט מיר אייביג ווי די הארבסטע שיטה, און מוסר'ט מיר אייביג אויס פארוואס דאס און פארוואס יענץ, איך האלט עס שוין נישט אויס פון אים.