א אינטערעסאנטער רמז דרייט זיך ארום לעצטענס, סאיז ממש ווינדערליך צו זעהן ווי די סעפטעמבער 11 אטאקע איז מרומז ביי אייך אויפן קאמפיוטער!
צו דערגיין דעם רמז דארף מען טון גאנץ פשוט:
1. עפנטס אויף מייקראסאפט ווארד
2. טייפטס אריין Q33 NY (קעפיטעל) וואס דאס איז די פלייט נאמבער פונעם ערשטן ערעפלאן וואס האט אריין געקראכט אין די טווין טאוערס
3. טוישט די פאנט צו wingdings (מאכטס גרעסער צו קענען בעסער זעהן) און שטוינט צו זעהן דעם אינטערעסאנטען רמז
הפלא ופלא!
ממש גאונת
האסטו דאס אליין ערפינדן אדער מען האט דיר עס מן השמים מגלה גוועהן אוי אוי הלוואי ווען די וואלסט דאס מיט א קנאפע פאר יאר צוריק אויסגעפינען
איך האב נישט די פאנט,
וואס שטייט?
א בפירוש'ע ביל געיטס.
[בילד – נישט אפגעהיט]
די פראבלעם איז אז עס איז קיינמאל נישט געוועהן אזא פלייט נומבער וואס האט אריין געקראכט.
ליין דעם לינק.
http://www.snopes.com/rumors/wingding.htmגלייבט שוין נישט אין אלע שטותים.קוטשמע
דאס אליין אז טויזענטער מענטשן גלייבן ווי קעלבלעך איז הפלא ופלא!
יאפ. צו דעם בין איך מודה.
עס איז באמת דא אסאך רמזים להבדיל אין די תורה הק"ש וואס די האר פון קאפ שטעלן זיך אויף ווען מען זעט דאס
דא איז א סייט וואס איז געבויט אויף די טעאריעס ארום די פאנט
http://www.kessler-design.com/conspiracy/טייפט אריין וואס סלאזט זיך און שמייכלט אויף די רעזולטאטן
ווונדער איבער ווונדער
לייגט אריין אין קעפיטל אותיות דער ווארט
SATMAR
עס איז מרומז א מורידיגע זאך
וואס עס וועט אלטץ נישט געשען אין סאטמאר פאר אביסל נצחון פייער וואסער (שניי) באמבע'ס אבער נצחון זאל זיין
אין חב"ד איז אויסגעקומען נצחון אבער אהן קיין מלחמות בלויז מיט רעיונת ארויף אין ארפ א הער און אהין
טייפ'ט אריין CHABAD מיט קעפיטל אותיות
ישר כח זיידיאנטשי
ס'איז ממש געוולדיג
נאך אפאר אינטערעסאנטע זאכן
טייפ'ט אריין HYDEPARK.CO.IL
אדער JEWBOY
R'AHRON
R'ZALMAN LEIB
WILLIAMSBURG
KIRYASJOEL
וכו', וכו',וכו',
שוין עס איז שוין זייער שפעט
א גוטע וואך אלע
אוי וויי?
איז דאס א רמז אויפן סוף?
[בילד – נישט אפגעהיט]