היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » חדשות אנ"ש אין בילדער » פראבלעמען מיט אריינסיינען ביי גוגל טאלק

פראבלעמען מיט אריינסיינען ביי גוגל טאלק

9 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1675658

jewboy » 18/11/2005 05:42


וויפל איך פראביר אריינצוסיינען צו גוגל טאלק גייט מיר עס נישט, האט איינער אפשר עפעס א עצה צו דעם?

yakovber04 » 18/11/2005 05:45

ביי מיר ארבעט עס געהעריג

jewboy » 18/11/2005 05:46


מיט דיין תשובה האסטו מיר נאכנישט געהאלפן, האסט מיר נאכמער אנגערייצט פארוואס ביי מיר ארבעט עס נישט.

קרעמער » 18/11/2005 05:52

פרוביר עפענען א נייע GMAIL אדרעס, אפשר וועט דאס ארבעטן.

אדער, פרוביר ארויסווארפן דעם גוגעל-טאלק פון דיין קאמפיוטער און דאס אינסטאלירן פון פריש.

ובעיקר, מסתמא איז דיר דאס געקומען ווייל דו האסט מיר נישט ארויפגעלייגט אויף דיין חברים ליסטע.

90pct » 18/11/2005 05:53

אידאינגעל,
איינער וואס האט דאס שוין דארף דיך איינליידענען דורך דיין EMAIL ADDRESS.

yakovber04 » 18/11/2005 05:53

איך האב פשוט געמיינט צו זאגן אז די פראבלעם איז נישט מיט גוגל

קרעמער » 18/11/2005 05:55

יעצט קומט אריין די גוטע נייעס:

JEWBOY שמועסט מיט מיר יעצט אויף גוגעל טאלק!!!

ס'איז נאר געווען א פייער-וואנט וואס האט געשטערט.

jewboy » 18/11/2005 06:00


שכויח קרעמער

קרעמער » 18/11/2005 06:01

ניטא פארוואס