אמעריקע מעג אין ישראל נישט!!!
36 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1675514
Momentum builds for fence along U.S.-Mexican border
By Mimi Hall
USA TODAY
A once-radical idea to build a 2,000-mile steel-and-wire fence on the U.S.-Mexican border is gaining momentum amid warnings that terrorists can easily sneak into the country.
In Congress, a powerful Republican lawmaker this week proposed building such a fence across the entire border and two dozen other lawmakers signed on. And via the Internet, a group called weneedafence.com has raised enough money to air TV ads warning that the border is open to terrorists.
Even at the Homeland Security Department, which opposes building a border-long fence, Secretary Michael Chertoff this fall waived environmental laws so that construction can continue on a 14-mile section of fence near San Diego that has helped border agents stem the flow of illegal migrants and drug runners.
''You have to be able to enforce your borders,'' says California Rep. Duncan Hunter, the Republican chairman of the House Armed Services Committee. He's proposing a fence from San Diego to Brownsville, Texas. ''It's no longer just an immigration issue. It's now a national security issue.''
Colin Hanna of weneedafence.com says ''there is incredible momentum on this issue,'' fueled by the specter of another Sept. 11. His group aired TV ads in Washington, D.C., this fall and plans more next year.
Fencing the border, originally proposed in the debate over how to stop illegal immigration, is controversial. The Bush administration argues that a Berlin Wall-style barrier would be a huge waste of money — costing up to $8 billion.
Border Patrol Chief David Aguilar says it makes more sense to use a mix of additional agents, better surveillance and tougher enforcement of immigration laws — and fences.
But Hunter points to the experience in San Diego, where the number of illegal migrants arrested is one-sixth of what it was before the fence was built.
''People have made stupid editorial comments about the Great Wall of China,'' he says, ''but the only thing that has worked is that fence.''
פונקט אזוי! אמעריקא מעג און די מדינה נישט. גראדע איז אין הנידון דומה לראיה אבער א שאד צו דינגען.
אזוי גאר?
פארוואס? זיי מסביר, אדרבה לאמיר הערן דיין מיינונג, חוץ אויב עס איז וויכטיגער זיך צו טענהן אויף אהרוני זלוני אישואס!
מעקסיקא איז א זעלבסטשטענדיגער מדינה, ווי רוב איהרע איינוואוינער ארבייטען אין איהרע אייגענער טעריטאריע און האבען א מעגליכקייט צו פארדיענען.
א וואנט גייט נישט שטערען א דורכשניטליכער מעקסיקאנער בירגער, אדער די מעקסיקאנער עקאנאמיע.
לעומת זה, די פאלעסטינער האבען נאך נישט קיין זעלבסטשטענדיגקייט, זיי זיינען אפהענגיק אין מדינה און רוב פון זייערע מענטשען ארבייטען אין מדינה.
פשט פון א וואנט איז צוצונעמען דער מעגליכקייט פון רוב ארבייטער צו לייגען ברויט אויפ'ן טיש, דערשטיקען די אנטוויקלונג פון די אקופיערטע געביטען. דאס איז באלד אזוי ווי מ'געט אטאנאמיע פאר הארלעם, אבער מ'שפארט יעדער איינער איין אינערוויניג און מ'האקט אפ וועלפעיר. (אדער וויליאמסבורג)
אמעריקא בויט די וואנט אויסשליסליך אויף זיין זייט פון א מוסכם'דיקער גרעניץ, ער בארויבט נישט לענדער פון דערפער און סתם מעקסיקאנער דאס צו טאן, און ער פראביערט נישט אוועקצושטעלען "פאקטען אויף דער גראונד"
אמעריקא האט נישט קיין היסטאריע פון בעוולה'ן און באראבעווען די מעקסיקאנער פאר העכער זעכציג יאהר, און די מעקסיקאנער רעגיערונג אליין שטערט נישט די וואנט.
ווילסט נאך?
וואסא
איך פארשטיי באמת נישט.
זיי ווילען נישט דאס? זיי ווילען נישט זיין זעלבסשטענדיג.
טייטש איבער PLO
תוקן על ידי - קרינסקי - 18/11/2005 19:14:40
ריכטיג.
ווען זיי וועלען זיין זעלבסטשטענדיג, מיט אן אייגענע ווירטשאפט, וועט זיי אויך נישט אהרען אז מ'בויעט א גדר.
ס'קומט זיי דאס גאנצע מדינה און זיי זיינען איינגעגאנגען אויף א פשרה צו נעמען פראצענט. איז גאנץ נארמאל וואס זיי טענה'ן אז כאטש זאל זיין עפעס א מכובד'דיגע פראצענט, און אז דאס אויך נישט כאטש טו נישט אלע מעגליכקייטען צו דערשטיקען די זאך פאר ס'אנטוויקעלט זיך.
לאזט זיי נישט פיהרען געשעפטען מיט קיין אנדערע לענדער, בויען אן אייגענע האפען און פלוגהאפען אויסליפערען פראדוקטען ערגיץ אנדערש, קוים וואס מ'לאזט זיי אויסליפערען צו'ם מדינה אליין, די פירות און ירקות זיצען ביי מחסומים ביז זיי ווערען פארשימעלט, די באשטעלונגען וואס מ'באשטעלט קומט קיינמאל נישט אן צייטליך, איז וואס איז שוין געבליבען? אז מ'וועט זיי איינשפארען און צונעמען דאס מעגליכקייט פון טאן פיזישע ארבייט אויך, איז פשט מ'האט זיי נישט געגעבען קיין אטאנאמיע נאר פארוואנדעלט די גאנצע אקופיערטע געביטען אין איין גרויסען לאגער.
פארשטאנען?
wassa_dif
איך מיט מסכים מיט (כמעט) אלץ וואס דו זאגט, חוץ פון דעם ארבעט פראבלעם צי דען זיינען מיר (ישראל) מחויב זיי געבן ארבעט אין מדינה וואס ווי דו זאגסט איז א [צווייטע][] מדינה? למה הדבר דומה ווי דער קאנאדישער רעגירונג וועט זאגן אמריקע הייתכן איר מאכט שווער פאר אונזערע בירגער ארבעטן אין אייערער מדינה?
(בכלל בין איך מסכים מיט דיר אז אינו דומה מקסיקו מיט ישראל פאר די אנדער סיבות וואס דו האסט געשריבן)
חיימזאהן
איך מיין אז דו האסט דאס געשרביען פאר ס'ארויף מיין לעמטע תגובה אבער איך וועל איבערזאגען.
מ'האט זיי באראבעוועט דאס גאנצע לאנד און זיי פאדערען, מיט גערעכטיגקייט, כאטש א חלק ואו זיי זאלען זיין זעלבסטשטענדיג און נישט אונטער ציוניסטישע הערשאפט.
געבען א ברעקעל לאנד דא און א ברעקעל דארטען, אן דאס מעגליכקייט צו ציען חיונה דערפון, אן דאס מעגליכקייט צו םפיהרען אן אנטשטענדיגע ווירטשאפט איז אויסדריקליך נישט דאס.
אמעריקא קומט קאנאדא גארנישט.
די מדינה קומט זיי דאס גאנצע לאנד, און ווען זי וואלט זיי געגעבען דאס העלפט פון וואס קומט זיי, וואלטען זיי געווען גאר צופריעדען אז ס'זאל זיין א וואנט דארטען אויך.
wassa
דו גלייבסט דאך אין ביאת המשיח, ריכטיג? (טאקע נישט "מיין משיח" כ'ווייס) אבער וואס וועסטו זאגען פאר'ן קעניג ווען ער וויל בויען דעם ביהמ"ק אויפ'ן פלאץ פונעם מעטשעדע דארט? בעראבעווע נישט זייער לאנד?
צבי
דו גלייבסט דאך אין ומלאה הארץ דעה את ה' כמים לים מכסים, ניין?
זיי וועלען דאך איינזעהן אז די מעטשעט איז הבל הבלים און דאס פרייהארציג אוועקשענקען.
very very good we build a fence to keep the iligals from coming in like our hero michael savage is screeming for 10 years olredy borders laguage and culture
די מציאות ווייזט אז די גדר אין ישראל האט געראטעוועט טויזענטר מענטשן, פון אלע כאלערעס אין באמבעס.
אין יא MICHAEL SAVAGE איז גערעכט, מיר וועלן זיך סעיבען אסאך געלט און HEADACHES
מציאות
דא בעטסט דו אז מ'זאל שרייבען און ווייטער באציעסט זיך נישט צו קיין איין פונקט וואס איך האב געשריבען נאר ככלב שב על קיאו.
wassa_dif you write non sense how do you want that someone should answer you
wassa_dif you write non sence how do you want that someone should answer you
בוש
אז דו קענסט נישט שרייבען ענגליש האץ רחמנות און שרייב אידיש.
די נידון איז טאקע נישט דומה לראיה, נאך מער, די קעפל איז נישט דומה צום מציאות. קודם כל מעג ארץ ישראל יא, והא ראיה ווייל זיי בויען דאס. צווייטענס מעג אמעריקא נישט ווייל די ליבעראלע פארדרייטקייט וועט עס קיינמאל נישט צו לאזן.
אינטרעסאנט איז אבער צו זעהן אז דער "וואנט" וואס וואסא-דיף האט געבויט ארום זיינע טערעטאריען ארבעט אין פילן קראפט. ס'פאלט עם ניטאמאל איין צו דערמאנען די סיבה פארוואס ארץ ישראל איז געצווינגן אויפצובויען אין משלים זיין די וואנט. ס'פאלט עם אויך נישט איין צו דערמאנען די פאקט אז בחסדי השם זענען פיל אידישע נפשות געראטעוועט געווארן א דאנק די וואנט. סוף כל סוף זענען דאך די אידען די רודפים אין די גוים די נרדפים, וואסא-דיפ'ס געווענדליכע שיטה.
קוטשמע
ברוך הבא!
איך האב נישט געוואוסט אז איך האב טעריטאריעס. וואו זיינען זיי?
די סיבה פארוואס אזוי פיהל אידען און להבדיל אא"ה ציונים ווערען געהרג'עט איז ווייל די ציונים האבען אויפגעשטעלט א מדינה אויף אראבישע לאנד. ווייל זיי רייצען זיך מיט די אראבער שוין העכער זעכציג יאהר.
זאלען זיי אויפגעבען די מדינה ועל ישראל שלום.
על אחרון ראשון: וועגן ציונות וכדו' וועל איך מיך מיט דיך נישט טענה'ען.
על ראשון אחרון: די סיבה דערצו, ווייל אכן נודע הדבר אז די האסט טאקע נישט קיין טערעטאריען.
קוטשמע
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון שואל כענין ומשיב כהלכה וחילופיהן...
איך האב בכלל נישט פארשטאנען דיין תגובה.
ביטע זעץ עס איבער אויף עפעס א פארשטענדליכען שפראך.
דארפסט אויך נקידות?
ערלעדיגט. ווען איך האב געשריבן אז די בויסט א וואנט ארום דיינע טערעטאריען האב איך געמיינט צו זאגן אז די ביסט דיך אליינס מצמצם דיין מוח. מ'האט דיך מחנך געוועהן אז מ'טאר נישט טראכטן - אין די פאלגסט ערליכע הייט. פארפאלן דיינע תגובות שרייען צמצום אויף א געפערליכן פארנעם.
דערנאך זאגסטו אז די האסט נישט קיין טערעטאריען.
האב איך געענטפערט: דערפאר גיי איך מיך טאקע נישט טענה'ען מיט דיך. ווייל דיינע "אויבערשטע טערעטאריען" זענען קנאפ.
טאמער פארשטייסטו נאך אלץ נישט אין די ווילסט וויסן פארוואס, ליין איבער דעם תגובה.
קוטשמע
יישר כח פאר דיין גרויסע גענאד אין מיר מסביר זיין. באמת זייער העפליך פון דיר.
אז דו ווילסט דיך דערנידערען נאך איין מאל און מסביר זיין ווי דו זעהסט דעם "צמצום אין א געפעהרליכען פארנעם" וואלט איך געווען זייער דאנקבאר.
היות א בעזעם וואס קערט שמיץ ווערט שמיציג, האב איך מורא צו צינעמען אלע דיינע תגובות איינס ביי איינס אין דיך ווייזן.
אן עצה: פרינט ארויס דיינע ציהיצטע תגובות, ליין אדורך איינס יעדע טאג אין טראכט טאמער עס איז בכלל מעגליך אז די ביסט נישט גערעכט. אפילו אויב עס קומט דיך פאר אז די ביסט יא גערעכט, טראכט צו עס קען אפשר נישט זיין אז די אנדערע צד האט אויך א נקודה.
אויב האסטו מורא אז די גייסט אויפגעקלערט ווערן, נו דאן פאלג מיך נישט אין טאפ ווייטער אין די טונקעל.
קוטשמע
"א בעזעם וואס קערט ווערט שמוציג" איז אויך א סארט מצומצמדיקע תגובה, ניין?
ביסט נישט זיכער מיט דיין אייגענע שיטה אז דו האסט מורא צו בארירען יענעמס?
איך וועל דיר מגלה סוד זיין. פאר איך שרייב מיינע תגובות טראכט איך צו איך בין גערעכט און צו יענער האט א פוינט.
נ.ב. גרעסערע און בעסערע ווי דיר האבען מיר פראביערט אויפצוקלערען, ביז דערווייל איז עס זיי נישט געגאנגען.
גרעסערע און בעסערע ווי דיר האבען מיר פראביערט אויפצוקלערען, ביז דערווייל איז עס זיי נישט געגאנגען.
אין מיט דעם האלטסטו זיך גרויס...
פריי דיך אין די פויסטן.
קוטשמע
איך האלט זיך נישט גרויס. יעצט ביטע ענטפער אויף די איבריגע.
חאטש עס ווערט שוין קינדעריש וועל איך פארט זיין א גיטער.
"א בעזעם וואס קערט ווערט שמוציג" איז אויך א סארט מצומצמדיקע תגובה, ניין?
ווי שטעקט דערין צמצום? פארשטיי אז עס איז מיר אימאנגענעם זיך צו באציען מער ווי איינמאל צו יעדע פין דיינע תגובות. נאך דערצו, טאמער האסטו נישט פארשטאנען די ערשטע מאל, וואס איז אנדערש די צווייטע מאל?
ביסט נישט זיכער מיט דיין אייגענע שיטה אז דו האסט מורא צו בארירען יענעמס?
זעה די אויבענדערמאנטע.
איך וועל דיר מגלה סוד זיין. פאר איך שרייב מיינע תגובות טראכט איך צו איך בין גערעכט און צו יענער האט א פוינט.
איך גלייב דיך אז די טראכסט, אין זייער שנעל נאך דערצו. אבער די וועג וואס די טראכסט צו יענע האט א נקודה איז אזוי: האט יענער א נקודה, טיסטו סתם אפשפעטן. האט יענער א שוואכה נקודה, פילסטו גיט, אין די זידעלסט אהן אויפהער. אבער מודה זיין צו יענעם איז נאך נישט געשעהן מאז היתה וואסא-דיף לניק.
קוטשמע
יישר כח פאר דיין גוטסקייט און יישר כח פאר מיר האבען געמאכט לאכען.
מיט דאס "איך גלייב דיך אז די טראכסט, אין זייער שנעל נאך דערצו. אבער די וועג וואס די טראכסט צו יענע האט א נקודה איז אזוי: האט יענער א נקודה, טיסטו סתם אפשפעטן. האט יענער א שוואכה נקודה, פילסטו גיט, אין די זידעלסט אהן אויפהער. אבער מודה זיין צו יענעם איז נאך נישט געשעהן מאז היתה וואסא-דיף לניק."
א שאד. ווען דו באציעסט זיך ווען צו מיינע טענות וואלט מען געקענט ציען די שמועס ווייטער.
טאקע א שאד, ניין? איך האב דיך געהעריג געגעבן וואס צו טיען פאר א טאג צוויי. יעצט וועסטו דארפן טרעפן א צווייטען פיש צו מאכן פין עם FILLET.
דער עיקר איז אז די האסט ארויס געברענגט די נקידות בטוב טעם, אין אז די עולם פארשטייט שוין יעצט מער ווייניגער ענקער מהלך.
האלטסט אז איך האב געמאכט פון דיר FILLET?
נו נו
די האלטסט אז איך האלט אז די האסט געמאכט פין מיר FILLET?
נו נו
לויט מיינע "קנאפע כשרונות" לייגען דער זאץ
"איך האב דיך געהעריג געגעבן וואס צו טיען פאר א טאג צוויי." לעבען דער זאץ "יעצט וועסטו דארפן טרעפן א צווייטען פיש צו מאכן פין עם "FILLET
געט צו פארטיין אז דו ביסט געווען דער פיש מיט וועמען איך האב געמאכט FILLET ביז אהער.
ביטע ערקלער מיר וואו איך האב געמאכט דעם טעות.
ביטע ערקלער מיך וואס עס מאכט דיך בכלל טראכטן אז די האסט דיך טועה געוועהן.
דיין נו נו
רעד נישט קיין שטותים, ואסה. מיין שונא'ס שונא איז נישט מיין חבר! איך האב פיינט די ציונים ווייל זיי זענען מורדים במלכות שמים, און די אראבער האבען זיי און אונז פיינט ווייל אונז זע'מער יודען. א"י האט קיינמאל נישט באלאנגט פאר א פאלק וואס הייסט פאלעסטינער. די אקופירטע געביטען האט מען פארכאפט פון ירדן, נישט פון די פאלעסטינער. עס איז קיינמאל נישט געוועהן קיין רדיפות פון פאלעסטינער, פארקערט, זיי פארנעמען 10-15% פונעם איזרעלישען פארלעמענט.
עס איז קיינמאל נישט געוועהן קיין רדיפות פון פאלעסטינער,
יא, זיי לעקען דארטען האניג שוין באלד פופציג יאהר, אמת?
מ'באווארפט זיי מיט בלומען און מ'טיילט זיי צוקערלאך.
איך ווייס נישט פון דיין שונא'ס שונא צו פון דיינע חברים, אבער אז דו וועסט אראפקומען צו די פלאנעטע וועט מען קענען שמועסען ווייטער.