היידפארק — ארכיוו
זוך אין אלע ארכיוון
הויפט זייט » היימישע קרעטשמע » KOSHERFEST

KOSHERFEST

12 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1674067

סעמאן_פיש » 17/11/2005 08:41

Going on now at the Javits Center


געמאכט פון חומוס


[בילד – נישט אפגעהיט]

סעמאן_פיש » 17/11/2005 08:44

קליינס אייס קרים


[בילד – נישט אפגעהיט]

סעמאן_פיש » 17/11/2005 08:49

סיין
[בילד – נישט אפגעהיט]

סעמאן_פיש » 17/11/2005 08:51

PETA
[בילד – נישט אפגעהיט]

סעמאן_פיש » 17/11/2005 08:53

לחיים
[בילד – נישט אפגעהיט]

סעמאן_פיש » 17/11/2005 08:55

רובאשקין
[בילד – נישט אפגעהיט]

קרעמער » 17/11/2005 18:19

יישר כח סעלמאן פאר די שיינע בילדער (און פארן צענזורירן)!

דו רעדסט פון די כשר-פעסט, דערמאן איך זיך אן עפיזאד וואס איז זיך נעכטן מיט מיר פארלאפן.

נעכטן פארמיטאג איז מיר אויסגעקומען צו פארן אויפן סיטי באס פון וויליאמסבורג קיין מאנהעטן, זעץ איך זיך אראפ נעבן פענסטער, און איך האב זיך געפריידט אז אן עלטערער פארשוין האט זיך אראפגעזעצט נעבן מיר (אבי נישט א מכשפה).

איך נעם ארויס פון טאש א האנט געשריבן בריוול וואס איך האב ערהאלטן פון א חבר מעבר לים (יא, עס זענען נאך דא מענטשן וואס פירן זיך צו שרייבן מיט פעדער אויף פאפיר, דאס אריינלייגן אין א קאנווערט, ארויפלייגן א סטעמפ און ארויסשיקן מיט די פרימיטיווע פאסט אגענטור!).

פלוצלינג נעמט זיך מיין שכן רעדן אידיש... דאס אליין איז מיר נישט געווען אזא גרויסע שאק, ווייל אין אמעריקע איז יעדער צווייטער 'גוי' א איד (ווי עס איז באקאנט פון הרה"ק מהר"א מ'בעלזא זצ"ל. ער האט געזאגט אז דאס איז דער חילוק פון אמעריקע און מדינת ישראל, אין אמעריקע איז יעדער צווייטער גוי א איד, און אין די מדינה איז יעדער צווייטער איד א גוי רח"ל), איך בין נאר געבליבן געפלעפט ווען דער איד האט זיך מיר גענומען זאגען אז ער פריידט זיך צו זעהן אז מען שרייבט אידיש וכו' וכו'. (ער האט מיר געגעבן א קאמפלימענט אויף די שריפט, איך האב אים געזאגט אז דאס איז נישט מיין שריפט, עס איז מיין חבר'ס שריפט [אויך איז ער א קנאפער מבין אויף שריפטן... ווייל מיינע אויגן קריכן מיר ארויס ליינענדיג מיין חבר'ס שריפט].

דאן רופט ער זיך אן צו מיר: איר זענט נישט געבוירן אין אמעריקע... פרעג איך אים: וואס מאכט אייך טראכטן אזוי? זאגט ער מיר: איר זענט צי בעל-הבית'יש...

איך האב נישט געוואוסט אויב דאס איז א קאמפלימענט אדער א קריטיק, האב איך אים איבערגעפרעגט: וואס מיינט איר דערמיט צו זאגען? האט ער מיר מסביר געווען: די אמעריקאנער זענען נישט אזוי פריינטליך ווי אייך!! (נו, חברה, פון היינט און ווייטער זאלט איר זיך אראפשטעלן רעדן צו יעדן באטשי אויף די גאס... אפשר וועט אייך געלונגען צו טוישן דעם אמעריקענעם אימעדזש).

הכלל, צו מאכן א קורצע מעשה לאנג... ער האט מיר געזאגט אז ער פארמאגט אייניקלעך וואס לערנען אין ישיבות און טייל גייען אפילו שטריימלעך (ער אליין קוקט אויס ווי א ריכטיגע אמעריקאנע יענקי, מיט א דאשיק און א לעדערנע מאנטל), און ער האט מיר געזאגט אז ער פריידט זיך דערמיט.

לענינינו, פרעג איך אים: וואו גייט א איד? זאגט ער מיר איך פאר דא ארויף ביז די אכציגסטע גאס. פרעג איך אים: וואס איז דארט? זאגט ער מיר (האלב שעמעוודיג): דארט איז דא א גראסערי, איך גיי דארט זיך אומקוקען...

איך האב שוין געזען אז דא האנדעל איך מיט א איד וואס האט ריטייערט און די צייט איז אים באמת א פראבלעם... ווייל אויב נישט וואלט איך אים געקענט צייגן עטליכע גראסערי'ס צווישן זיין הויז אין וויליאמסבורג און די גראסערי אויף די אכציגסטע גאס... געב איך אים אזא פרעג: און וואס טוט איר נאכדעם? וואו גייט איר נאך די גראסערי? זאגט ער מיר: איך גיי צו די 'כשר-פעסט'... איך האב א פאס אריינצוגיין (ער האט אמאל געארבעט אין די כשר'ע עסן אינדוסטרי, האט ער באקאנטשאפטן דארט).

יעצט שטעלט אייך פאר ווען דער איד גייט ווען נישט צו די כשר-פעסט, אדער ווען סעמאן-פיש וואלט נישט געעפענט דעם אשכול פון בילדער, וואס וואלט איך געטאן מיט די פאר מינוט???

יאנאש » 17/11/2005 18:48

SAMON FISH
y dont u bring us a picture of ur table where u sell ur "samon fish"? we all want to see it

sushi123 » 17/11/2005 19:23

Dear Ynash:
Even Salmon_Fish Spells his name without "L" but thats only in yiddish, Where we say samon fish, But in English it spells sa"L"mon_fish...
Combrenda...

יאנאש » 17/11/2005 19:29

SUSHI can u explain me y in the world every time i type something rightaway u r after me (as if i had something against you) i know my english isnt the best but i still know that it is better then most of us
and if u will take ur time to answer this one please tell if Combrenda... was a brother of urs

יאנאש » 17/11/2005 19:31

O and about the L in salmon
i know u r right but i like to call the man by the nick he gave himself and not by the meaning of it

פענסטער » 17/11/2005 19:31

סושי;

פון ווי נעמסטו אז אין אידיש שרייבט מען סעלמאן אן א ל', איך זעה אז 'קרעמער' ווען ער ריפערט צו 'סעמאן_פיש', שרייבט ער סעלמאן, ודוק.