רעפערענדום: בילדער/ מער אדער ווייניגער
18 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1672389
איר האט אודאי באמערקט די סאמעטאכע (פרעג מיר נישט וואס דאס מיינט, עס איז א געשמאקע ווארט, און איך נוץ עס אומוויסנדיג דעם באדייט. אז איר וועט מיר דרוקן צו די וואנט וועל איך אייך זאגען אז מסתמא מיינט דאס א באלאגאן...) וואס האט זיך היינט אפגעטאן אין די קרעטשמע ווען ר' זרח לעבן איז געווארן אביסל אויפגערעגט ווען איך האב געלייגט א בילד פון מיין קליינע שעפעלע...
דאס איז נישט געווען דאס ערשטע מאל וואס ער פארפירט אקעגן בילדער וואס איך און אנדערע לייגן ארויף אין די קרעטשמע, און ער איז מסתמא נישט דער איינציגער וואס האט טענות אויף די נייע אנשיקעניש מיינע צו לייגן בילדער וואס זאלן באגלייטן יעדע צווייטע תגובה.
על כן עפן איך דא אויף א דעבאטע, יעדער זאל דא ארויפלייגן זיין מיינונג איבער דעם ענין.
1. האט איר הנאה פון די בילדער?
2. האט איר פיינט די בילדער?
3. וואלט איר געוואלט זעהן מער בילדער?
4. וואלט איר געוואלט זעהן ווייניגער בילדער?
5. אומבאשלאסן...
קרעמערל
איך וואוט פאר ראו 1 און פאר ראו 3
ביאור הדברים כדלהלן:
די קרעטשמע האט מען געפענט ווער ס'געדענקט נאך אין די כ' יארן, איז דאס געווען זיך צו דערכאפן דאס הארץ, היות סיז דא אזעלכע וואס האלטן דאך נישט פון קיין בילדער, אבער אייביג ביי אזעלכע בין השמשות'דיגע צייטן, האט מען אזוי געדזשיט, געדענק איך נאך אז אמאל איז ארויפגעקומען אויפן טיש פון די באהערדע בנוגע בילדער, האט מען יעמאלט געפסקעט, אז דאס האט א דין אזוי ווי בין השמשות, אפילו די וואס קוקען נישט און לאזן זיך נישט כאפן קיין בילדער, אבער איין צוויי אין קרעטשמע קען מען נאך אויסהאלטן, דאכצאך אויב מיין זיכרון דינט מיר נאך גוט, געדענק איך נאך אזוי ווי ס'וואלט היינט געווען, איז דער אלטער -יעמאלט נאך יונג געווען- ערעב געציל, דער ערשטער זיך געלאזט כאפן א בילד, כדי להורות הלכה למעשה.
איר קענט לייגן וויפיל בילדער איר ווילט איך האב גארנישט דערקעגן.
לייג דאס אין א באזונדער אשכול, אינמיטן א אשכול מאכט דאס נערוועז, ס'שטערט דאס ליינען, און דאס מיטהאלטן דעם המשך האשכול.
אחוץ אויב דאס איז געצילט, במחשבה תחלה, צו פארדרייען א אשכול... יעמאלט איז דאך שוין ניט שייך אייער פראגע...
ידידינו ר' קרעמער, לייג וויפיל דיין הארץ גליסט. א שיין בילד איז אייביג אין פלאץ, אז נישט פאר געציל איז פאר גרונם. ווער עס וויל נישט קען צו מאכען די אויגען.
א שיינעם דאנק פאר דיינע בילדער לעצטענס.
וואס פרעגסטו אויב דו זאלסט לייגן מער בילדער?
[בילד – נישט אפגעהיט]
קרעמער איך גלייך זייער דיינע בילדער און לייג מער.
איך בין אגב מציע צו מאכן א באזונדער אשכול פאר אלע אינטערעסאנטע בילדער, און ווען איינער וועט וועלן לייגן א בילד זאל ער שיקן א לינק צום בילד.
א שטיקל פשרה צווישן דעם דיין אונעם ארענדער
איך מעג אויך זאגן א דעה?
איך זאג עניוועי.
מען זאגט a picture speaks a thousand words
דאס ריכטיגן בילד אויפן ריכטיגן פלאץ האט אלע טעמים אבער פארקערט איז נאריש אין נישט ראזטאם.
למשל אז כ'וואלט אהער געשטעלט א פיקטשער פון דאנאלד טראמפ וואלט נישט געהאט קיין פשט.
משא"כ אזא פיקטשער רעדט מער צודערזאך.
[בילד – נישט אפגעהיט]
or this
[בילד – נישט אפגעהיט]
מיין וואוט איז: ס'ווענד זיך.
אויב איז דער תוכן פון דעם אשכול א נארהאפטיגע. די דעבאטע איז א פארוויקעלטער. מ'באהאנדעלט א ספעציפישע טעמע. דאן קומט א בילד און רעדט מער פון א טויזענט ווערטער שטותים.
בקיצור נישט אין פלאץ.
ווער רעדט נאך ווען דער בילד איז א סייז וואס ברייטערט אויס די גאנצע אשכול ווי א פתח חרטה (כ'מיין: פתחה של אולם) דאן איטס עי דיזעסטער.
ואם מאן אתה, אויב זענען די גולשים א "נישט וועלער", מ'וויל נישט רעדן פון טעמעס, נאר אבי גערעדט אין געפרעפעלט, באגלייט מיט גרינע טאמב פינגערס, דאן זענען מיר נישט מיר פון די דורכשטניטליכע אמעריקאנע, וואס האבן נישט קיין געדולד צו ווערטער (ביכער, ראדיאו) נאר מ'מיז אראפלאזן דעם סטאנדארד צו גראפיקס (טעלעוויזיע, מאוויס, ווידיאו געימס) דאן כאטשיג דאס.
ואני את נפשי הצלתי!
היות איך האב יעצט גערעדט "דברים" של טעם, וועל איך "נישט" לייגן קיין בילד.
תוקן על ידי - average - 16/11/2005 18:52:12
דורכשניטליכער
מקום הגרינער אגודל....
אלס וואקסטו מיר ארויס פונקט ביים ריכטיגן פלאץ...
[בילד – נישט אפגעהיט]
The more the merrier
א שיינע בילד וואס קומט אריין נו, מהיכי תיכי,
אבער טאמער עס ווערט שוין א גראף של רעי, און עס ווערט א רייץ ווער עס קען ארויפלייגן מער בילדער, דאס וואלט מען געדארפט איינצוימען
שנאפס
שנאפס דו ביסט טויזנט פערצענט גערעכט די איינציגסטע סיבה וואס קרעמער לייגט אזויפיל בילדער לעצטנס איז נאר כדי צו ווייזן אז ער איז א גראף
קרעמער נישט פערזענליך.
יאנאש;
רעד נאך אביסל...
איך דערקען שוין אביסל דיין קול.
so tell me who
קרעמער איך האף אז מיר ביזטו נישט חושד אין אזא זאך וואו איבער נעמן דעם אלטן יאנוש
איך בין זיכער נישט יאנוש, וויילל... וווויילללל...
געדענקסט נאך ווען הוטקע איז צאמגעפאלן האב איך שנעל גערופן יאנוש ער זאל אויפמאפן די וואסער וואס מ'אט געגאסן אויף אים. דו געדענקסטטט.?
נו, וויאזוי קען זיין אז איך בין עס איך האב אים דאך אליין גערופן ?
פארדרייט נישט די אשכולות.
איך ווארט אויף נאך ענטפערס בנוגע "יא" אדער "נישט" לייגן בילדער.
דערווייל זאגען רוב דעות, אז אויב די בילד האט א שייכות מיט די תגובה, און עס איז נישט אבי אין די וועלט אריין, דאן איז דאס א "פלאס".