האלט דיר דאס מויל
29 פאסטס אין ארכיוו · אשכול #1672118
רבותי היקרים איך מוז שרייבן ברמז. ביטע לייגט גוט צו קאפ.
יארען צוריק האט יעדער איד געוואוסט אז מען געט זיך אכטונג וואס מען רעד, אז א פרעמדער קומט דיר פרעגען עפעס דרייט מען זיך ארויס.
היינט ליידער פילט מען זייער באקוועם מיט פרעמדע און אז א גוי אדער א פרייער קומט אויספרעגען פילט מען זייער באקוועם צו דערציילען שיינע לאנגע מעשיות און דערציילן דעם גאנצען אמת.
רבותי !!!!!
לעצטענס גייט ארום א געוויסע פירמע צו היימישע אידן און פרעגט זיי אויס אין די אידן רעדען צו פיל..... עס האט שוין גורם געווען א סאך עגמת נפש און עס קען ברענגען גרויס געלד פארלוסטען פאר צענדליגע היימישע אידן. און זיי קענען פארלירען זייערע פרנסות און נאך ערגער.
על כן בעט איך בשם כל הקהל גיט אכטונג צו וועמען איר רעט.
תודה רבה
פארוואס שרייבסט דו נישט מער פרטים?
יא גערעכט
איך האב לעצטענס עפעס מיטגעהאלטן ווי איינער פון א בראקעריזש פירם איז זיך געקומען "נאכפרעגן" אויף די געגענט און צווישן די שורות געפרעגט אויף יחידים אזוי "זייטיגערהייט".
ער איז געווען פון די "ריכטיגע חברה"...
זייט געווארנט און רעדט נישט קיין איבעריגע רייד.
זיי קומען כסדר אויף מיט פרישע טריקס וויאזוי איבערצוקלוגן די חסידים, לאמיר זיך נישט לאזן לאמיר זיי איבערקלוגן !
איך האב יעצט געהערט פון איינעם אז ס'רעדט זיך פון ניו יורק לייף וואס טוען נאכפארשען די אלטע מענטש פאליסעס.
קען דאס איינער באשטעטיגען?
א ביז ת
100 פראצענט!
יעדע שמויגער איז היינט א גאנצע מאכער ביי די פאליס
אין ווי נישט
אין יעדער וויל ווייזען וואסערע גוטע ענגליש ער קען
אין רעדט מיט יעדען גוי אלע מיני זאכען וואס מדארף נישט
אין ליידער ברענגט עס נאר צרות פאר יודען!
אזוי ווי די לויערס האבען שוין געזאגט ביי די דרשות אין בארא פארק
זייער גוט אז די האסט מעורר געווען!
תוקן על ידי - געלט123 - 16/11/2005 0:48:21
כ'ווייס פון ערשטע האנד אז ניו יארק לייף סטראשעט מיטן ארויסווארפן אלע אגענטן, איבערהויפט די וועלכע עס האבן זיך פארנומען מיט די סארט האנדל-וואנדל.
ד' ירחם.
כ'גיי נישט אריין צי עס איז א פארלעצונג אין די קאמפעני'ס קאנטראקט און צי עס איז הונדערט פראצענט אומלעגאל, זיי טענה'ן אז עס איז דא א וועג ארויס, לאמיר האפן אז אלעס וועט אדורך צום גוטן.
אוי וויי, דאס איז נישט ליגאל?
נאך א "כשר" יידיש געשעפט געגאנגען פייפען.
פארוואס נעמען זיי זיך נישט צו ביל געיטס? אנטיסעמיטן!
ה' ירחם
איך פארשטיי נישט גענוי. קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דער איליגאליטעט דא?
ווייל דער יורש מוז זיין א קרוב פארן צוקונפטיגן נפטר.
ווייל אויב נישט, קען זיין אז דער יורש וועט אומבראכן דעם אינשורטן, צו מאכן דאס געלט שנעלער.
ווער זאגט אז עס איז דא אילעגאלעקייט?
די קאמפאני איז חושש, אין למעשה האבען זיי נישט געטראפען.
לפי השמועה איז דער פראבלעם נאר אין איין אפיס, והכל מכוח מסירה
פאליש
בכלל נישט ריכטיג וואס די שרייבסט
קען זיין, אזוי האב איך געהערט.
POLISH
סיי ווער קען דאס מאכען, דער וואס עס באצאלט די PREMIUM קען באשטעטיגען סיי וועהם אלס BENEFICIERY
וואס דער עולם דארף זיך זייער היטען איז אז דער GOV האט COMPUTERS וואס טיען נאר אויסשפייען DATA אויף יעדע זיפ קוד
וויפול FOOD STAMPS ווערט פארטיילט אין 11211 אין וויפיל איינוואוינער האבען איינגעגעבן אז זיי האבען HIGH INCOME פאר מארגעדשעס. דער סתירה צינט אהן א מיליאן רויטע לעמפעלעך ה' ירחם
אויף יעדען זיפ קוד איז דא מורא'דיגע סומע אינפארמאציע פון וואס אייערע האר פון קאפ קען זיך אויף שטעלען.
יעדע קאמפעני ווייסט וויפוהל פון זיינע פראדוקטען ווערן פארקויפט לפי הזיפ.. למשל וויפוהל SUBURBANS ווערן פארקויפט אין דעם 'ארימ'ער' זיפ קוד 11211
נאך 9\11 האט דער GOV א רעכט די זאכען צו פארשען.
למשל: אן אמת'ע מעשה: לפי הזיפ גיבט דער GOV כך וכך WIC און ווען מ'זאגט אז מ'האט געקויפט כך וכך SIMILAC .
אבער ווען דע GOV איז געגאנגען פרעגען SIMILAC COMPANY וויפוהל פארקויפסטו אין 11211 פון דיינע זאכען?....
נו נו גייט יעצט פאר חקירות ודרישות.
נו, די קנאקערס זאגען אונז דאך פון אייביג אהן, אז די גאוו. ווייסט און איז מסכים צו דעם...
לויט מיין אינפארמאציע האלט עס ביי דעם, אז די קאמפאני האט א קלער צו ארויסווארפן אלע אגענטן, נישט בלויז פון אן איינציגן אפיס.
לאמיר האפן אז מען וועט קענען "סעטלען" פאר אפאר מעלאנעס, כמנהג אמעריקע, און ווייטער וועט זיין עולם כמנהגו נוהג...
סעטלען מיט א פאר מיליאנען?
אויף וואס?
דא איז דא קיין LEAGEL פראבלעם נאר רעגולעשען'ס פון די קאמפאני.
נבוכרנצר
איינער האט דיר פארקויפט באבע מעשיות.
יוחי,
די זאכן וואס דו שרייבסט דארפסטו שרייבן אין ריין אידיש... אין ענגליש וועלן זיין אזעלכע וואס קענען נוצן דיינע ווערטער אויפן נישט-ריכטיגן ארט ח"ו...
קענסט שרייבן "וויק", "פוד סטעמפס", "סימילאק", "סובורבענס" וכדו'
חכמים הזהרו בדבריכם!!
טאביק,
א פשוטע שמעק 'עט דיר שוין נישט העלפען...
וואס מ'טאר נישט שרייבען אויף ענגליש, טאר מען נישט שרייבען אויף אידיש. וד"ל.
שמעק
ווען עס וואלט געוועהן סתם א ליצנות וואלט איך נישט מגיב געוועהן אויף דיין טיפש'עסדיגע תגובה כאלו די FBI CIA קען זיך נישט בא'כלעפט'שען מיט אידיש.
shhhh to all snoopes the offical transilation of 'bachlepchen' is
" cope to"
שמעק, הערצו גוט: ווען דו רעדסט אויפען טעלעפון וועגען קעש [CASH בלע"ז]
זאג נישט "גרין'ס" (די FBI ווייסט אז דו מיינסט נישט גרינ'ס קאקאש קעיק),
זאג נישט (CABBAGE) ווייל די מאפיא האט שוין דעם ווארט.
זאג אפילו נישט "גמרא" ווייל די FBI ווייסט אז גמרא איז ראשי תיבות =ג'יבט מ'עות ר'בי א'נשיל [ראטשילד]
זאג פשוט MONEY
אדער א גאר א בעסערע עצה איז:
CHECK OUT די עשרת הדברות "לא תגנוב" !
יוחי - צום פינטל.
שיע, כ'האב עס געהערט פון כאטש צוויי אגענטן וועלכע זענען שוין אין ביזנעם 15-20 יאהר.
הלואי זאל זיין באבע מעשיות און אידן זאלן ווייטער האבן פרנסה,
מ'דארף אבער קענען באצאהלן 10-20 אלפים א יאהר און האפן יעדן אוונט אז די באבע וועט נישט אויפשטיין דעם קומענדיגן מארגן און ווייטער דערציילן איהרע מעשיות... וד"ל
איך האב געהערט פון איינעם פון די גרויסע שישקעס אין נו יארק לייף, אז די אינוועסטיגעשאן איז געווען אזוי מסודר אז זיי האבען נישט געדארפט אפילו דאס רעדן פונעם עולם.
זיי האבען געהאט יעדער צעטל אויף יעדער פאליסי, אפילו פון 20 יאר צוריק.
יענער זאגט אז קיין אלטע מסודרדיגע אגענטן וועלן לכאורה נישט פליען.
אפדעיט:
פיהל אגענטן זאגן זיך פרייוויליג אפ, נאכדעם וואס מען איז געווען געוואוינט יאהרן צו פארקויפן די סארט סחורה איז שוין נישט לייכט צו גיין פון מענטש צו מענטש און זיך בעטן צו קויפן א פאליסי..
מען האפט עס וועט נישט זיין קיין ארעסטן, עס זענען נישט דא דערווייל קיין ערנסטע פארדאכטן אויף אזוינע שריט מצד די קאמפאני
ווער עס ווייסט גענויער וויאזוי די געהיימניס איז ארויס אויף דער גאס - מען זאגט דורך שפאנישע - זאל מיטטיילן דעם עולם
איך בין טיילווייז מחולק מיט דיר יוחי, אמת אז די עף בי איי קען וויסן וואס עס מיינט "גרינס" וכדומה, איז פארט א חילוק פון קעש וכדומה. אויב האסטו געליינט זייערע פראבלעמען וועגן אראבישע דאלמעטשערס וואלסטו פארשטאנען וואס איך מיין.
חוץ מזה, קוק וויאזוי זיי מוטשענען זיך צו פארשטיין דעם טייטש פון "מלמד", וועסט זען אז עס טרענסלעט זיך נישט אזוי גרינג.
אבער דאס איז אמת אז מען דארף זיין געווארנט וואס מען טוט און מען דארף געדענקען אז דינא דמלכותא דינא.
פייערמאן האט א טענה לשיטתם
איך זע דער איד האלט פונקט ווי איהם.
זיי האבען געשמועסט פון שווארצע, און געלייגט אלע מיני סטיריאוטיפען אבער האבען זיך דאס מתיר געווען ווייל "קיינער" פארשטייט נישט וואס בני חם מיינט.
kj
דער סקווירא חכמים האבען אויך געמיינט אזוי.
עד כדי כך, אז זיי האבען שוין פארשטאנען אז גרינ'ס טויג נישט, איז דו מעשה אריבער צו לאקשען, און פון דארט צו הדסים, אזוי אז חוץ פון דער ווייטאג וואס יעדער אידישע הארץ האט געפילט ביים אויס הערען די דרשות פון די פראסעקיוטער, האבען זיי אויך זוכה געוועהן זיך צו קענען אינטער שמייכלען פון דער גאונות זייערע...
האסט נישט פארשטאנען מיין כוונה.
ווען די חברה נעמען זיך אויף איינעמס ביינער זאל השי"ת אפהיטן, זיי קענען בעסער די מלאכה פון די קעי. זשי. בי. אין רוסלאנד, זיי וועלן יענעם צומאלן, גארנישט וועט נישט שטיין אין וועג.
איך מיין נאר צו זאגן אז ס'איז פארט א גרויסער חילוק ווען מען דארף אנקומען צו טרענסלעטארס. די פאקט איז אז טויזנטער טעיפס פון אראבישע געשפרעכן, וועלכע זענען רעקאדירט געווארן און זענען נויטיג פארן לאנדס סעקיוריטי האט מען נישט אויסגעהערט אלס מאנגל אין טרענסלעטארס.
kj
בעצם זאגסטו עפעס, לאמיך דיר נאר עפעס איבער זאגען, פונעם רשכבה"ג הלאיער ברוינפמאן שליט"א.
"די ביסט נישט קלוגער פון יענער חברה, דו ביסט פשוט שנעלער. געדענק אבער אז זיי האבען צייט, און סוכ"ס קומען זיי אהן...!"
ודו"ק.
די מעשה איז אמת, א קאמפאני איז חוקר ודורש די אידישע לייף פאליסיס, עס איז נישט די ערשטע. זיי האבען אויסגעליידיגט אן אפיס פין א היימישער אגענט אלע פיילס, (לויט א י"א האנדלעט זיך די עף בי איי)
די אויבערשטער זאל זיי צומאכען די אויגן אזוי ווי די גוים אין סדום.
אויף אזוי פיל, דארף מען דא ארויסברענגען, אז אפילו מען זאל ארויס קומען מיט אן החלטה אז די אגענט טוט אלעס "לעגאל" האט דער קאמפאני נישט ליב די סארט דרייעליך, און שיקט די אגענטען פייפען מיט תירוצים שונים. וכמעשה שהי'.